אין די סעריע פון ידיעות חז"ל ומציאות.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
דזשאן אסטרוק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:55 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

אין די סעריע פון ידיעות חז"ל ומציאות.

שליחה דורך דזשאן אסטרוק »

[justify]איך וויל מיך באציעהן צו א טענה וואס ווערט געווענליך אויפגעברענגט דורך די קירוב ארגענאזאציעס וואס נוצן עס ווי א מיטל איבערצוווייזן די וואס צווייפלען אין אויפווייזן בלאנדזשענדע די וועג און די ריכטיגקייט פון אונזער תורה. וואס איך פארשטיי אבער נישט פונקטליך.

צו געבן איין ביישפיהל: זייער טענה איז, דאס די איינציגסטע פיהר באשעפענישן אויסצוגערעכנט ווערן אין די תורה צו פארמאגן בלויז איין סימן טהרה זענען די חזיר, גמל (קעמל), ארנבת (hare), און שפן (שטיין רעביט- hyrax). און אויף דעם זאגן חז"ל (חולין נט.) אז זיי זענען די איינציגסטע בעלי חיים אין די וועלט וואס פארמאגן נאר איינע פון די סימני טהרה. דעריבער טענה'ן זיי איז דאס א באווייז אז חכמינו ז"ל האבן דאס געוואוסט בלויז פון רוח הקודש און געטליכע אנטפלעקונג וואס זיי האבן געהאט פון די תורה, ווייל אויב נישט, וואלטן זיי קיינמאל זיך דערוואגט דאס צו זאגן מיט אזא זיכערקייט, נישט וואוסענדיג אויב זיי זענען ווירקליך גערעכט.

יעצט, נישט נאר זענען די קירוב עסקנים נישט גערעכט, מיט זייער טענה, מיינענדיג אז זיי האבן קלארע איבערווייז איבער די געטליכקייט און קראנטהייט פון די תורה, נאר זיי האבן גאר אויסגעקליבן א נושא וואס ווייזט דירעקט דאס פארקערטע, נעמליך, די אומריכטיגקייט אין די תורה אליין, וויבאלד די תורה זאגט אז די שפן און ארנבת ברענגען ארויף זייער עסן נאכ'ן פארדייען (מעלה גרה) (ויקרא יא, ה-ו). אינדערצייט וואס מיר ווייסן היינט אהן צווייפל דורך סייענס אז די שפן און ארנבת זענען נישט מעלה גרה.



אוודאי בין איך באוואוסטזיניג צו דער פאקט אז געוויסע פריעדיגע גדולים האבן געהאלטן דאס די שפן און ארנבת פון די תורה זענען נישט די זעלביגע וואס מיר קענען היינט; מצד שני זענען דא אזוינע וואס ווילן זאגן אז דער באצייכענונג און סימן טהרה 'מעלה גרה' טייטש גאר עפעס אנדערש ווי 'ארויפברענגען דאס עסן צו פארדייען', איבעריג צוזאגן אז נאכן הערן די אלע תירוצים שטעלן זיי זיך ארויס צוזיין מער אפאלגעטיק ווי קראנט. מיר פארמאגן נישט 'מער' סיבה צו צווייפלען אויב די ארנבת איז אונזער היינטיגער hare, ווי אויב דער חזיר איז אונזער שוויין. נאכמער, די גמ' אין מגילה דף ט: דערמאנט דאס דער גריכישער קעניג תלמי האט גוזר געווען די חכמים איבערצוזעצן די תורה אין גריכיש. חז"ל האבן נישט איבערגעזעצט ארנבת מיט'ן פונקטליכן אפטייטש, וויבאלד דער קעניג'ס פרוי האט געהייסן 'ארנבת' (אין גריכיש) און זיין האבן זיך געפארכטן דער קעניג וועט אויסטייטשן זייער איבערזעצונג ווי אפצוחוזק'ן פון אים. געוויסע מפרשים זאגן אז נישט זיין ווייב האט געהייסן ארנבת נאר זיין פאטער, און טאקע, די טאטע פון תלמי 1, דער ערשטער צו קעניגן איבער מצרים, און דער גרונדער פון די תלמי דינאסטיע האט מיט רעכט געהייסן לאגוס lagus, וואס הערט זיך זייער ענליך צו די גריכישע ווארט פאר א hare – Lagos.

די טערמין 'מעלת גרה' ווערט גאר פארשטענדליך איבערגעטייטשט דורך די באקאנטע גרויסע מפרשי התנ"ך: אזוי ווי מיר לערנען עס היינט אפ – "מעלת גרה" [חיה ש]מעלה ומקיאה האוכל ממעיה, ומחזרת אותו לתוך פיה, לכתשו ולטחנו הדק' (רש"י, ויקרא יא, ג)
[א חיה] וואס ברעגט ארויף, און ברעכט אויס די עסן פון אירע געדערים, צוריק אריין צו איר מויל כדי עס גוט צעקייען און צעמאלן. די רשב"ם דארט זאגט אויך אזוי – "מעלת גרה - מעלה את מאכלה בגרגרת לאחר אכילתה". "זי ברענגט ארויף איר עסן אין איר האלדז נאכוואס זי האט עס געגעסן". און אין פאקט טייטש דער ל' פועל 'מעלַת' (אדער מעלֵה ביי א זכר) ארויפצוברענגען עפעס 'אויבן'. און אויב באטראכט מען אלע אנדערע חיות וואס די תורה רעכנט אויס פאר 'מעלה גרה' קען מען תיכף זען אז 'גרה' טייטשט: 'עסן וואס ווערט צעקייעט און איינגעשלונגען' און 'מעלת גרה' טייטשט: 'ברענגט ארויף די עסן אין האלדז נאכן שלונגען. (ד.ה. עס קען קיינער נישט טענה'ן אז 'מעלת גרה' באדייט: "עס זעהט אויס פאר'ן אויג ווי זי ברענגט ארויף דאס עסן", וויבאלד דער פועל פון 'מעלת' ווייזט אז דער טאהט פון 'ארויפברענגען' ווערט ממש יעצט אויסגעפיהרט. "עס שפיהלט זיך אפ אצינד".

לעצטנס האב איך געהערט א אנדער "ערקלערונג" אויף מעלה גרה: די ארנבת האט א נאטור צו ווידער פארדייען אירע צואה מיסט. די ארנבת פאבריצירט צוויי סארטן מיסטן: טרוקענע-הארטע, און די אנדערע, ווייעך-פייכט. די פייכטע אנטהאלטן אין זיך ווייטאמינען און מינעראלן וואס ווען זי עסט דאס העלפט עס איר פאר איר מעטאבעליזם – בעסער צו מעכל צו זיין די עסן. א פראצעדור וואס הייסט " קופרופאגיה " און מערסטנסטייל עסט זי עס גלייך פונעם פי הטבעת. אין אנציקלופדיה בריטאניקה (Encyclopaedia Britannica, lagomorph, Natural history) שטייט: "די עפעקט פון דער שפייזליכע פירונג [וואס ווערט גערופן קופרופאגיה – עסן צואה] איז געווארן צוגעגליכן צו עסן אויפברענגונג וואס די קוהען טוען" און פילייכט באזירט אויף וואס זיי האבן געליינט אין א פאפולערע סייענטיפישע ליטעראטור האבן געוויסע מענטשן באשלאסן אז קופרופאגיה איז א סארט 'מעלה גרה'. אצינד זעהען מיר אבער קלאר, אז וואס נאר קופרופאגיה זאל נישט זיין, איז עס מעלה גרה נישט. אויב די תורה זאגט אז חיה איז 'מעלת גרה' – ברענגט ארויף די עסן, מוז עס טייטשן, אז די חיה ברענגט "עפעס ארויף" און דער "עפעס" איז די "פארדייעטע (נאך אינערליכע) עסן".

די גרויסע בעלי מפרשים אויף תנ"ך,-- רמב"ם און אבן עזרא – שרייבן קלאר אז די לשה"ק ווארט 'גרה' שטאמט פון די ווארט 'גרון' (האלדז), און דאס מיינט אז כדי א חיה זאל באצייכנט ווערן פאר 'מעלת גרה' מוז זי ארויפברענגען אירע עסן דורכן האלדז; דאס איז היבש אנדערש פון א חיה וועלכע שפייזט זיך גלייך פונעם פי הטבעת. און אפילו אויב די עפעקט פון קופרופאגיה איז ענליך צו דאס וואס מעלת גרה, נעמליך עס העלפט איר פארדייען דאס עסן, מיינט עס נאכנישט אז די ביידע זענען איינס און די זעלבע. לאמיר אייך געבן א דוגמא, אויב למשל זאל איך זאגן אז לאקשן און רייז האבן ביידע ענליכע נארשימענט אפעקטן אויפ'ן קערפער וועט איר אוודאי נישט זאגן אז ספיגעטי און לאקשן זענען די זעלבע עסן. און אויסער דעם, די שפן פראקטאצירט בכלל נישט קופרופאגיה אין סיי וועלכן פארעם. לאמיר זען אויב די 'מתרצים' וועלן יעצט איינשטימען דאס די שפן איז נישט מעלה גרה טראצדעם וואס די תורה זאגט דייטליך אז זי איז.

אין קורצן, עס קוקט נישט אויס ווי די תורה טוט אראפמאלן ריאליטעט. עס איז זיכער דא מער ווי פיהר חיות וועלכע פארמאגן בלויז איין 'צייכן טהרה'. די תורה רעכנט נישט אויס די warthog,( חזיר-היבלות) די babirussa (באבירוסה), די peccaries, (פקארי), און די lemurs (הלאמה), און אויב זאלן מיר לערנען אז קופרופאגיה הייסט אויך מעלה גרה, דאן האבן מיר נאך א צאל חיות אזוי; Lemuridae, און די מאונטין ביבערס פון צפון אמעריקע (mountain beaver), וכדומה. זיי מאכן אויך קופרופאגיה, אבער האבן פארשטייט זיך נישט געשפאלטענע קלאען – און כמובן אז זיי ווערן נישט דערמאנט אין די תורה.) וועט עמיצער קומען זאגן, אז די תורה האט פאררעכנט קעמלען און לאמאה'ס פאר איינס, און די חזיר היבלות, באבירוסה, און פקארי זענען אלע אריינגערעכנט אין די 'חזיר'. אבער דאס קען אויך נישט זיין די עסק, וויבאלד מיר האבן אין הלכה א סיסטעם – א קרייטיריע, וואס דעצידירט פונדאנדערצושיידן צווישן איין מין חיה און דאס אנדערע מין.

'היה מהלך בדרך ומצא בהמה שפיה גמום [חתוך/פגום, כך שלא ניתן לבדוק באם יש לה כן/לא שיניים חותכות ו/או ניבים, וללמוד מכך באם מעלת גרה היא או לא], בודק בפרסותיה. אם פרסותיה סדוקות [שסועות] – בידוע שהיא טהורה, אם לאו – בידוע שהיא טמאה, ובלבד שיכיר חזיר [שפרסותיו סדוקות/שסועות, ועם זאת טמא הוא]' (חולין נט ע"א).

כלומר, אויב גייט א מענטש אין וועג אין טרעפט אן א בהמה וואס איז אים נישט באקענט, און ער קען אויך נישט בודק זיין צי זי איז א מעלה גרה אדער נישט, [צוליב איר געשעדיגטע מויל] דאן אויב האט זי געשפאלטענע קלאען, און זי קוקט נישט אויס ווי א חזיר איז זי כשר צועסן.

איז פון דא געדרונגען, אז א חיה וואס איז אויפ'ן אויסערליכן אויסקוק אנדערש ווי חזיר, איז זי זיכער נישט קיין חזיר - און א פקארי למשל זעהט גאר אנדערש ווי א חזיר.

יארקשעיר חזיר (גרויס ווייס)                =                  פקארי
יארקשעיר חזיר (גרויס ווייס) = פקארי
pig.gif (41.9 KiB) געזען געווארן 3039 מאל



פון יענע זעלבע סוגיה לערנט מען ארויס אז א חיה וואס קוקט אויס אנדערש ווי א קעמל, איז זיכער קיין קעמל נישט. די לאמאס אין דרום אמעריקע זעהען אויס שטארק אנדערש ווי קעמלען, אזוי אז זיי וואלטן אויך געזאלט פאררעכנט ווערן ווי נאך א מין חיה מיט
איין סימן טהרה.
איין הויקערדיגע קעמל (Dromedary)   =     לאמה
איין הויקערדיגע קעמל (Dromedary) = לאמה
kaml.gif (33.99 KiB) געזען געווארן 3039 מאל


די רמב"ם פסקנ'ט אין הלכות כלאים ט, ד, אין ליניע מיט די תוספתא (כלאיים א,ה) דאס א פערד, פרד, און א אייזל זענען דריי באזונדערע מינים, און מ'טאר נישט אינטערברעדן (מרכיב זיין) די דריי, טראץ די פאקט דאס די פרד איז א כלאיים פון א זכר-אייזל, און א נקבה-פערד, און אלע דריי זעהן אויס גאנץ ענליך.
סוס       =   פרד        =                חמור
סוס = פרד = חמור
chamor.gif (31.25 KiB) געזען געווארן 3039 מאל


אלזא אויב די פערד, פרד, און אייזל ווערן לויט הלכה פאררעכנט ווי דריי אנדערע סארטן, דארפן דאך די חזיר, און פאקרי. קעמל אדער לאמה זיכער פאררעכנט ווערן ווי דריי עקסטערע מינים – און דאן מוז די טענה - אז בלויז די מינים וואס די תורה רעכנט אויס פארמאגן א איינצלנע ריינע-צייכן (סימן טהרה) – זיכער זיין פאלש.

נאך איין ביישפיהל פון א קירוב ארגומענט: זיי ברענגען א ציטאט פון זהר (פרשת ויקרא י ע"א), שטייט דארט: "כל ישובא [הארץ] מתגלגלא בעגולא ככדור". "די גאנצע וועלט קוילערט זיך אין א רינג ווי א טאבע" פון דא זאגן זיי איז א ראיה דאס נאך אין די צייטן פון רבי שמעון בר יוחאי וואס האט מכלומרשט געשריבן די זהר (2טן הונדערט לספירה) האבן חז"ל שוין געוואוסט אז די וועלט איז רינדיג, בשעת ווען די גויאישע וויסענשאפטלער זענען נאך געווען ביים מיינונג אז ס'איז פלאך. אבער וואס קענען מיר ענטפערן, היינט צוטאגס, ווען עס עקזעסטירן אלע באווייזן אז די זהר איז נישט געשריבן געווארן בעפאר די 13טע הונדערט לספירה, ווען צו די זעלבע צייט ווייסן מיר אז די אור אלטע גריכישע חכמים (ספעציעל, פיטאגרוס) האבן שוין פעסטגעשטעלט נאך אינעם 6טן הונדערט לפנה"ס דאס די ערד איז רינדיג. אין פאקט דארפן מיר נישט האבן דעם זהר'ס דערפאר, וויבאלד די ירושלמי, געשריבן געווארן אינעם 4טן הונדערט לפנה"ס, - דערמאנט שוין "שהעולם עשוי ככדור", " די ערד איז געמאכט ווי א טאבע" . (עבודה זרה פ"ג ה"א) – אבער ווידעראמאל, דאס האבן זיי געזאגט שוין 900 יאר נאך פיטאגרוס, און די ירושלמי אליין דארט, נוצט דער סטעיטמענט כדי צו ערקלערן פארוואס עס איז דא א איסר פאר עמיצן אויסצושניצן א פרעמדע אפגאט האלטענדיג א טאבע (אנהאלטן א טאבע סימבאליזירט א געוועלטיגונג אויף די גאנצע וועלט) און בעצם מיט דעם איז דער תלמוד מודה אז דער רונדעכיגע צורה פון די וועלט איז באקאנט געווען פאר די גוים.

די פראבלעם ביי דעם ספעציפישן נושא גייט אבער נאך אסאך טיפער, ווי בלויז נישט שטומנדע 'תירוצים' פון דער וואס איז עוסק אין קירוב רחוקים. די גמ' בבלי (פסחים צד ע"א) געט אונז א פונקטליכע דיסקרובציע פון א פלאכע ערד קוגל אונטער א הימל וואס איז ווי א קופאל. – א קופאל וואס האט א טאפוועדיגע דיקקייט און עכטע פענצטער, דורך וועלכע די זון גייט אדורך; ארויפציה לענגאויס די קופאל, אדער ארונטער, יעדן פרימארגן און אווענט. לויטן תלמוד דויערט פאר די זון אדורך צוגיין דער פענצטער א צייט וויפיל עס נעמט צוגיין פיהר מיל. און באזירט אויף דעם דיסקרובציע האט אין דעם 12טן הונדערט למס' -- דער רבינו תם געפסקנ'ט להלכה, דאס די צייט צווישן די אנהויב שקיעה (אנפאנג פון זון אונטערגאנג) און נאכט איז אזוי לאנג ווי א גאנג פון פיהר מילין; און דאס וואס שטייט אין מסכת שבת לד ע"ב, דאס די זמן של בן הערביים, ד.מ צווישן 'די צייט צווישן די אווענט'ס') איז א גאנג פון דריי פערטל מיל ¾ פון א מיל באציהט זיך נאר צו די צייט וואס דויערט פונעם 'ענדע' זון אונטערגאנג ביז נאכט. (זעה תוספות אויף פסחים צד ע"א, ד"ה רבי יהודה).

דער פסק פון רבינו תם איז אדאפטירט געווארן דורך די שו"ע (או"ח רסא, א-ב), און דאס זעלביגע אויך די באשטימונג אז די צייט פון מס' שבת – ¾ מיל פאררופט זיך בלויז אויף די לעצטע שטאפל איידער עס ווערט נאכט; אינדערצייט וואס די שקיעה וועלכע הויבט זיך בעצם אהן שוין א צייט-גאנג פון 3¾ מילין פריער.

דער מחבר פון שו"ע ר' יוסף קארו, האט געלעבט אינעם 16טן הונדערט – און אפילו דאן, אין א תקופה וואס יעדער וויסנדע מאן, פארשטאנדיג אין נאטור, האט שוין געוואוסט דאס די וועלט איז רונדיג, האט דער גדול הפוסקים דער "מחבר", געזען פאר וויכטיג צו אדאפטירן דער תלמוד בבלי'ס דיסקרובציע וועלכע באזירט זיך אויף א פלאכע ערדקוגל בליק.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום דזשאן אסטרוק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר