א בעשוי מיטן שטריימל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2727 מאל

א בעשוי מיטן שטריימל

שליחה דורך משה געציל »

דער טעלעפאן אין ישיבה צוקלינגט זיך. זרח וואס ווארט אויף א וויכטיגע רוף לויפט שנעל אויפהייבן דעם טעלעפאן, העלא? יא, מ'קען אפשר צורופן מיין משהל'ע? איין מינוט, מושי, דו האסט טעלעפאן!

העלא? יא משהל'ע טייערע, דא רעדט טאטי. אזוי ווי דו האסט חתונה אין דריי חדשים ארום, האב איך נאך לאנגע זוכענישען מיט מאמי געקויפט א הערליכן שטריימל, ממש א יופי שביופי... אי"ה שבת ווען דו וועסט אהיים קומען וועסטו עס קענען זעהן, דערווייל לערן פלייסיג...

פארשטייט זיך משי'ס קאפ איז נאר געווען א גאנצן טאג אויפן שטריימל, ווען וועט שוין אנקומען דעם פרייטאג ער זאל שוין קענען באטראכטן פון דער נאנט דעם שטריימל. ענדליך האט זיך דער פרייטאג אנגערוקט, מושי לויפט ארויס כאפן דעם ערשטן באס מיט איין אטעם, צום מזל האט ער עס דאס מאל יא געכאפט... זיצן האט ער נישט געקענט, איז ער געשטאנען דעם גאנצן וועג, ענדליך נאך ווי א להכעיס'דיגער צוויי שעה'דיגע טרעפיק איז דער באס אנגעקומען צום דעסטינאציע. משי לויפט אראפ מיט איין אטעם, לויפט גלייך צו ביזן טיר פון זיין הויז, כמנהג בחורי חמד וואס שלעפן זיך מיט א רענצל געט ער א שטויס דעם טיר מיט זיין פוס...

אה! שלום עליכם משהל'ע! וואס פארציילסטו? ווי אזוי איז געווען ישיבה דעי וואך?
מאמי, איך האב נישט יעצט קיין צייט! איך וועל רעדן שפעטער! קודם מוז איך זעהן דעם שטריימל...
משהל'ע זיסער, טאטי האט עס גוט באהאלטן די קינדער זאלען עס נישט זעהן, ווארט אביסל ביז טאטי קומט אהיים.

נאך א לאנגע צוואנציג מינוט איז זיין טאטע אנגעקומען. משהל'ע לויפט צו מיט איין אטעם, טאטי וואו איז מיין שטריימל???
קום מיט מיר משהל'ע. ער נעמט איהם אין ספרים שטוב, קריכט ארויף אויפן לייטער, נעמט אראפ פון העכער די ספרים שאפע דעם שטריימל באקס, דא קענסטו כאפן א בליק אויפן באקס...
אבער טאטי איך וויל זעהן דעם שטריימל...
דארפסט פארשטיין משהל'ע, אז טאטי און מאמי זאגן עס איז שיין מעגסטו אונז גלייבן, מיר פארשטייען נאך אזוי גוט צו א שטריימל....
אבער פליז טאטי! איך ווארט שוין אזוי שטארק!!!
ווייסט וואס משהל'ע? איך וועל עפענען דעם באקס, אזוי ארום וועסטו קענען זעהן דעם שטריימל פון אויבן, איך וויל אבער נישט בשום אופן אז דו זאלסט עס ארויסנעמען, איך וויל עס זאל זיין ווי ניי ביי די חתונה...
שוין... אז נישט איז נישט... כאטשיג כאפן א בליק פון אויבן, ער קוקט אריין, יא... עס פארבלענדט איהם די אויגען... ער זעהט אפאר ווייסע הארעלעך... א שטיקל קרוין... עס פאנגט זיך איהם שוין אן דאכטן אז ער זעהט א בויך אויכעט... בקיצור ס'איז א מחי'...

איך דארף נישט פארציילן ווי אזוי דער שבת איז פאריבער, ווי עקסייטעד משי איז געווען, ער קען קוים ווארטן צוריק צו גיין אין ישיבה מיטטיילן פאר זיינע חברים די פיינע נייעס.
זונטאג אינדערפרי לויפט ער שלא כדרכו זיכער מאכן אז ער פארשפעטיגט נישט דעם באס, ב"ה ער האט עס געמאכט, ער קומט אריין אין ישיבה מיט איין אטעם ער פארציילט פאר זיינע חברים וואס פאר א שטריימל ער האט זיך איינגעהאנדלט, פשיהא אזאנס און אזעלעכס...
ס'האט ווייסע האר???
אוודאי האט עס! ס'האט א בויך... א צוויי אינטשיגע קרוין... לאנגע שפיצן... א יופי שביופי...

צייט בלייבט נישט שטיין, מען רוקט זיך שוין נענטער און נענטער צום יום המיוחס, מען האלט שוין ער"ש באווארפן, משי קען קוים ווארטן אנצוטון זיין נייעם שטריימל, ער גייט אין מקוה (פארשטייט זיך נאכן גאָלען), ער קומט אהיים, ער גייט צו מיט ציטערדיגע הענט, ער כאפט אהן דעם שטריימל באקס, ער עפענט אויף דעם דעקל ער פאנגט אן ארויס צו דרייען דעם שטריימל פונעם באקס פאמעליך, כמנהג עקספערט...
ער דרייט, און באָבס... עס ווערט איהם שווארץ פאר די אויגן... וואס קרוין, ווען קרוין? נישט דא קיין איין ווייסע הארעלע פאר קיין געלט... א בויך? מאן דכר שמיה... בקיצור א גרוע שבגרוע... פאר דעם האב איך געווארט??? אויך מיר מבינים געווארען אויפן עלטער...

ער געט א ווארף צוריק דעם שטריימל אינעם באקס, אן אנטוישטער גיבט ער א שאקל מיטען הענט, און רופט זיך אהן, שוין... זאל זיין אזוי... מ'גייט דאך ממילא נאר איין מאל א וואך דערמיט...

ע"כ האילוסטראציע ווי אזוי עס ארבעט מסכת שידוכים ביי געוויסע חסידי ואנ"ש, יעצט ליינט עס איבער אנעם 'שטריימעל' אינדערמיט...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר