האט עס עפעס מיט מיר??

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

האט עס עפעס מיט מיר??

שליחה דורך ראשעקאל »

איך וויל פארשטעלען דריי צענעס פון פאסירונגען און איך וויל הערען וואס די עולם האט צו זאגן איז די ריכטיגע זאך צו טוהן.
עס איז דא א גרופע פון צען נאנטע חברים: ראובן, שמעון, לוי, יהודה, יששכר, זבולין, דן, נפתלי, גד, אשר. זיי אלע האבן א אייגענע מנין, ווי מ'דאווענט צוזאמען יעדן טאג שחרית און אלע תפילות שבת.


1)
לוי און גד זענען איין טאג געוועהן אין א אנדערע שטאט, און דארטען איז געשעהן א מחלוקת צווישן זיי. לוי האט גע'טענה'ט אז גד האט אים פארשעמט ברבים, און גד האט גע'טענה'ט אז לוי האט אים ערשט פארשעמט. ביידע האבן געשריגן אז די אנדערער איז שולדיג.
די אנדערע אכט חברים הערן פון די מעשה, און די שאלה איז וואס דארפן זיי טוהן? איין צד איז, וויבאלד עס איז א קליינע גרופע פון חברים און צוויי פון זיי האבן טענות איינער אויפ'ן צווייטען איז דא א פליכט אויף יעדעם מברר צו זיין וואס דא איז געשעהן און זעהן ווער עס איז גערעכט, און זיך אננעמען פאר זייער חבר וואס איז גערעכט.
די אנדערע צד איז, די מחלוקת האט גארנישט מיט די גרופע, עס איז געשעהן אינגאנצן ערגעץ אנדערשט און איז א פריוואטע מחלוקת צווישן די צוויי. יעדער קען ווייטער זיין א חבר מיט ביידע, און קיינער איז נישט מחיוב זיך אריינצומישן. יעדער קען זאגן עס האט גארנישט מיט מיר.


2)
לוי און גד זענען איין טאג געוועהן אין א אנדערע שטאט, און דארטען האט לוי פארשעמט גד ברבים על לא עוול.
וואס דארפן די אנדערע אכט טוהן? איין צד איז, וויבאלד עס איז א קליינע גרופע פון חברים און עס איז קלאר אז איינער פון די גרופע, לוי, האט בא'עול'ט א אנדערער פון די גרופע, גד, איז דא א פליכט אויף יעדעם זיך אנצונעמען פאר זייער חבר וואס איז געווארן בא'עול'ט.
די אנדערע צד איז, עס איז טאקע אמת אז לוי האט בא'עול'ט גד, אבער למעשה איז עס געשעהן אין א אנדערע שטאט, און קיינער פון די גרופע איז נישט דארטען געוועהן. און ממילא האט עס גארנישט מיט קיינעם פון די גרופע, און יעדער פון די גרופע קען זאגן איך בין א חבר מיט ביידע, און איך דארף מיך נישט אריינמישן דערין.


3)
זיצענדיג אין די גרופע'ס אייגענע מנין איין שבת האט לוי פארשעמט גד על לא עוול.
וואס דארפן די אנדערע אכט טוהן? איין צד איז, עס איז געשעהן א עולה דא ביי אונז אין די גרופע, איינער האט דא אין אונזער מנין פארשעמט א צווייטן, דארף יעדער זיך אננעמען פאר דעם בא'עול'טן און אויסדרוקן פראטעסט קעגן די עולה.
די אנדערע צד איז, עס איז טאקע אמת אז לוי האט בא'עול'ט גד, און עס איז אמת אז עס איז געשעהן דא אין די גרופע. אבער עס איז נאך אלץ א זאך וואס איין מענטש (לוי) האט געטוהן קעגן א איינצעלע מענטש (גד), און עס האט גארנישט צוטוהן מיט די גאנצע גרופע. און יעדער פון די גרופע קען זאגן איך בין א חבר מיט ביידע, און איך דארף מיך נישט אריינמישן דערין.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר