געפארבטע קעסטלעך אויפן גאס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

געפארבטע קעסטלעך אויפן גאס

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 3:32 pm

כ'ווייס נישט ווי אזוי דאס אראפ צו שרייבען, איך ווייס אויך נישט ווי אזוי ארויף צו לייגען בילדער.
אבער דאס איז א אינטרעסאנטער פאקט, כאילו מ'איז אויפגעשטאנען איין טאג אויפן צווייטען, האט מען געטראפען פארענט פון געשעפטן אזעלעכע געפארבטע קעסטעלעך, רוב זענען שווארצע, אבער ס'איז אויך דא פון בלוי אין פון רויט, מיט ווייסע בארדערס ארום דעם.
טייל זענען איינצעלע אין פארהאן אויך צוויי געפארבטע קעסטלעך פארענט פון די געשעפטען.
כ'האב געפרעגט אסאך מענטשען קיינער האט מיר נאך נישט געקענט געבן א קלארע ענפער וואס דער באדייט פון די געפארבטע קעסטלעל זענען?

ווייסט איינער צו זאגען מה זה ועל מה זה?
צום געזונט!
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2211
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 439 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1301 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 3:41 pm

כבר קדמוך חבירינו היקר געפילטע.

viewtopic.php?p=138807#p138807

וכנראה, אין פותר אותם.
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 3:44 pm

וואו איז חזקיהו המלך ווען מען דארף איהם?
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 4:32 pm

לכאורה אז קיינער ווייסט נישט האט עס א ילוד אשה נישט געמאכט, מוז זיין אז דאס זענען UFO'ס וואס גרייטן זיך צו לאנדען אין ברוקלין און האבן אנגעצייכענט וואו די פוס פון זייער האווערקראפט זאל גיין. דעריבער מאכט זיכער נישט צו שטיין אויף די קעסטלעך, נישט צודראשן ווערן פון די געוויכט פונעם גרויסן געביידע.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6837 מאל

הודעהדורך מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 6:27 pm

איך האלט אז דאס איז א קאנספיראציע פון אפאר געהיימע יוגענטליכע וואס האבן געוואלט שפילן האפסקאטש....
איך בין פארנומען זאגן פאר דיע, נישט צו זיין אזוי פארנומען זאגן פאר אנדערע, זיי זאלן נישט זיין אזוי פארנומען מיט יענעם.
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2846
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3775 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 1:45 pm

א דאנק פאר דער אויבערדערמאנטע לינק, אבער דאס מאכט גרעסע דער פליאה עצומה אין באדייט פון די געפארבטע קעסטלעך, אין קיינער ווייסט נישט וואס דער מיסטריעזע קאנספיראציא ליגט אונטער דעם באגראבן.
היינט האט איינער אין בית מדרש בשעת צאם לייגן די תפילין מגלה סוד געוועהן אז דאס האט צו טועהן מיט TAX, אין אז אויב מען באמערקט געפונט זיך דאס קעסטעלע פארענט פון דער טיר דייקא. קיינער אין ער אליינס אויך נישט געוויסט צו זאגען מה ענין שמיטה אצל הר סיני, ער האט אפילו נישט געוויסט (אדער געוואלט) צו זאגען פון ווי ער נעמנט זיין באהאלטענע אינפראמאציע. נו, קבל הדברים ממי שאמרם, אדער יא אדער ניין.

אויסער אין קאווע שטיבל איז דא נאך א פלאץ אויפן גרויסען געוועב, ווי מ'איז דן בכובד ראש איבער דעם חידה סתומה?
צום געזונט!
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2211
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 439 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1301 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 2:13 pm

ס'דרייט מיך משוגא... כ'האב שוין גע'גוגלט גע'בינגט און גע'יאהוט, אבער גארנישט. 311 ווייסט אויך גארנישט. זיי האבן מיך געשיקט טשעקן אויף די DOT וועבסייט צו טשעקן פאר פירמעטס, אבער די רעזולטאטן שטימן נישט מיט די פלעצער וואס זענען גע'פעינט. אזוי סאך איז מיר יא נתחדש געווארן במשך די ריסורטש, אז רויט גע'פעינט איז לעקטריק, און געהל איז פאר געז סארט ארבייט.
Sent from my mothers basement using dial-up
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 6128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5759 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:23 pm

"יגעתי ומצאתי"


די מעשה איז אזוי, ס'האט גארנישט מיט די שטאט, ס'איז די גראפיטי פון א היימישע ביזנעס.

הפרטים: ס'דא א גוי וואס קלינט די פענסטערס פון אסאך סטארס אין די ברוקלינע געגענט פאר אסאך יארן. אנהייב זוממער האט עד דיסיידיט ער איז צו אלט, ער גייט ריטייערן, האט ער פארקויפט די ביזנעס פאר צוויי היימישע יונגעלייט. די חברה האבן געהאט א פראבלעם, יעדע סטאר האט זייער אייגענע פרעפרענצעס. איינעם דארפן מען וואשן יעדן טאג, איינעם יעדן וואך, און א דריטער יעדן חודש און אזוי ווייטער. זענען זיי געקומען אויף אן המצאה, אנשטאט מאכן א נארמאלע ליסט ווי נארמאלע מענטשען, האבן זיי געספרעיט די באקסעס און פראנט פון יעדען סטאר וואס ניצט זיי, מיט א קאוד. למשל אז מ'דארף וואשן יעדן טאג, א שווארצע באקס, יעדן וואך, א רויטע אא"וו אז די גוים וואס לויפן ארום קלינען זאלן וויסן וואס צו טוען.

זעהט אויס די גוים זענען איליטעריט און קענען נישט ליינען א ליסטע, מ'האט געדארפט ספרעין ווי א חזיר און פראנט פון יעדן סטאר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רויטע וואנצעס אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:21 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
Sent from my mothers basement using dial-up
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 6128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5759 מאל

הודעהדורך בעל הבית » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:44 pm

או,ב''ה מ'איז בלויז אפגעקומען מיט שרעק,
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 666
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:45 pm

א בילד ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:46 pm

מ'דארף יענעם הרג'נען
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:03 pm

זר זהב האט געשריבן:א בילד ?

קרעדיט: @געפילטע פיש
בייגעלייגטע פיילס
img.jpg
img.jpg (135.61 KiB) געזען געווארן 329 מאל
Sent from my mothers basement using dial-up
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 6128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5759 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:38 pm

סא וועלכע קאליר דארף איך שפריצן פארענט פון מיין סטאר טאמער וויל איך צוויי מאל א וואך?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6837 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:01 am

רויטע וואנצעס: ס'איז נאר א וואונדער אז מעיאר מייקל בלומבערג האט נאכנישט געפונען א וועג וויאזוי צו מאכן א פאר דאללער פאר די שטאט פון דעים עסק. למשל געיבן טיקעטס וכדומה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:42 am

רויטע, מקור???
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:51 am

@שמעקעדיג פיעלד ריסורטש.
ס'האט מיך אזוי געבאדערט, איך בין פשוט אריין און אפאר סטארס, ביז איינער האט געוואוסט. כ'האב עס שפעטער קאנפירמט מיט אנדערע סטארס.
קיין שום שטאטישע אדער סטעיט אגונטור האט א רעקארד פון דעם.
Sent from my mothers basement using dial-up
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 6128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5759 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט