דורך דולה ומשקה » מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2013 10:11 pm
א דאנק פאר צושטעלן די קורצע שטריכען, הייסט אז ער איז געוועהן א שוואגער מיט האדמו"ר מבאבוב 48 חתן רבי משה וואקסמאן ז"ל, ווי אזוי איז ער אנגעקומען קיין באבוב?
געוועהן אויך א מחותן מיט רבי שמערל ציטראנענבוים?
דער אינטרעסאנטער זאך וואס האט געכאפט מיין אויג, היות איך באלאנג נישט אין באבוב ווייס איך נישט וועלעכע באבוב'ער געהערט צו וועלעכע פון די צוויי פראקציעס, אבער איין זאך ווייס איך יא אז הגה"צ רבי יהושע רובין געהערט צו צד 45, ואעפי"כ האב איך איהם געזעהן בין המלוים. ווען איך האב אנגעפרעגט איינעם, איז די אנטווארט געקומען אז דער מנוח ז"ל האט מוחל געוועהן זיין חלק חוב פאר כ"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב, נאכדעם וואס ער איז נתמנה געווארען אלב רב במקום אביו כ"ק המהר"ש מבאבוב, ע"כ האט ער איינגענומען די בושות, אריין אין לייבענס גרוב, צו איך ווייס וואס, וכדומה, אין געקומען מלוה זיין.
א שיינע שריט פון זיין זייט.
צום געזונט!