כיתה-א' מחשבות איבער עוואלוציע

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

כיתה-א' מחשבות איבער עוואלוציע

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

ווען מען רעדט צופיל און צו לאנג איבער א טעמע, קען זיך מאכן אז מען זאל פארגעסן די אייגנטליכע נקודה פון דעם שמועס. מען זעט דאס שטארק ביי א היציגן ויכוח, אז א שטיק צייט אריין אין דער טענה'עריי און א פאר אקטאוועס ארויף פונעם אנהייב שמועס, פארגעסן די צדדים איבער וואס (און אפילו וויאזוי) דער ויכוח האט זיך אנגעהויבן. ביידע גייען אריין אין ויכוח-mode, און ביידע ברענגען זיך ראיות לדבריהם, וואס פירט אז דער קעגנער זאל אפפרעגן די ראי', וואס ברענגט צו א מיינונגס-פארשידנהייט אויף דער עצם ראי' (דזבין אבא בתרי זוזי חד גדיא).

דאס זעלבע איז אמת ביי א טעמע וואס פארמאגט א סך פרטים און פרטי פרטים. מען קען אמאל אזוי פארקריכן מיט די פרטים, אז מען פארגעסט דעם כלל ארום וועלכן די פרטים דרייען זיך. "מען קוקט אויפ'ן וואלד, פארגעסט מען צו זען די ביימער," איז פאראן א ווערטל וואס קומט דאס אילוסטרירן.

איז, ווען מען וויל באקומען א יסודות'דיגע קלארקייט אין א טעמע מיט וועלכער מען איז אזוי צעקנוילט און פארדרייט געווארן, איז גוט אנצוהייבן פון פריש - אנקוקן דאס עסק מיט א פרישן פאר ברילן.

"עוואלוציע" איז פאר מיר איין אזא טעמע. די טעאריע - די טעאריע ווי א דבר השלם ווי מיר האבן זי היינט - איז שוין דורכגאנגען מערערע אנטוויקלונגען, כמעט אזויפיל ווי זי טיילט-צו צום מין אנושי. דער גרונט-פרינציפ פון דער טעאריע איז אויך פארכאפט און פארזינקען אין א סך פרטים און נאך מער סענטימענטן.

איך האב קיינמאל נאכנישט דורכגעטאן די נושא. די (ווייניג) וואס איך ווייס קומט פון בליקן און נאשן דא און דארט. בין איך טאקע היפש אומקלאר אין דער סוגיא, און כ'בין נייגעריג צי ס'זענען פאראן חברים וואס וואלטן געהאט דאס געדולד מיר צו געבן א פשוט'ן הסבר אויף מיין זייער-פשוט'ער שאלה: עוואלוציע זאגט, אז די שטארקערע, דהיינו, די מיט די אייגנשאפטן זיך צו קענען אומגיין אין דער סביבה און אומשטענדן אין וועלכע מען געפינט זיך, די זענען די וואס בלייבן און פון זיי אנטוויקלט זיך דאס לעבן ווייטער. איז מיין שאלה: ווער איז דער וואס וויל? אויב עפעס וויל איבערלעבן, מוז דאך זיין עפעס/עמיצער וואס האט דעם רצון. אבער איז נישט רצון עפעס וואס זיצט אין מוח? דער מוח איז דאך אבער אויך א פראדוקט פון עוואלוציע. ווער האט געוואלט איבערלעבן און וואו איז דער רצון איינגעשטאנען איידער באשעפענישן האבן זיך באוויזן? (איך האב די זעלבע קשיא אויף "אינסטינקט", וואס האט זיך לכאורה אויך באוויזן נאך דעם וואס ס'איז שוין געווען אזא זאך ווי א לעבעדיגע באשעפעניש וואס זאל האבן דעם אינסטינקט.)

ילמדינו רבותינו, ביטע.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר