כ"ג אלול תשס"א - כ"ג אלול תשע"ב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 448 מאל

כ"ג אלול תשס"א - כ"ג אלול תשע"ב

שליחה דורך חד גדיא »

מארגן מאנטאג ווערט עלף יאר. יא, עלף גאנצע יאר. זייט דעם ביטערן פינסטערן טאג. דער טאג וואס איז איינגעקריצט אין אלעמענ'ס הערצער. דער טאג וואס ווער עס האט עס איבערגעלעבט גייט עס קיינמאל נישט פארגעסן.

אין לויף פון די עלף יאר זענען מיר געווארן מיט עלף יאר עלטער. טאטע'ס זענען געווארן זיידע'ס. בחורים זענען געווארן טאטע'ס. קליינע אינגלעך זענען געווארן גרויסע שטארקע בחורים. ווער קען גלייבן אז עס זענען שוין דא היינט פופצען יעריגע בחורים וואס געדענקען שוין נישט דעם ביטערן טאג. דעם שווארצן סעפטעמבער 11 וואס האט געטוישט די וועלט פאר אייביג.

איך געדענק נאך גוט די טעג. די פיינפולע טעג. די קאשמארישע חלומות. עס איז מסתמא געוועהן פאר מיר די ערשטע מאל וואס א וועלט-נייעס האט מיר אזוי נאנט און טיף בארירט. די נייעס האט געשניטן שטיקער. צוריסן די הארץ. צופליקט די נשמה.

איך בין געווען אין אפסטעיט דעמאלטס. און איך האב מיטגעהאלטן טייל פון נאכדעם וואס די צווייטע עראפלאן האט אריינגעקראכט ביזן סוף אוף א שכן'ס טעלעווישען וואס ער האט ארויסגעשטעלט אין גאס. זעהט אויס אז ער האט געוויסט אז מיר אידן לעכעצן מיטצוהאלטן. (ווער האט דען דעמאלטס געהאט אינטערנעט?)
די מאמענט ווען דער ערשטער בנין איז געפאלן האט געברענגט קולות וברקים פון פרויען וואס האבן זיך פארזאמעלט מיטצוהאלטן פון די זעלבע טעלעווישען.

עולם, טיילט ענקערע זכרונות.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר