היינט פונקט געדאווענט אין מאנסי סאטמאר שול האב איך געזען א מודעה
אז מ'זאל בעטן פאר א ילד איך געדענק נישט דעם נאמען וואס זיין משמע איז ארויס לתרבות רעה בערך דעס איז די לשו' אויפ'ן צעטיל
און מ'שרייבט ארויס דעם טאטנ'ס נאמען ושם אמו אז מ'זאל מתפלל זיין פאר אים אז ער זאל געווינען די קעיס אקעגן זיין ווייב וואס וויל צונעמען די קינדער
איך מיין אז לעיקוואד מיט הוגה זאלן גיין אויפזוכן דעם טאטען און מאמען און פראבירן זיי צו איבעררעדן אז מ'זאל געבן דאס קינד פאר ביידע ס'קען דאך גארנישט שאטן דאס קינד וועט בלייבן נארמאל און איין טאג וועט ער טון אזוי ווי די מאמע פירט זיך און איין טאג ווי דער טאטע ס'איז דאך א חסד צו העלפן אזא מצב



