היינטיגע באלערענדע דאקומענטעריס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

היינטיגע באלערענדע דאקומענטעריס

הודעהדורך בשבילי! » מיטוואך אקטאבער 09, 2013 7:20 pm

אזוי ווי אז ס'דא היסטארישע דאקומענטעריס וויל איך דא און יעדער איינער זאל קענען לייגן באלערענדע דאקומענטעריס פון היינטיגע זאכן. דא איז איינס זייער אינטערעסאנט וויאזוי א מענטש לעבט צווישן לייבן, ער ציעט זיי אויף און זיי זענען ווי זיינע קינדער. אויך איז דא אין דעם "יתומים היים" הייענעס וואס געוועניך לעבן זיי נישט בשלום מיט לייבן אבער דא איז אלעס ווי איין משפחה. האט הנאה

דניאל בגוב האריות
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 546 מאל

הודעהדורך בשבילי! » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:58 pm

יעדער קען דאך אליינס טרעפן שיינע קליפס אויפן וועב, דאך לייג איך ארויף ווען נישט יעדער ווייסט וואס צו זוכן. אויב זעה'ך עפעס אינטערעסאנט און איבער אלעם א כשר'ע פילם לייג איך עס ארויף. איינער האט ערגעץ שוין געשריבן אויף דעם אז ס'איז געווען באשריבן אין איינע פון די יודישע מעגעזינ'ס. א מענטש וואס וואוינט אליינס אויף א 19 מיליאן אקער לאנד אין די פארפרוירענע Arctic National Wildlife אין אלאסקע, 250 מייל צפון צו פון די סיטי פעירבענקס אלאסקע. ער וואוינט דארט מיט זיין ווייב שוין 30 יאר ! ער איז אינגאנצן איזאלירט און לעבט א מיטל אלטער וועג פון לעבן, ער גייט פישן ון כאפט חיות זיך צו שפייזן. זיין איינציגסטע גריס פון די דרויסענדיגע וועלט זענען די עראפלאנען וואס ער זעט פליען אין די הימלען. ער זאגט אז ער איז געוואויר געווארן פון 911 נאך עטליכע טעג ווען ער האט געזען אז ס'פליען נישט דורך קיין פליגערס, האט ער עפעס אנגעהויבן חושד צו זיין...
קוקטס און האט הנאה
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 546 מאל

הודעהדורך קרעקער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:12 pm

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 958
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 404 מאל

הודעהדורך אבי גערעדט » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:37 pm

בשבילי! האט געשריבן:יעדער קען דאך אליינס טרעפן שיינע קליפס אויפן וועב, דאך לייג איך ארויף ווען נישט יעדער ווייסט וואס צו זוכן. אויב זעה'ך עפעס אינטערעסאנט און איבער אלעם א כשר'ע פילם לייג איך עס ארויף. איינער האט ערגעץ שוין געשריבן אויף דעם אז ס'איז געווען באשריבן אין איינע פון די יודישע מעגעזינ'ס. א מענטש וואס וואוינט אליינס אויף א 19 מיליאן אקער לאנד אין די פארפרוירענע Arctic National Wildlife אין אלאסקע, 250 מייל צפון צו פון די סיטי פעירבענקס אלאסקע. ער וואוינט דארט מיט זיין ווייב שוין 30 יאר ! ער איז אינגאנצן איזאלירט און לעבט א מיטל אלטער וועג פון לעבן, ער גייט פישן ון כאפט חיות זיך צו שפייזן. זיין איינציגסטע גריס פון די דרויסענדיגע וועלט זענען די עראפלאנען וואס ער זעט פליען אין די הימלען. ער זאגט אז ער איז געוואויר געווארן פון 911 נאך עטליכע טעג ווען ער האט געזען אז ס'פליען נישט דורך קיין פליגערס, האט ער עפעס אנגעהויבן חושד צו זיין...
קוקטס און האט הנאה



געווען נאכגעשריבן אין דער בליץ א חודש אדער 2 צוריק
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 754
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 436 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 5:07 am

בשבילי! האט געשריבן:אזוי ווי אז ס'דא היסטארישע דאקומענטעריס וויל איך דא און יעדער איינער זאל קענען לייגן באלערענדע דאקומענטעריס פון היינטיגע זאכן. דא איז איינס זייער אינטערעסאנט וויאזוי א מענטש לעבט צווישן לייבן, ער ציעט זיי אויף און זיי זענען ווי זיינע קינדער. אויך איז דא אין דעם "יתומים היים" הייענעס וואס געוועניך לעבן זיי נישט בשלום מיט לייבן אבער דא איז אלעס ווי איין משפחה. האט הנאה

דניאל בגוב האריות



דאס איז זייער אינטערעסאנט, אבער דער פילם וואס דו ברענגסט איז דער צווייטער אין די סעריע, עס איז א סעריע פון דריי, און די איז די צווייטע, ברענג'זשע זיי מוחל אויך דעם ערשטן און דעם דריטן. עס איז עפעס נישט נארמאל אינטערעסאנט צו זעהן ווי א מענטש, מיט דעם ריכטיגן צוטריט קען ער געוואונען דעם צוטרוי פון אזעלכע דורסים ווי לייבן. עס דערמאנט עפעס א מעשה (פון חז"ל אפשר?) פון איינעם וועלכער האט זיך באפריינדעט מיט לייבן ביז ער האט אויסגעמעלקט א לייב און געברענגט איר מילך צום קעניג וועלכער איז געווען קראנק. נו, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך, פילט אריין די מעשה.

אויך איז זייער אינטערעסאנט צו זעהן ווי ער האט אויפגעצויגן נאטורליכע פיינט צו לעבן צוזאמען, א היענע צוזאמען מיט א גרופע לייבן. הפלא ופלא. יישר כח פארן ברענגען דעם לינק.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:12 am

אויב האט איהר הנאה געהאט פונעם אלאסקע דאקומענטערי, דאן איז א חוב קדוש צו זעהן די וידיאו Happy People: A Year In The Taiga, א דערפל טיף אין סיביר, אפגעהאקט פון ציוויליזאציע, זייער אינטערעסאנט.

http://viooz.co/movies/12579-happy-peop ... -2010.html
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 4748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3828 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:26 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:אויב האט איהר הנאה געהאט פונעם אלאסקע דאקומענטערי, דאן איז א חוב קדוש צו זעהן די וידיאו Happy People: A Year In The Taiga, א דערפל טיף אין סיביר, אפגעהאקט פון ציוויליזאציע, זייער אינטערעסאנט.

http://viooz.co/movies/12579-happy-peop ... -2010.html


ישר כח ונבנתה, איך האב מקיים געווען דעם חוב קדוש און גאר גאר שטארק הנאה געהאט. איך רעקאמענדיר שטארק דעם העפי פיעפל.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט