הוגה האט געשריבן:1) פארוואס דארפסטו א לינק? אלעס איז דא פארנט פון דיינע אויגן. אז דו וועסט ליינען די אשכולות וואס דו האסט אזוי שיין אראפגעריסן וועסטו זעהן אז קיינער אויסער דיר האט קיינמאל געזאגט אז מען דארף געבן 100% קאסטעדי פאר קיינעם. ממילא פעלט נישט אויס קיין אנטווארט פאר דעם.
@הוגה די רעדסט צי מיר? אויב יא האסטע א טעות ווייל איך רייס גארנישט אראפ, פארקערט איך בין פראו א יעדע זאך,
איך וויל א קליינע הסבר, און גייסט ארום און און ארום אבער נישט צום נושא, דאס איז וואס איך האב געפרעגט:
1} איך זיך א הסבר לשיטתם פארוואס די פאר די אפגעפארענע קימט זיך ענדערש רעכטען אויף די קינדער ווי פאר די וואס זענענן געבליבען ביי יודשקייט - דאס איז זיכער אז מען קען נישט זיין אינדערוואכען א גויטע ביי די מאמע און שבת א איד ביים טאטען, דערפאר זיך איך די לינק ווי איז מען איז מסביר פאר וואס די או אי די וואס איז אוועק פון יודשקייט זאל האבן מער רעכטען ווי די צד וואס איז געבליבען {דאס וואס א איינצעלער ניק שרייבט אז ער קען א פאל ווי קינדער זענענן געווען ביי א גוי אינדערוואכען, און שבת ביי א איד און עס האט געארבייט, איז פארשטענדליך מיט פשוט'ע שכל אז עס איז נישט באגלייבט, און אפילו עס איז א בחינה פון ע"מ שתעלה לרקיע און עס זאל זיך האבן געמאכט ביי איינעם מיינט עס נאך נישט אז עס אזאך וואס קען ארבייטען, והדבר אינו צריך ביאור}
3} איך זיך א פאל ווי א או טי די האט מוותר געווען און געלאזט די קינדער בלייבן אידן, און געגעבן פולע רעכטען פאר די צד שכנגד,
עס איז נישט דא אזא זאך, זיי גיבען קיינער נישט נאך, פארוועם עס געלונג צי כאפען די קינדער ווערן די קינדער דערמאך אפגעפארען, דערפאר איז צייט אויפציהערן וויינען מיט די פאלטשע קראדיקעל טרערן אז מען כאפט אוועק קינדער, און אדרבה אויב איינער ווייסט פון א אפגעפארענע יונגערמאן/פרוי וואס ציעט אויף די קינדער יודישליך און פירט זיך אליינס אויף יודשליך קעגען די קינדער זאל עס ביטע אנווייזען.
דערנאך צום צווייטען מאל געפרעגט:
איר זעט? יעדער שרייבט אז מען האט שוין גערעדט דערפון צוואנציג מאל, אבער א לינק איז נישט צום האבן,
איך וועל איבער פרעגן נאכאמאל ברחל-בתך-הקטנה, ווי דא אינעם שטיבעל איז מען מעביר בטוטו"ד פארוואס די צד וואס גייט אוועק פון יודשקייט זאל באקימען די רעכטען ענדערש ווי דער וואס בלייבט? און פארוואס דער וואס בלייבט זאל נישט האבן די רעכט צי פארלאנגען 100% פינקט דער וואס גייט אוועק פארלאנגט 100%?!
איז דא ערגעץ ווי מען האט עס מסביר געווען? יעדער זאגט אז מען האט שוין גערעדט דערפון אבער הלינק אינינו,
עס איז א נושא וואס איך וויל פארשטיין, איך וויל פארשטיין די מיינד-סעט פון די אט"ד פארוואס זיי האלטן אז זיי מעגען פייטען - און עס קימט זיי - פאר 100% רעכטען אויף די קינדער, משא"כ דער וואס בלייבט ביי יודשקייט האט נישט די זעלבע רעכט.