א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3589 מאל

א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]מי שגמלך טוב הוא יגמלך כל טוב סלה! - האט אפגעהילכט דאס קול פונעם עולם נאכפאלגענדיג מיין ברכת הגומל נאכן זיך צוריק קערן פון אומאן ראש השנה. פון דאן ביזן נאכן דאווענען זענען שוין געווען א צוויי-דריי צענדליג אויגן אנגעוואנדן צו מיין ריכטינג ביז נאכן דאווענען.
גלייך נאך עלינו נאך איידער כ'האב עספיעט צו זאגן לדוד ה' אורי האט זיך אנטוויקלט א קופקע ארום מיר און עס האט זיך אנגעהויבן די קרייץ-פארהער.

..וואס איז די גומל בענטשן? ביזט געווען אין אומן? (ניין, כ'בין אקארשט ארויס פון תפיסה... כ'מיין, וואס פרעגסטו?)
..זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס. דא קען מען זיך נישט אויסבעטן? נאר אין אומן?
..אה. האסט נישט קיין געדולד צו די היזיגע פרעשור ביזטו געפארן קיין אומן זיך אויסצולופטערן?
..נו, ווי אזוי האסטו דיך ענזשויט? ס'איז געווען אסאך פאָן?
..דיין ווייב האט דיך געלאזט פארן? אה דו האסט איר סתם אזוי אין בוידעם?
איינער דארט אין די זייט, אביסל א שעמוועדיגער, האט זיך איינגעהאלטן פון צו זאגן עפעס, אבער מען האט קלאר געקענט זעהן אז עס ליגט אים עפעס א גוטס אויפן צינג, און נאך עטליכע מינוט האט ער דאס ארויס געזאגט – "מען זאגט דאך אז אלול איז ראשי תיבות אני לאומאן ואשתי לעזאזל", ווען ער דרייט זיינע פאות צוצודעקן זיין מויל משום אסור למלאות פיו שחוק.

איך האב מיך פארענטפערט אביסל: "וואס זאל איך טוהן? איך האב באמת נישט געוואלט גיין נאר מיין ווייב האט מיר זייער שטארק געבעטן. וואס טוט מען נישט פאר שלום בית?" און מיט דעם האב איך געהויבן מיין טלית-זעקל אינאיינעם מיט די פיס און ארויס שפאצירט פון בית המדרש. כ'מיין, עס איז ממש א שאד די שפייאכטס זיך צו נעמען טענה'ן מיט מענטשן וואס זענען ממילא נישט אינטערסירט צו הערן וואס איך האב צו זאגן. פארוואס ווען איך קום ווען צוריק פון בעלז און גור אין ארץ ישראל וואלט מען מיר נישט פארגעהאלטן? פארוואס ווען איך קום צוריק פון ל"ג בעומר אין מירון וואלט מען מיר נישט פארגעהאלטן? און סתם אזוי ווען איך וואלט געפארן מיט חבירים אויף פלארידע אדער סיי וואו, וואלט איך אויך נישט באקומען אזא ברוך הבא. נאר ווייל מיר האט געשיינט צו פארן אויף אומאן באקום איך אזא אויפנאמע? איך פארגין זיי נישט די הנאה אז איך זאל זיך צוריק טענה'ן מיט זיי, זאלן זיי בלייבן מיט די קשיות אין בויך, און איך וועל טוהן ווי אזוי איך פארשטיי צו טוהן, און בכלל האלט איך אז די אלע חברה זענען מיר פשוט מקנא, זיי וואלטן אויך געוואלט פארן נאר זיי האבן נישט די קוראזש.

דאס איז ביהמ"ד, אבער דא אין שטיבל שפיר איך זיך מער באקוועם, און איך פיל אז דא קען איך יא ארויס זאגן דעם אמת פארוואס איך בין טאקע געפארן אויף אומן.


לאמיר קודם אביסל באטראכטן פון די נאנט ווי שטארק דער עולם ענדזשויט זיך אין אומן. אזא ענדזשוימענט וואונטש איך פאר אלע שונאי ישראל, אנגעהויבן ביים ערלעדיגן אלע צרכי הנסיעה, זוכן א גוטע טיקעט, א פלאץ צו שלאפן אין עסן, דאס פארן אליין מוטשעט אויס אלע ביינער, אזוי אז מען קומט שוין אן אויף קיוב נאר מיט א האלבע גוף און א ¾ נשמה, די לעצטע צוויי יאר איז מער נישטא קיין סטרעט פלייטס פון ניו יארק צו קיוב, מען מוז מאכן א סטאפ ערגעץ אינמיטן, דער סטאפ איז נאך א זאך וואס איז זייער שווער, צומאל איז עס גאר א קורצע סטאפ און מען דארף לויפן מיט די נשמה אין די נאז צו כאפן דעם נעקסטן פלייט, און עס מאכט זיך אסאך וואס פארפאסן די צווייטע פלייט דאס איז א באזונדערע גיהנום, און צומאל איז עס גאר א לאנגע סטאפ און מען איז סטאק אין ערעפארט וואס איז בכלל נישט קיין געשמאקע פלאץ צו פארברענגן, אין געוויסע לענדער קען מען כאטש ארויסגיין אויפן גאס אביסל אטעמען, אבער אין אנדערע לענדער לאזן נישט ארויסגיין פון ערעפארט אן א וויזע, דארף מען זיצן די פאר שעה אינעם טערמינעל, וואס מאנגעלט זיך היבש אין אביסל פרישע לופט.

און אזוי מיטן צווייטן פלייט, וואס איז געווענליך א קליינע פלייט וואס ווארפט זיך היבש, קומט אן אויף קיוב און מען ווארט אינעם לאנגן ליין צו זיגלן דעם פאספארט, צו קענען נאכדעם שטיין נאך א שעה צוויי און ווארטן אויף די פעקלעך, און ווי געווענליך נאך א שעה צוויי ווארטן בלייבן איבער א צען-צוואנציג חברה וואס האבן נישט באקומען די פעקלעך למחצה ולשליש, און דאן פארברענגן זיי נאך א שעה אריינצוגעבן א קלעים.

יעצט הייבט זיך אן די וועג פון קיוב אויף אומאן, מען דרייט זיך אינדרויסן פון רעכל צו מעכל צו צוזאמשטעלן א קאר אדער טענדער וואס פארט קיין אומן – א וועג פון דריי שעה – ביז מען האט שוין געטראפן א גרופע און מען טענה'ט זיך אויס מיטן רוסישן דרייווער אויף די געלט זאכן, עס פיהלט זיך ממש ווי אין דור הפלגה, ער פארשטייט נישט וואס איך וויל, און איך ווייס נישט וואס ער וויל, מען נוצט אלע כלי מכשירים וואס שטייען צו די האנט, פונעם געדינגענעם אומאן טעלעפאן ביז א פשוטן קאלקולעטער, ביז מען קומט זיך ענליך דורך אויפן פרייז און מען לאזט זיך ארויס אויף די נסיעה. אויפן וועג זיצענדיג צוזאמגעקוועטשט ווי סארדינען, הערט מען דברי ברכה פונעם דרייווער, מען ווייסט נישט פונקליך וואס ער וויל, מען טרייסט זיך אז מסתמא וואונטש ער אונז צו א גוט געבענטשט יאר, וואס קען דען זיין אנדערש? אבער אנקומענדיג עטליגע קילאמעטער פון אומאן ווערט מען געוואויר דעם סוד, דער דרייווער שטעלט זיין קאר אין די זייט, און ער פארט נישט ווייטער ביז ער באקומט נישט נאך אפאר דאלער, טייל הייבן זיך אן אמפערן מיט אים, אנדערע געבן אים דאס געלט, זאל עס פאר א כפרה, אבער מען זאל זיך שוין טרעפן אין אומאן.

אנקומענדיג קיין אומאן אונטען פונעם בארג אויף די בילינסקי גאס, שטייען דארט ווידער די מיליציע (פאליציי) און בעטן די פאספארטן (גיי ווייס פארוואס), און מען דארף שוין ווידער אנהייבן רעדן דור-הפלגה-שפראך מיט די גוים וואס שטייען דארט גרייט מיט די וועגעלעך וואס זיי האבן ספעציעל פראדוצירט לכבוד דעם יום טוב סעזאן, דארט קען מען שוין יא טרעפן אחד בעיר וואס קען אביסל רעדן ענגליש אדער עברית, און נאכן זיך דורכקומען מיט זיי שלעפט מען ארויף די פעקלעך יעדער צו זיין דעסטינאציע אין אומאן.

אזוי אז גלייך ביים אנקומען אין אומאן איז מען שוין אויסגעמאטערט ביז גאר, קיין צייט זיך אפצורוען איז נישטא, גלייך נאכן אויספאקן די פעק און זעק, לויפט מען אין מקוה און מען גייט צום ציון זאגן תיקון הכללי, און זיך באגריסן מיטן רבי'ן און זיך אויסבעטן א גוט יאר.

נאכדעם הייבט זיך אן די קייט פון תפלות וואס ציעט זיך שוין ביז מוצאי יו"ט, סליחות זכור ברית, תיקון הכללי עולמי, וידוי דברים ביים ציון, דערנאך די תפלות פון יום טוב, ווען אינצווישן פרובירט מען אריינצושטופן די סעודות, און נאך עספיען צו שלאפן כאטש עטליכע שעה.

דאס דאווענען דאווענט יעדער ערגעץ אנדערש, די וואס דאווענען אין קלויז האבן טאקע הנאה פון א שיינע ווארימע דאווענען מיט העליכע ווארימע בעלי תפלות, אבער מען דארף האבן גאר אסאך נערווען עס איבערצוקומען, מען דאווענט גאר לאנג, און איינמאל דו גייסט אריין אויף דיין פלאץ האסטו נישט קיין נארמאלע וועג ארויס ביז נאכן דאווענען, אויב מען מוז בהכרח ארויס גיין אינמיטן דאווענען דארף מען קריכן אויף קעפ.
איך האב געדאווענט ביי מוהרא"ש אין בנין המעגמעטער, גראדע גאנץ געשמאק, שיינע היימישע בעלי תפלות, ר' יואל ראטה דאווענט שחרית מיט א קאפעליע פון זיינע בחורים, און מוסף דאווענט איינער בוים אויך זייער שיין, און מען ציעט נישט אזוי אויס די נערווען, מען האט זיך געשטעלט 8 אזייגער און געענדיגט ביידע טעג 2:30.

דאס עסן איז א פרשה פאר זיך. ווי באקוועם מען פרובירט זיך צו מאכן וועט אייביג בלייבן גענוג אויף אפצוקומען אלע עבירות, איינער מאכט זיך באקוועם ער שלעפט נישט מיט קיין עסן, נאר ער קויפט א קארטל ביי שיינער, אבער ווי גוט זיי ווילן זיך צושטעלן האט דאס עסן יענץ טעם, און פון די גאנצע מעניו איז מען יוצא מיטן טונקען די חלה און עטליכע סארט דיפס, און ווען מען האט שוין אלעס פארזוכט און געזעהן אז עס נישטא עפעס גוטס, דעמאלט איז מען שוין סיי ווי זאט, אנדערע האנדלן זיך איין עסן פון איינעם לאנדאו וואס פארשפרעכט צוצושטעלן סעודות בטעם אמעריקאי, אבער במחילת כבודו, איך ווייס נישט פון וואו זיין טעם קומט, אבער פון אמעריקא זיכער נישט.
די וואס ווילן זיך יא אליין מיטשלעפן היימישע עסן פון ניו יארק, קומען אפ אויף אנדערע וועגן. קודם ביז מען פיגערט אויס ווי אזוי צו שלעפן דאס עסן אז עס זאל אנקומען בשלום און עס זאל נאך בלייבן ראוי לאכילה, יעדעס יאר קומט מען אויף מיט פרישע טאקטיקן ווי אזוי ליפערן דאס עסן עצהיו"ט, אבער מיט די אלע באווארענונגען, און אויב די מזל שפילט גענוג גוט אז די באקס עסן איז טאקע אנגעקומען, איז עס שוין אויך האלבוועגס צוקוועטשט, א חלק עסן קומט שוין אן רעדי צומאלן אז מען שפארט זיך איין דאס קייען, מען קען עס שוין גלייך אראפ שלינגען כמות שהוא.

א באזונדערע פרשה איז די מקוואות. די גרויסע מקוה קאסט די ביליגסטע אבער עס איז ממש א פחד אריינצוגיין, טויזנטער מענטשן קומען אויף איין מאל, אלע סארט מענטשן, און מען קען זיך פארשטעלן בערך ווי אזוי די מקוה קוקט אויס, איין נקודה טובה האט עס יא אז די שאוערס ארבעטן א מחי', און פאר און נאך יום טוב קען מען כאטש נעמען א גוטע שאוער דארט.
די לעצטע עטליכע יאר האט מען געבויעט נעבן קלויז א באזונדערע מקוה מיטן נאמען "טהרת ציון", א מקוה געמאכט נאר פאר היימישע אידן פון דאהי און פון אר"י, מען קען נישט קויפן אין אומן די קארטלעך דארט אריין צו גיין, מען מוז עס איינשאפן פון פאראויס ביי די היימישע בתי מדרשים. דארט איז טאקע בעסער ווי די גרויסע, אבער נאך אויך זייער ווייט פון גוט, עס איז אויך היבש איבערגעפילט. דאס יאר בין אין אריין דארטן ערב ראש השנה ביי חצות הארט נאכן עפענען די טיר, א פלאץ האב איך טאקע געהאט, אבער די גרויך און די קאליר מיט די מקוה זענען שוין דעמאלט געווען היבש אומדערטרעגליך, עס איז מיר געווען א גרויסע וואונדער ווייל אפיציעל האט מען דעמאלט געהאלטן גלייך נאכן טוישן דאס וואסער, גיי פארשטיי.
עס איז דא א היימישע מקוה פון ר' שמשון שווארטץ פון קר"י, אבער ער בעהט 100$ מקוה געלט פאר די וואך וואס מען איז דארט, איך פארשטיי פארוואס ער טוט עס, ווייל אויב נישט וועט ער אויך אויסקוקן ווי די גרויסע מקוה, אבער איך בין נישט גרייט צו צאלן די פרייז, דערנאך איז דא נאך קליינע מקוואות וואס בעטן 30-50 דאלער. איך בין געגאנגען אין די טהרת ציון מקוה, נאר איידער איך בין אריין האב איך געלאזט אלע מיינא פילינגס און חושים אינדרויסן ביי די טיר, און נאכן ארויס קומען האב איך עס צוריק גענומען, נאר אזוי האב איך געקענט סורווייווען.

פון די בית הכבוד'ס וועל איך נישט צופיל מאריך זיין מפני כבוד המקום, אבער בעסיקלי קען מען זיך פארשטעלן ווי אזוי עס זעהט אויס, און ווי אזוי די גרויך איז.

נאך יום טוב הייבט זיך אן די וועג צוריק, מער/ווייניגער אזוי ווי די וועג אהין, נאר איין חילוק איז אז דעמאלט איז מען שוין טאטאל צוזאם געבראכן און יעדע זאך איז טאפלט שווער, אזוי אז ווען דער ערעפלאן הייבט אן לאנדן אין ניו יארק, פילט מען זיך אזוי ווי דער שעיר לעזאזל זיך אראפ קייקלענדיג בארג אראפ, ווי די משנה זאגט "והוא מתגלגל ויורד ולא היה מגיע לחצי ההר עד שנעשה אברים אברים", ביינער וואס מען האט קיינמאל נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט בכלל, שטעלן זיך יעצט ארויס מיטן פולן פראכט, און לאזן זיך שפירן ביי יעדע קנייטש און דריי.

יעצט פארשטייט איר שוין דעם קעפל? יא אזוי ווי איר הערט: "א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן" איך קום צוריק פון אומאן ממש ווי פון עזאזל אינגאנצן צוזאם געבראכן, און די בענעפיטס פון אומאן האבן נאר מיין ווייב און קינדער, זיי זענען דא געבליבן און איך האב פאר זיי אויסגע'פועל'ט א גוטע געבענטשטע יאר מיט זעק און פעק פון ישועות פאר די גאנצע יאר.

דאס אלעס קען מעיד זיין יעדער וואס עס געווען אין אומן, קיין פאן איז דארט נישט דא, קיין אינזשוימענט איז נישטא, נישט די גשמיות איז מסודר דארט, און אויך נישט די רוחניות, די קאפ איז נישט אויפן פלאץ, רוב מאל איז מען פארשטאפט, מען קען זיך אפילו נישט אויסוויינען געהעריג, און האבן די געשמאקע געפיהל אז מען האט זיך גוט אויסגעבעטן.

יותר ויותר ממה שקראתי לפניכם קען איך נאך מאריך זיין, נאר עס איז שוין אויך אזוי גענוג לאנג, פרעגט אייך נאך ביי סיי וועם וואס איז געווען אין אומן ראש השנה, וועט ער עס אראפלייגן באריכות ווי אזוי מען קומט צוריק ווי אן אויסגעקוועטשע שמאטע, און עס נעמט א שיינע פאר טעג ביז מען קומט צו זיך.

און אויב אזוי פארוואס פארט מען אויף אומאן? דאס וועט קומען אינעם המשך אי"ה.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 86 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר