דורך גאלד » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:21 pm
כאב אביסל מחשבות וועגן דיין שיטה
קודם סאונד עס אביסל חאזעריש און סעלפיש, נאכאלעם רעד מיר דא פון א "מתנת חנם" וואס מ'נעמט ארויס "מיט געוואלד" פון יענעמס טאש דער שטייערצאלער, אפגעזעהן ווי רייך יענער איז איז עס פארט יענעמס ערליך פארדינטע געלט, ממילא מעג מען זיין אביסל האמבל און דאנקבאר פאר די עשירים, נישט זיי אראפרייסן, די ווארט איז נישט מ'האט רחמנות אויף די עשירים, די ווארט איז "ליבערטי" "חירות" דאס מיינט יעדער האט א רעכט צי פארדינען וויפיל איהם שמעקט און יעדע פעני וואס מ'צווינגט ארויס כדי צו פיטערן נישט אזעלעכע סוקסעספולע בירגער דארף זיין ממש א לעצטער מיטל, און מ'דארף זיך אנטשולדיגן און דאנקבאר זיין פאר זיי,
אונטער קאמוניזם, ארבעט עס אזוי אז משורת הדין געהער יעדע פרוטה פאר די רעגירונג, און וויפיל די רעגירונג לאזט איבער פאר די בירגער איז עס חסד פון די רעגירונג, דא און א דעמאקראטישע לאנד ארבעט עס פונקט קאפויער, יעדער האט די פרידעם צו זיך איינקויפן א רייכטום ווי קרח, און וואס מ'שלעפט ארויס איז ממש כאילו כפאו שד,
דאס איז איינס,
שנית דארף מען שטארק חושש זיין אז דער סיסטעם גייט קראכן, סיידן דער לאנד ווערט טראנפארמירט צו א גאר סאציאליסטישע רעגירונג, אפשר קרוב צו קאמיוניזם,
יעצט קוק מיך נישט אן מיט אזעלעכע גרויסע אויגן, כעל עס שיין מסביר מיט א משל
למשל ווען א מוכר און א קונה פארהאנדלען איבער די פרייז פון א חפץ, איז יעדער צד האט דער פונקט פארקערטער אינטערעסע, דער מוכר וויל דאס טייערסטע און דער קונה וויל דאס ביליגסטע, אזוי אז ביידע ציען אויף די פארקערטע ריכטונג, איז אטאמאטיש ענדיגט זיך עס מיט א מעסיג פרייז, ווייל קיין איין זייט לאזט נישט זאל גיין איבער די גרעניץ פון די אנגענומענער פרייז, יעצט שטעל דיך פאר ווען מאיזה סיבה זאלן ביידע האבן די זעלבע אינטערעסע, דהיינו למשל אז ביידע ווילן די טייערסטע וועט א פלאש מילך קאסטן ווי א קאר, אדער אז ביידע ווילן די ביליגסטע וועט אלעס זיין בחנם, ווייל ס'נישטא ווער זאל ציען פארקערט איז אטאמאטיש ענדיגט זיך עס גאר עקסטרעם,
כן הדבר מיט די רעגירונג און אירע הוצאות, עס איז דא נותן און א מקבל, כדי זאל זיין עפעס א נארמאלקייט און די הוצאת ברויך דא זיין איין צד וואס זאל ציען פארקערט, וואס זאל האבן א אינטערעסע פון שפארן געלט, אנטשטאט שפענדן, יעצט לאמיר זעהן ווער איז דער נותן, דאס זענען די "פאלאטישנס" זיי זיצן ביים שיסל געלט פאטשקען ארום און טיילן מוציא'ס רעכט אין לינקס, וואס איז זייער אינטערעסע? מיינט איר אוואדי צו שפארן געלט? א פייג! זייער אינטערעס איז נאר איינער: "צו ווערן ווידערערוועלט" גארניקסט עפעס אנדערש, דאס מיינט אטאמטיש ווערט דער אינטערעסע פונעם נותן די זעלבע ווי דער מקבל, די קאנסטיטשוענס שרייען הב הב אנדערש וועיל איך דיר ארויס, ווייל זייט וועלט איז וועלט זענען די ארימעלייט די גאר איבערוויגענדע מערהייט ווי די עשירים, אזוי האט דער אייבישטער באשאפן זיין וועלטעל, און דער נותן איז משבחים ואומרים, א ברירה האט ער? נאך דאס פעלט איהם אויס אז א טשעלענדשער זאל מארגן קאמפיינען אז ער האט געשטימט צו שניידן מעדיקעיד וכדומה, ממילא לאביט ער און פארפירט מ'דארך אזא פראגאם מיט אזי פראגראם, געלט פאר דאס געלט פאר יענס, און מ'שטעלט זיך נאך אהער ווי א בעל רחמנות וואס זארגט זיך שרעקליך אויף די אומגליקליכע ארימעלייט,
וואס געשעהט ס'נישטא קיין שום זאך וואס זאל באלאנסירן און אפשטעלן די שנעל לויפענדע הוצאות וואס לויפט ווי א צוג 100 מפ"ש, קיינער שטעלט עס נישט ואין פוצה פה ומצפצף,
אויך מוז מען געדענקן, דער עבר האט נאר געוויזן אז יעדער נייער ענטייטלמענט פראגראם וואס ווערט איינגעפירט איז כיון שעלה שוב לא ירד, דאס מיינט מ'קאמיט זיך אויף לנצח נצחים פאר ריזיגע הוצאות, ווייל איינמאל א שיינע חלק פון די בירגער ווערן אנגעוויזן אויף די שטיצע פון דער פראגרעם וועט קיין שום פאליטישן האבן די העזה דאס צו טעשפען דו"ק ותשכח,
ממילא ווען א ליבעראלע פרעזידענט קומט מיט א פרישע נייער טייערע פאגראם ווי אבאמא קעיר צו איינשטעלן אויף לנצח נצחים איז גאר וויכטיג זאל זיין עפעס א פארקעטע צד, זאל זיין עפעס א אווערסייט, איבערזיכט
די פאלעטישנס ווי בעינאר וחבריו דארפן אפלודירט ווערן, ענדליך איז דא איינער וואס קלינגט דער אלארם, דאס איז קוראזש,
אוואדי זאלן אידישע קינדער געניסן מכל טוב פון אונזער מלכות של חסד, אבער מיר זענען פארט סיוויליזירטע ארנטליכע מענטשן נישט קיין חזירים, וואס טראכט אביסעלע פאראויס, און ס'נישט מענטשליך צו זיך ארויסשטעלן קעגן די פאלעטישנס וואס פרובירן פשוט צו איינשטעלן באלאנס און נארמאלקייט,
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!