איך וויין!!! אוי מי יורה דעה ומי יבין שמועה.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

איך וויין!!! אוי מי יורה דעה ומי יבין שמועה.

שליחה דורך ימי קדם »

איך ווייס אז עס איז שוין דא אן אשכול דערוועגן אין פארום ''אידישע נייעס'', איך פיל אבער אז עס איז דא א שטארקע געזעלשאפט'ליכע נקודה וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן, דא אין 'געזעלשאפט'.

מיר שטייען יעצט אויף צופרי צו א נייע וועלט, א וועלט אהן דער גדול ישראל, מרן רבא דעמיה, הרה''ק עובדיה יוסף זכותו יגן עלינו. עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי.

אבער איך גיי נישט דא סתם וויינען, עס איז דא א נקודה וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן וועגן אים, וואס איז כנראה א בחינה פון חבל על דאבדין ולא משתכחין.

אין געוויסע קרייזן, איז דער היינטיגער געשעהניש, אנגעקוקט כמעט ווי גארנישט, און איך האב שוין אנגעהויבן הערן די 'שרעקליכע' טענות וואס זיי האבן אויף אים, אבער טאקע וועגן דעם פיל איך אזא הערצה צו אים.

חוץ פון דעם מציאות אז ער האט געראטוועט דאס אידישקייט, לעבן, און חיות בגשם ורוח פון הונדערטער טויזענטער אידן, וואס וואלטן אהן אים נישט געהאט קיין שום חיות, און וואלטן נאר צוגעגעבן צו די פארברעכן אין ארצינו הקדושה אויף א גרויסען פארנעם, וואס פארדעם אליין דארפן מיר אים אלע מכיר זיין, ער האט אויפגעשטעלט מוסדות החינוך, און יא, מיט א געהעריגע באלאנסירטע תורה'דיגע און וועלטליכע חינוך, ממש א יחיד במינו און די וועלט ווי קינדער האבן א גאנצן אידישן, צוזאמען מיט א גאנצן סעקולארען חינוך, וואס מיר אלע קענען זיך לערנען פון דעם, ווי הונדערטער טויזענטער קינדער זענען ערצויגן געווארן.
אבער נישט דאס מיין איך.

ער האט געהאט א כח וואס מען טרעפט נישט היינט אויף אזא פארנעם, און דאס איז לא תגורו מפני איש ער האט געזאגט זיין מיינוג אין אלעם, נישט קיין חילוק וויפיל קריטיק, קול קורא'ס און חרמות ער האט באקומען דערפאר, ער האט געקענט שטיין איינער אליין קעגן די גאנצע וועלט פון די לעצטע הונדערט יאר, און זיך האלטן צו דעתו, וואס ער האט געהאט די רעכט דערצו, קעמפן פאר די אפגעהיטענע רייכע ספרדישע מסורה (וואס איז סאך רייכער, עלטער, און קראנטער פון די אשכנזישער, מכח די פאקט אז זיי האבן סאך ווייניגער געוואנדערט, דהיינו די בני עדות המזרח, פון מאראקא, איראק, איראן, מצרים, וכו'), אפילו ווען די גאנצע וועלט איז דאמינירט געווען דורך די אשכנזים, שלא ביושר.

מען קען פן דעם רעדן אסאך, און איך וועל לאזן די חברים ממשיך זיין, וויבאלד איך גיי שוין אריין צו די ארבעט.
די עיקר נקודה איז נאר: מיר דארפן באוויינען דעם כח פון א גדול וואס האט געקענט שטיין קעגן די גאנצע וועלט, אהן קיין מורא, און זאגן זיין אייגענער מיינוג. אפילו און א צייט וואס מען פרובירט אונז צו פארדרייען א ראפ מיט אזאלכע שטותים ווי 'אזוי טוט מען' און מען טאר נישט משנה זיין, און די ספרי שו''ת זענען מלא הבל דן צו זיין און וואס די זיידעס האבן יא אדער נישט געוואלט און געטוהן, אהן זיך רעכענען מיט אומצאליגע זאכן וואס זענען קלאר מותר ע''פ תורה, און מען מאכט פון זיי איסורי כריתות על לא דבר.

וכל בית ישראל יבכו.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר