"דער איד"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
קארלסבורג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

"דער איד"

שליחה דורך קארלסבורג »

"דער איד" איז געגרינדעט געווארן אין יאר תשט"ו דורך דר. אהרן ראזמארין ווי א צוויי-וואכיגע צייטונג. ראזמארין איז געווען א רעדאקטאר ביים "מארגן זשורנאל" און נאכדעם וואס עס האט זיך פארמאכט, און זיך דערנאך צוזאמענגשטעלט מיט'ן "טאג", האט ער פארלוירן זיין פאזיציע.

אנדערש ווי די רעדאקציעס פון דעם "טאג" און דעם "מארגן זשורנאל" איז ראזמארין געווען א שטארק פרומער איד, און די נייע צייטונג וואס ער האט געגרינדעט, "דער איד", האט פארמאגט א שטארק פרומער כאראקטער, און איז טאקע געווען די פרומסטע אידישע צייטונג אין יענער תקופה.

ראזמארין איז געווען א שטארקער סימפאטיקער פאר דער נייער אידישער מדינה. אבער ווי נאר סאטמאר האט אפגעקויפט "דער איד" האט די צייטונג אנגעהויבן גענוצט ווערן פאר די סאטמארער מערכה קעגן מדינת ישראל. אין לויף פון צענדליגער יארן פלעגט די פאדערשטע זייט פון "דער איד" זיין מיוחד פאר נייעס פון מדינת ישראל. כמעט וואס אנדערע נייעס האבן נישט פיגורירט דארטן.
Der Yid 1973.JPG
Der Yid 1973.JPG (46.37 KiB) געזען געווארן 14945 מאל

א טיפישע ערשטע זייט פון אן אמאליגן "איד"

אין די ערשטע יארן פלעגט "דער איד" באשטיין פון בלויז עטליכע זייטן, און האט פארמאגט א צוויי-זייטיגע ביילאגע אין ענגליש. סאטמאר האט געהאט א חלום צו פארוואנדלען דעם "איד" אין א טעגליכער צייטונג, צו קענען קאנקורירן מיט די אלגעמיינע אידישע צייטונגען פון יענער תקופה – עס האט זיך אבער קיינמאל נישט אויסגעארבעט (שפעטער, אין יאר תשל"ג, האט סאטמאר – אין קאלאבאראציע מיט ליובאוויטש – ארויסגעגעבן א טעגליכע צייטונג וואס האט אנגעהאלטן איין חודש. און יא, סאטמאר האט לאנגע יארן געהאט פאזיטיווע שייכות מיט ליובאוויטש. זע דא אין "דער איד" פון תשי"ח צוויי בריוו, איינס פון האדמו"ר מסאטמאר ז"ל און איינס פון האדמו"ר מליובאוויטש ז"ל).

דער ערשטער רעדאקטאר פון "דער איד" איז געווען ר' בערל פריעדמאן ("בערל פרייליך"), דער היינטיגער ראש הקהל ביי קהילת סאטמאר בנשיאות האדמו"ר ר' אהרן. שפעטער זענען געווען רעדאקטארן ר' סענדער דייטש ע"ה ("אליעזר עפשטיין") און ר' חיים משה שטאובער ("שמחה בוימל"). די אלע האבן גענומען זייער הדרכה וויאזוי צו פירן די צייטונג פון האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר ז"ל.

אין לויף פון די יארן איז "דער איד" געווען דער כלי-זיין מיט וועלכער סאטמאר האט זיך געשלאגן מיט אירע שונאים. בראש וראשון זענען געווען די ציונים, מזרחי און אגודה – אנגעפאנגען פון הגראי"ה קוק ז"ל און געענדיגט מיט הרב שך ז"ל – אבער נאכדעם איז עס אריבער צו די פארשידענע שטרייטן וועלכע האבן אויסגעבראכן צווישן סאטמאר און אנדערע קרייזן. דער ליובאוויטשער רבי ז"ל האט אין א שמועס שבועות תשמ"ה שארף ארונטערגעריסן דעם "איד" וועגן דברי ליצנות וואס זיי האבן געדרוקט קעגן זיינע פראיעקטן. נאך עטליכע יאר פריער איז אין סאטמאר גע'אסר'ט געווארן צו לייענען די ליובאוויטשער צייטונג "דער אלגעמיינער זשורנאל".

אין די תש"מ-יארן איז "דער איד" גענוצט געווארן אין דער מערכה קעגן קהילת בעלזא. באקאנט איז די סעריע מאמרים פון ר' משה לייב דייטש, געשריבן אין לשה"ק, וואו ער האט שארף ארונטערגעריסן די בעלזער קהילה און זייער רבי. "המחנה החרדי", די בעלזער צייטונג, איז אוודאי נישט שולדיג געבליבן, און אזוי זענען פיילן געפלויגן אהין און צוריק. ווען די עקסטרעמערע פראקציעס אין סאטמאר האבן רעוואלטירט קעגן דער הנהגה פון האדמו"ר בעל ברך משה ז"ל, זענען געדרוקט געווארן גאר שארפע מאמרים קעגן זיי, ובפרט קעגן די מנהיגים פון יענע קהילות, ווי הג"ר אברהם לייטנער ז"ל און הג"ר רפאל בלום, קאשויער רב, ז"ל. פון די קהילות זענען טאקע פובליצירט געווארן בריוו וועלכע האבן פארדאמט דעם "איד" מיט שארפע לשונות, און גע'אסר'ט אים צו לייענען.

פארשטייט זיך אז די שארפסטע מערכה וואס "דער איד" האט נאר אמאל אנגעפירט און אויף וועלכער ער האט די מערסטע טינט פארגאסן, איז אונטערצוברענגען די אדמו"רות פון האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר. אנגעפאנגען נאך פסח תשנ"ט איז "דער איד" געווארן שארפער און ווילדער פון וואך צו וואך. אזש, קיין שום מיטל איז נישט פארקוקט געווארן. אין דער צייט וואס אפילו אין דער אויסגאבע נאך סעפטעמבער 11, 2001, האט "דער איד", ווי אן ערנסטע צייטונג, פארמאגט אן ארטיקל אויף דער ערשטער זייט, האט אבער פאליטיק פארלאנגט עטליכע יאר שפעטער אנצושמירן א ריזיגן בילד אויף דער גאנצער ערשטער זייט וואס האט לויט אים פארשעמט דעם דעמאלטדיגן רב אין קרית-יואל, האדמו"ר ר' אהרן. "דער איד" האלט זיך אויך נישט צוריק פון דרוקן גאנצע ביילאגעס וועלכע טוען לויט זיי טשעפען מיט ר' אהרן.

טראצדעם וואס "דער איד" פארמאגט א גוטער זשורנאליזם (ער איז ארום צען יאר צוריק באצייכנט געווארן דורכ'ן "פארווערטס" ווי "די גרעסטע און שענסטע אידישע צייטונג"), זענען די רעדאקטארן גרייט צו פארקוקן אלע יסודות פון זשורנאליזם, ארויסנעמענדיג ביליגע געלע זשורנאליזם אויף צו פארדאמען האדמו"ר ר' אהרן, זיינע חסידים, און זיין צייטונג "דער בלאט" – וועמען זיי האבן, איראניש, באטיטלט ווי "געלע זשורנאליזם".

"דער איד" איז מקפיד אויף א הויכער מאס פראפעסיאנאליזם, און ארטיקלען גייען דורך א שטארקע הגהה. די גראמאטיק איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, אבער איז געווענליך איינהייטליך דורכאויס די גאנצע צייטונג. אבער אנשטאט "דער איד" זאל שטיין מיט זיין קוואליטעט העכער זיין קאנקורענט "דער בלאט", האט ער ווי נאר "דער בלאט" האט זיך געגרינדעט אים אנגעהויבן נאכמאכן. ווען "דער בלאט" האט אנגעהויבן דעקן אלע חסידישע הויפלעך אין א קאלום "וואס נאך טוט זיך בעולם התורה והחסידות...", איז "דער איד" דאס תיכף נאכגעשפרינגען. ווען "דער בלאט" האט אפגעשטעלט דעם קאלום, און האט אנגעהויבן דעקן פראמינענט אלע קליינע נייעסלעך, האט "דער איד" ווידער נאכגעמאכט. ווען "דער בלאט" האט אנגעהויבן לייגן א דגוש אויף בילדער, איז דער זעלבער דגוש תיכף געווען צו געפינען אין דעם "איד". (עס איז כדאי צו באמערקן אז אין יאר תשנ"ח האט "דער איד" געמאלדן אז כדי מקיים צו זיין דעם רצון פון דעם סאטמארער רבי'ן ז"ל וועט מער נישט געדרוקט ווערן קיין בילדער וועלכע אנטהאלטן די צורה פון א פנים פון א מענטש. דאס איז טאקע אנגעגאנגען פאר עטליכע יאר, און אפילו אנאנסן וועלכע האבן פארמאגט קליינע קאריקאטורן וואו מ'האט געזען מענטשליכע געזיכטער זענען פארמעקט געווארן, ביז "דער בלאט" האט זיך געעפנט, און די רעדאקציע פון "דער איד" האט פארגעסן פון דער תקנה וואס זיי האבן געמאכט.)
גאנץ לעצטנס, ווען "דער בלאט" האט אנגעהויבן אויסשטעלן די ערשטע זייט ווי א טאבלאיד, מיט קעסטעלעך וועלכע געבן רעפערענצן צו ארטיקלען וועלכע געפינען זיך אין די בלעטער פון דער צייטונג, איז דאס "דער איד" תיכף נאכגעשפרינגען. ווען "דער בלאט" האט מחליט געווען אויפצוהערן דעקן וועלטליכע נייעס אויף דער ערשטער זייט, האט "דער איד" דאס גלייך נאכגעמאכט.

אין קורצן: "דער איד" טראגט די ברייטע היסטאריע פון סאטמאר אין לויף פון די לעצטע פופציג יאר. א בליק אין די ארכיוון פון "דער איד" ווייזט דאס ארגסטע וואס סאטמאר האט צו ווייזן. די שמוציגע מערכות, הלבנת פנים, נארישע און לעכערליכע ארגומענטן, און בעיקר שחצנות אויפ'ן ערגסטן פארנעם. טראצדעם וואס זשורנאליסטיש גערעדט שטייט "דער איד" העכער ווי אנדערע אידישע צייטונגען, איז עס אבער אויך פיל שמוציגער און לאזט זיך אראפ פיל שארפער און נידריגער ווען עס קומט צו פאליטישע אינטערעסן.

אבער אנשטאט די ליטערארישע מעלות פון דעם "איד" זאל זיין עפעס וואס הייבט עס העכער ווי די אנדערע, קוקט גאר אויס אז די דארטיגע רעדאקציע שעמט זיך דערמיט. א צייטונג פון גוטן קוואליטעט דארף נישט נעמען ווי א וועגווייזער א "צייטונג" וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך עטליכע אומערפארענע ליצים.
.Cogito ergo sum
René Descartes -

דער אשכול פארמאגט 376 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר