עמדה לו חמה לרבי יהושע (עילוי #2)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2308 מאל

עמדה לו חמה לרבי יהושע (עילוי #2)

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

שוין, על שדה איש עצל עברתי.
קיינמאל נישט געווען דער פלאן אז דא זאל זיך אפשפילן א המתחיל במצוה אומרים לו גיימיר אלע. איך בין געווען זיכער אז דער עולם וועט ממשיך זיין, משה געציל האט מיר צוגעזאגט א מאמר איבער הרב הגאון רבי רפאל שארר שליט"א, א איד אן אמת'ער גדול בתורה פון שענסטן קאליבער וואס איך וואלט אים גע'עצהט צו ציילן זיינע ווערטער והזהרו בגחלתן. העמיר מוזן צוו ווארטן מיט געדולד ביז משה געציל וועט מקיים זיין דעם מוצא שפתיך תשמור.

2. באקענט אייך מיט אונזער צווייטן עילוי אויף דער רייע, מעלת כבוד הדרת גאון תורתו הרב הגאון רבי יהושע יהודה גליק שליט"א.
א איד א תלמיד חכם עצום וואס וואוינט אין בארא פארק. ער איז דער דער ראב"ד פון ביד"צ גבעת המורה.
געבן מיר איבער דעם ווארט פאר הרב גליק אליין, וויאזוי ער שטעלט זיך פאר אויפ'ן וועב זייטל פונעם בי"ד גבעת המורה.דאט ארג, וז"ל: "אונזער ראש בית דין איז די וועלט באקאנטע הרה"ג רבי יושע גליק שליט"א וואס איז א תלמיד פון די סלאבאדקע ישיבה און א גאון עולם אין בקי בש"ס ופוסקים, און א עילוי אין הלכה'דיגע אספעקטן". נו, האבן מיר א הודעת בעל דין אז ער איז טאקע ראוי לאותו איצטלא, און געהערט אריין דאהי אין דעם אשכול.
הומאר אין א זייט געלייגט, דער ראב"ד שליט"א איז א איד וואס הארעוועט בד' אמות של הלכה שוין צענדליגער יארן כולן שוין לטובה, כשרונות פון א זשעני אין פולן זינען פון ווארט, געדענקט יעדן ש"ך אין חושן משפט מיט'ן לשון, און אז איר באגעגנט דעם ראב"ד איז נישט קיין ספק אז איר זאלט אייך אויפשטעלן פאר אים מלוא קומתו כראוי וכיאות לכבוד התורה.

דער ראב"ד איז אויך דער מחבר פונעם ספר עמק יהושע, א פירוש אויף ירושלמי מסכת דמאי, וואס איז בשעת הוצאתו לאור פארקויפט געווארן אין גרעסערע בתי מדרשים אין א קעסטעלע, פאר א מינימאלער אפצאל.
אינעם ספר איז דער מחבר דוגל אין אן אייגנארטיגן דרך אין לימוד הירושלמי. ווי ער שרייבט אין דער הקדמה איז דער ספר אזויווי training wheels וויאזוי צו לערנען ירושלמי. אויך טענה'ט דער ראב"ד אז 80% פראצענט קישוי וואס מ'האט אין הבנת התלמודים קומט ווייל ס'פעלט punctuation and paragraphs, און דער ראב"ד איז ממלא דעם חלל אין זיין ספר.
דער ראב"ד באנוצט זיך אסאך מיט'ן שפת המדינה דורכאויס זיין פירוש, ספעציעל ווען ס'קומט צו שילדערן די אלע אומבאוואוסטע געוואוקסן וואס ווערן אויסגערעכנט אין די מסכת, אויך דריקט דער ראב"ד אויס ביקורת אויפ'ן גאנצן אנגענומענעם דרך הלימוד פון מקשר זיין נימא בנימא כאילו אלעס דארף שטימען מיט אלעס, און ווי ער טענה'ט איז דאס קלאר נישט ריכטיג - קוקט אריין, איר וועט הנאה האבן.

דער ראב"ד זאל זיין געזונט האט געגרינדעט זיין בי"ד צוליב די קארופציע פון די היינטיגע בתי דינים, און ביי אים אין בי"ד קאסט א דין תורה נישט קיין געלט, אויסער די מינימאלע אפצאל פון שכר בטילה, בערך אויף א פארנעם פון בי"ד צדק שמרו משפט אין מאנסי בנשיאות הרב געשטעטנער שליט"א. פארשידענע סערוויסעס פונעם בי"ד ווערט צוגעשטעלט אנליין. אויפ'ן וועבזייטל וועט איר אויך באגעגענען אן עקסעל שיעט פון הונדערט און עטליכע דרייסיג מסרבים לדין פון דורכאויס די יארן.
דער ראב"ד איז א איד וואס בד בבד מיט זיינע גדל'ישע אייגנשאפטן פירט ער זיך מיט אן עניוות און פשטות. טראגט אמאל א דזשעקעט כפשוטו עם, פירט א ביציקל לעת הצורך, און צומאל אפילו ראלער בלעידס.

אין צוגאב צו זיין גדלות בתורה איז דער ראב"ד א בקי נפלא אין חכמת האסטראנאמיע התכונה והמסתעף. דער שרייבער פון די שורות האט אמאל אנגעפרעגט דעם ראב"ד וואס איז געווען זיין ערשטער אריינפיר אין דער וועלט פון אסטראנאמיע. דער תירוץ איז געווען: די הקדמה פונעם בעל תפארת ישראל זי"ע צו זיין פירוש אויף משניות סדר מועד מיט'ן נאמען "שבילי רקיע". דאס האט דער ראב"ד אדורכגעלערנט אלס יונגל ביי די צוועלף יאר.
אין א געוויסער תקופה האט טאקע דער ראב"ד שליט"א פארגעלערנט דורכאויס די לאנגע ווינטערדיגע מוצאי שבתים א שיעור אין חכמת התכונה, אין ביסטריצער ביהמ"ד אין בארא פארק. דאס השתתפות ביים שיעור האט פארלאנגט א מינימאלער אפצאל. דער ראב"ד שליט"א איז געבענטשט מיט אן איידעלן נאטור און זיסער צוגעלאזענער שפראך.
כפי השמועה, זענען זיך א גרופע יונגעלייט צוזאמענגעקומען אין א דאנערשטאג נאכט ליל שישי, אין שטוב פון הרב הגאון רבי יהושע נתן פייפער שליט"א, אבד"ק ברכת מנחם, ערב דעם פארלאפענעם ערב פסח תשס"ט, ווען דערביי האט דער ראב"ד פארגעלערנט אן אינהאלטסרייכן און טיפזיניגן שיעור איבער תהלוכת החמה, צום בעפארשטייענדן מצות קידוש החמה.

אויך איז דער ראב"ד שליט"א געווען דער עורך און ארויסגעבער פונעם וועכנטליכן גליון מיט'ן נאמען "תחכמוני" (אפס, ס'קלינגט א רויטע בעל...) מיט פארשידענע טשיקאווע מדורים און נושאים פון וואס דער עולם התורה האט שטארק געקוואלן, און איז אונטערגעגעגאנגען צוליב א געלט מאנגל.
איין זאך געדענק איך ווי עס איז נתברר געווארן אז דאס וואס חז"ל זאגן אז א רשות הרבים איז ווען ס'איז דא שישים רבוא בוקעים בכל יום, איז לאו דוקא, והראי', ווען א מענטש זאגט ס'איז געווען "טאנס אוו פאד", מיינט ער דען צו זאגן אז ס'איז געווען ממש טאנען פון עסן, ס'איז בלויז א שפריכווארט אז ס'איז געווען אסאך צו עסן. די זעלבע בנידון דידן מיינען חז"ל צו זאגן אז א רשות הרבים איז א פלאץ ווי אסאך מענטשן דרייען זיך, ונקטו בלשון גוזמא שישים רבוא! די בלעטלעך זענען געווען צו קריגן אנליין. לעת עתה קען איך נישט טרעפן דעם לינק, ווער עס קען ארויסהעלפן מיט דער זיכעריי למצוה גדולה יחשב.
וואונטשען מיר פאר'ן ראב"ד למען יאריך ימים על ממלכתו, ער זאל ווייטער קענען אויפטון גדולות ונצורות פאר'ן כלל, וכל דיין שדן דין אמת לאמיתו משרה שכינה בישראל סנהדרין ו' ב'.

דא האט איר א לינק צום וועב זייטל פונעם בי"ד givashamorah.org

דא האט איר א לינק צום ספר עמק יהושע אויף היברו בוקס עמק יהושע

און דא האט איר א קליפ אויף יוטוב פון איינע פון די שיעורים אין ביסטריץ, מערקט דעם ראב"ד מיט בגדי שבת.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Qwh7iiXtTgI[/youtube]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר