"יגעתי ומצאתי"
די מעשה איז אזוי, ס'האט גארנישט מיט די שטאט, ס'איז די גראפיטי פון א היימישע ביזנעס.
הפרטים: ס'דא א גוי וואס קלינט די פענסטערס פון אסאך סטארס אין די ברוקלינע געגענט פאר אסאך יארן. אנהייב זוממער האט עד דיסיידיט ער איז צו אלט, ער גייט ריטייערן, האט ער פארקויפט די ביזנעס פאר צוויי היימישע יונגעלייט. די חברה האבן געהאט א פראבלעם, יעדע סטאר האט זייער אייגענע פרעפרענצעס. איינעם דארפן מען וואשן יעדן טאג, איינעם יעדן וואך, און א דריטער יעדן חודש און אזוי ווייטער. זענען זיי געקומען אויף אן המצאה, אנשטאט מאכן א נארמאלע ליסט ווי נארמאלע מענטשען, האבן זיי געספרעיט די באקסעס און פראנט פון יעדען סטאר וואס ניצט זיי, מיט א קאוד. למשל אז מ'דארף וואשן יעדן טאג, א שווארצע באקס, יעדן וואך, א רויטע אא"וו אז די גוים וואס לויפן ארום קלינען זאלן וויסן וואס צו טוען.
זעהט אויס די גוים זענען איליטעריט און קענען נישט ליינען א ליסטע, מ'האט געדארפט ספרעין ווי א חזיר און פראנט פון יעדן סטאר.