הארצרייסנדע סצענעס ביי גירוש יהדות ניו-יארק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הארצרייסנדע סצענעס ביי גירוש יהדות ניו-יארק

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:36 pm

הארצרייסנדע בילדער אנטפלעקן זיך אויף די הויפט גאסן פון אידישע שטעט, וואו אנשים, נשים וטף פארלאזן זייערע באליבטע היימען און וואנדערן אוועק מיט געבויגענע קעפ, מיט גרויס צער און טרויער. ניו-יארקער אידן זענען ליידער געצוואונגען געווארן צו פאקן פעק און זעק ארויסצואוואנדערן פון גרעיטער ניו-יארק צו אנדערע געגנטער אין די פאראייניגטע שטאטן, נאכדעם וואס עס איז געווארן אוממעגליך פאר אן ערליכער איד צו וואוינען אין די ביז-יעצטיגע געגנטער.

די סצענעס וועלכע מ'זעט אין מאנסי דערמאנען היסטאריקער פון די שילדערונג פון גירוש שפאניע ווי אידן האבן דערביטערטע גענומען שקם ותרמילם און מיט זייער לעצט ביסל געבליבענע האב און גוטס האבן זיי זיך געוואנדן צו די טויערן פון לאנד. נעכטן נאכט, באלד נאכדעם וואס עס איז געקומען די נייעס אז די פינסטערע אנטיסעמיטן האבן אנגעהאלטן א זיג מיט'ן אריינשטעלן אין דער רעגירונג דעם פארביסענעם שונא ישראל עד דעי, האבן אידן געוואוסט אז אשר יגורנו בא לנו, דער ביטערער גירוש אויף וואס די געטרייע עסקנים האבן געווארנט איז ליידער אנגעקומען. אידן וועלכע האבן זארגפעלטיג געלייענט די שטארק אינפארמאטיווע צעטלעך וועלכע די געטרייע עסקנים האבן צוגעשטעלט אויף די ווענט און אויף דער ערד ווייסן קלאר וואס א געווינס פאר מר. דעי מיינט, און די ביטערע קאנסעקווענצן וואס דאס וועט ברענגען פאר אידן.

די פאר אידן וועלכע האבן נישט גענייגט קיין אויער צו די וויכטיגע ווענדונגען פון די עסקנים האבן באלד אנגעפאנגען שפירן די זרוע הגדולה פון דעם אנטיסעמיט, און די שרעקליכע בלבולים קעגן אידן וועלכע האבן זיך שוין אנגעפאנגען נעכטן נאכט הארט נאכדעם וואס די רעזולטאטן זענען אריינגעקומען. דער גירוש איז באלד צושטאנד געקומען אין די גאסן פון מאנסי ווען טויזנטער אידן האבן זיך צוזאמענגענומען צו גיין זיך אוועקציען צו מער אידן-פריינטליכע שטעט. אויף די גאסן האט מען געזען צעבראכענע מענער, און כליפנדיגע פרויען וועלכע ווישן אפ די טרערן פון זייערע וויינעדיגע קינדער. די עסקנים וועלכע זענען געווען הויפטקווארטירט פארנט פון ביהמ"ד ויואל משה דסאטמאר האבן זיכער געמאכט אז עס זאל חלילה נישט צוקומען צו תערובות, און אז פון דעם מעמד קידוש ה' זאל חלילה נישט ארויסקומען קיין מכשול.

אין בארא-פארק האט זיך אויך אנגעפאנגען א מאסן-אויסוואנדערונג נעכטן נאכט, נאכדעם וואס עס איז געקומען די נייעס אז דער עוכר ישראל (ר') דוד גרינפעלד האט געווינען מיט אן איבערוויגנדער מערהייט קעגן דעם ערליכן קאנדידאט יוסף חיון. ווי באקאנט איז גרינפעלד דער וואס האט אנגעברענגט שרעקליכע ווינטן פון פריצות און זנות אין די לעצטע יארן, און האט געמאכט א יד אחת מיט אלע פינסטערע עלעמענטן אונטערצוברענגען דעם יהדות החרדית. עס איז אויך נישט געלונגען פאר גרינפעלד צו באהאלטן פון בארא-פארקער אידן די שרעקליכע תועבות וואס גייען קומען א דאנק אים - דער חיון קאמפיין האט אויפגעדעקט אז קינדער וועלן נישט קענען גיין אויף די גאסן ווייל גרינפעלד האט געשטיצט די שרעקליכע חוקי תועבה.

די בארא-פארקער אויסוואנדערונג איז ווי זאלץ אויף די וואונדן נאכדעם וואס עס איז דורך קוים פינף יאר פון דער פריערדיגער אויסוואנדערונג פון דעם געוועזענעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג. מען דערמאנט זיך מיט ווייטאג ווי צענדליגער טויזנטער אידן האבן ארויסגעוואנדערט פון די וויליאמסבורגער געסלעך נאכדעם וואס די שמוציגע מואווי סטודיא האט זיך געעפנט אין דעם "נעיווי יארד" און האט אנגעברענגט דאס מיאוס'טע און אומווערדיגסטע פון די געמיינסטע אומות העולם. אזויווי די עסקנים האבן פאראויסגעזאגט, איז קענט עוועניו, ווייט עוועניו און אלע דערנעבנדיגע גאסן אזש ביז ראדני סטריט, געווארן א מקום טומאה וזוהמה, און "וויליאמסבורג" איז געווארן סינאנים מיט "האליוואוד", נאכדעם וואס די הונדערטער טויזנטער דאלארן וואס איז געזאמלט געווארן להצלת וויליאמסבורג האט ליידער נישט געקענט אפשטעלן דעם געבוי פון דעם סטודיא. די זעלבע סצענעס חזר'ן זיך יעצט ליידער איבער אין בארא-פארק, לדאבון לב כל בית ישראל.

כאטש עס זענען נאך פאראן עטליכע שטעטלעך אין ניו-יארק וואו אידן קענען נאך וואוינען, בעפארציגן אבער די ארויסוואנדערנדע אידן צו גיין אינגאנצן אינדרויסן פון די ניו-יארקער גרעניצן כדי נישט צו דארפן נאכאמאל זיך אוועקציען ווען מעיאר בלומבערג'ס גזירת גירוש וועט אויסגעפירט ווערן מכח אל הפועל.

מען הערט אויך ענליכע באריכטן אין נאך ברוקלינער געגנטער וואו דער צורר היהודים און חבר למוסרים ומלשינים קען טאמפסאן האט ליידער באזיגט דעם איבערגעגעבענעם דיסטריקט אטוירני טשארלס היינס וועלכער האט געראטעוועט צענדליגער ערליכע אידן פון תפיסה אויף פוסטע, נארישע און לעכערליכע באשולדיגונגען ווי מאלעסטעישען וכדומה. מען האט שוין אויך געהערט עטליכע באריכטן איבער טאמפסאנ'ס "כאפערס" - ווי זיי זענען באקאנט געווארן - וועלכע האבן זיך באלד נאכ'ן געווינס איזדיעקעוועט אויף ערליכע אידן פאר'ן בלויזן חטא פון נעמען פודסטעמפס! אויך אין די קעטסקילס בערג, וואו עס איז באשטעטיגט געווארן די גזירת שמד פון בויען קאסינאס, האט מען שוין אנגעפאנגען פאקן פעק אין אנבליק פונעם גירוש, אבער דער פאקטישער גירוש וועט ווארשיינליך נאך נעמען א שטיק צייט ביז די קאסינאס ווערן אויפגעבויט.

אויך אין קאנאדע זעט מען די שרעקליכע סצענעס פון פארטריבענע אידן וואס יראת ה' נוגע ללבבם און אנטלויפן פון דער הערשאפט פון דער מרשעת מינדי פאלאק, וועלכע האט בוגד געווען אין דעם "כל כבודה בת מלך פנימה" זיך ארויפצוזעצן און הערשן ביד רמה אויף גרויסע טאטעס וועלכע זענען א שיין ביסל יארן עלטער פון איר. מען זעט די צעבראכנקייט אויף די פנימ'ער פון די ערליכע אידן וועלכע וואנדערן אין די גאסן אנשים, נשים וטף, און זענען מקבל די גזירת הגלות באהבה, ווי דער רבי ז"ל האט געלערנט.

אידן האפן אז דאס איז דער לעצטער גלות וואס מ'דארף מיטמאכן פאר דער גאולה שלימה, און דאס וועט אוודאי דערנענטן דעם ביאת המשיח בב"א.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאנקל אום מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 8:26 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3724 מאל

הודעהדורך חבקוק הנביא » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:42 pm

נאכנישט געהעריג געליינט, אבער ביים ליינען די ערשטע פאר ווערטער "הארצרייסענדע בילדער" האב איך שנעל אראפגעסקראולד צי זיכען צי ס'דא בילדער אטעטשמענטס, אין לא דובים ולא יער, נישט קיין בערען אין נישט קיין וואלד, איז זיי מוחל שוין אהער מיט די בילדער,
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:49 pm

עס כאפט א פחד. איך בלייב טאקע דער איינציגער דא אליין אין ניו יארק?

איך האב זיך אלץ געוואונדערט ווי אזוי די קאנדידאטן און די עסקנים קענען אזוי חוצפה'דיג זאגן פרעכע שקרים איינס נאכן צווייטן אין די צייט וואס מען האט שוין אומצאליגע מאל געזעהן אז יעדעס ווארט וואס מען זאגט בעפאר א קאמפיין איז הוילע שקרים.
אבער זעהנדיג ווי דער עולם ווערט פריש באגייסטערט און ערשיטערט יעדע מאל מיט א פרישקייט, שטימט שוין אלעס. יודע צדיק נפש בהמתו, זיי ווייסן גוט אז דער עולם וועט זיך ווייטער לאזן פירן ווי בהמות.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4013 מאל

הודעהדורך ודי למבין » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:54 pm

שרעקליך גוט שעריבן יענקל!
די ביטערע פאקט איז אז נאכאמאל און נאך זעט מען אין וואסערע באד די "עסקנים" פירן אונז אריין און קריעיטן עטליכע שונאי ישראל אויפ'ן וועג...
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:22 pm
האט שוין געלייקט: 901 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 461 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:59 pm

אייזן!!!
האסט פארגעסן צו שרייבען פון די שרעקליכע צרות וואס גייט קימען צוליב טאמפסאהן'ס געווינען קעגן היינס
און אויך וואס גייט געשעהן אין די מאונטענס וועגן די קאסינאו'ס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ראשעקאל אום מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:10 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5427 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:02 pm

:lol: :lol: :lol: :lol:

יאנקל, איך מיין עס וועט גאר ארויסקומען א טובה דערפון. גענוג געליטן פון די ניו יארקע מענטאליטעט, מיט אלע אירע חסרונות ברוחניות ובגשמיות. מיר קענען גיין אין די שכינות'דיגע, פילפאכיג רואיגערע פענסילוועניע, און לעבן מיט א רואיגקייט וואס מען קען נישט באגרייפן אין די סיטי וואס שלאפט נישט קיינמאל. מען וועט זיך יארן שפעטער וואונדערן ווי די שכל פון אונזערע עלטערן זענען געווען זיך צו קלאמערן בכל נימי נפשם צו די עקלהאפטיגע סיטי, ווי מען וואוינט אינאיינעם מיט כל צרוע וכל זב, פאליטישאנס אנטיסעמיטן, קריים רעיט שרעקעדיג הויך, זייער נישט ביזנעס פריינטליך, א סיטי וואס פאקוסירט בעיקר צו סעקירן אירע בירגער מיט טיילן ווייאלעישאנס אויף די קארס און פאר די געשעפטן, הויכע טעקסעס, א תוהו ובוהו אן קיין טראפעלע ישוב הדעת.

והעיקר: מיט די צייט וועט זיך עפענען א שטעטל ערגעץ אין טעקסאס פאר די ק"ש מיטגלידער, דארט וועט זיין א מחיה... (פארוואס מיין איך אז דאס איז דער עיקר? ווייל דער אשכול ליגט דאך אין קאווע שטיבל פארום, נישט אין שמייכל פארום).
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18096 מאל

הודעהדורך בשםואין » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:42 pm

דער קליינער מידזשעט קעניג פרעה איז הארטנעגיק, אפילו נאך דעם שווערן מכה פון דם וועלכע האט געמאכט בלוט פון אלע זיינע וואסער סופלייען שרעקט ער זיך נישט, ער לאזט נאכאלץ נישט ארויס די אידן פון מצרים.

האט גאט געשיקט א גרויסע גראבע גיגאנטישער זשאבע פראש קיין מצרים, די מצריים האבן געכאפט דאס קדחת און געקומען צו לויפן מיט גרויסע בעזים שטעקענעס און אנגעהויבן אריינצשמייסן אווואו עס באדארף צו זיין, אבער אנשטאט די פראש זאל זיך אויסשטרעקן א טויטער פון די ברוטאלע שלעק איז געשען א נס, עס האט אנגעהויבן צו שפרודלען מחנות פון פרעש פונעם גראבען פראש׳ס געדערים, מיט איעדן שמייס וואס ער האט געכאפט האבן זיך די פרעש געטון דאפלען און פרוכטבארן ווילאנג גאנץ עגיפטן איז באדעקט געווארן פון פרעש.

שטעלט זיך א שווערע קשיא: אז די מצריים האבן געזעהן אז מיט איעדן שמייס קומט ארויס נאך פרעש האבן זיי דאך געזאלט אויפהערן מיט די שלעק?

נאר וואס דען פירט די רבי ז״ל אויס, די וואס האבן געשמיסן זענען געווען עסקנים און די עסקנים ווייסן וואס זיי טוען, עכל״ק.
זי״ע.
בשםואין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 19, 2013 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:54 pm

יאנקל: דיין מאמר איז געשריבן מיט אזא קלארקייט און הומאר וועלכע שפיגלט אפ דעם מצב אין וועלכן מיר געפינען זיך. ליינענדיג דעם ארטיקל האב איך מיך אזוי שטארק געווארפן פאר געלעכטער און מיט אזעלכע קולות אז דער שכן פונ'ם אויבערשטן שטאק איז געקומען זעהן אויב איך בין אין ארדענונג. פאר דעים איז א פשוט'ער "לייק" נישט גענוג. :like :D :like :) :lol: :roll: :o :shock: :like :like :like :?: :!:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 8:28 pm

ראשעקאל האט געשריבן:אייזן!!!
האסט פארגעסן צו שרייבען פון די שרעקליכע צרות וואס גייט קימען צוליב טאמפסאהן'ס געווינען קעגן היינס
און אויך וואס גייט געשעהן אין די מאונטענס וועגן די קאסינאו'ס

די באריכטן פון אנדערע מקומות האבן נאך נישט געהאט אנגעקומען ווען מיין באריכט איז געשריבן געווארן. יעצט האב איך צוגעלייגט א פאראגראף איבער דעם.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3724 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 9:01 pm

אין אנדערע נייעס האבן די פארטריבענע אידן געמאלדן אז ס'איז שוין גענוג געווען מיט די ממשלת הרשעה פון אמעריקע וואס איז דורכגעווייקט מיט חרדי'ש בלוט. מיט שטאלץ האבן זיי געלאזט צו וויסן טון די גאנצע באהערדע פון ניו יארק ואראנדזש וראקלענד קאונטי והגלילות אז זיי גייען צוריק צו די גליקליכע אמאל, די אור אלטע היים, וואו מיר זענען געזעסן רואיג אומגעשטערט צווישן די אונגארישע און אוקריינער שכנים, וועלכע האבן נאך ביז היינט א פחד אין די ביינער פון די אמאליגע רבי'ס וועלכע האבן זיי געקענט אוועקלייגן מיט א בליק אויפ'ן נאז. נאר א דאנק דעם וואס די אונגארישע, רוסישע, פוילישע און דייטשע גויים האבן אונז באהאנדלט מיט אזא יראת הכבוד האבן מיר געקענט אויפשטעלן אזעלכע הערליכע שטיבער ווי די בחורים און מיידלעך האבן געמעלקט די קוה און געפאשעט די גראז אן קיין שום שטער. שוין אפגערעדט אז די כלים מכלים שונים וואס זענען מצוי אין די מערב מדינות האבן נישט עקזיסטירט דארט, אין די גליקליכע אמאל, וואו אפילו די גויים האבן געהאט עפעס רעליגיע, ווי מען האט קלאר אנגעזען ווען עס איז געקומען צו די בלוט בלבולים און די גויים האבן געשריגן, "איר האט גע'הרג'עט אונזער גאט!". מיר האבן זיך שוין גענוג אנגעליטן פון די אמעריקאנער שונאי ישראל, וועלכע ווילן נישט געבן קיין סעקשאן אכט און שרימפן איין די פוד סטעמפס און ארעסטירן מאלעסטערס און לאזן נישט אויסשמאטשקען מיט'ן מויל אן אומפארהיילטע וואונד פון אן אכט טאגיג קינד.

די עמי מאגאזין האט באריכטעט אז טראצדעם וואס עס איז געקומען באלד א בקשה פון ווייסן הויז, דירעקט פון פרעזידענט אבאמא, אז די חרדים זאלן רחמנות האבן אויפ'ן לאנד, ווייל אן דעם תהלים כולל און עין הרע אינשורענס וועט די גאנצע עקאנאמיע קראכן פונקט ווי ביים גירוש שפאניע, פונדעסטוועגן האט מען געלאזט צו וויסן טון דורך א ספאוקס מאן פון די נידערמאן לאביאיסט ענד קא. אז מיר זענען שוין אנגעזעטיגט פון די רדיפות און מיר ווילן נישט הערן פון בלייבן דא אפילו נאך איין רגע. יאסי געשטעטנער איז געשטאנען מיט זיינע בא'חנ'טע געקרייזלטע פיאות און געשטורעמט פאר די מידיע, "שוין גענוג געווען מיט די צרות יגון ואנחה אין די אזוי גערופענע גאלדענע מדינה! מיר וועלן ענדערש זיין אונטערטעניג די אוקריינע ליבליכע פויערן און די גוטהארציגע אונגארישע זשאנדארן ווי צו זיין אונטער פחד און שרעק אז די לאנטש פראגראמס וועט זיך אפהאקן אין א ליאדע מינוט צוליב דעם וואס די מוסודת לערנען נישט קיין ענגליש מיט די קינדער!" "אונזערע אדמורים זענען מוחל די קעדילעקס און סובארבאן'ס," האט דער בלאט געשריגן מיט קידוש לבנה אותיות, "זיי וועלן ענדערש רייטן נאכאמאל אויף א פערד און וואגן, מיט אלעקסיי ביים רעדל ווי איידער צו לעבן אין א בוכשטעבליכע סכנה דא אין אמעריקע, דארפנדיג באהאלטן זייערע טייערע כלים אז די אמעריקאנער פויערן זאלן נישט מאכן א פאגראם!"

מיר גייען אהיים רבותי! מיר גייען צוריק צו די אלטע היים! די גליקליכע אמאל! נאכמאל וואוינען אין די געדרייטע געסלעך פון דערציילונגען פון צדיקים!
נו, וואס דער עולם אזוי פארזויערט????
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7965 מאל

הודעהדורך ודי למבין » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 9:12 pm

יאיר, האסט אריין געלייגט די גאנצע סיסטעם אונזערע אין איין תגובה. WOW
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:22 pm
האט שוין געלייקט: 901 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 461 מאל

הודעהדורך חבקוק הנביא » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 9:55 pm

יאיר האט געשריבן: און לאזן נישט אויסשמאטשקען מיט'ן מויל אן אומפארהיילטע וואונד פון אן אכט טאגיג קינד.


יאיר, אלס פיין אין וואויל, אבער ביז אנרירען די מצוה פין מילה, ווילסט חוזק מאכען פין פאלטשע אידישקייט איז עס נישט מיין עסק, אבער הייב נישט אן מיט תורה ומצות,

אין יא מציצה דוקה בפה איז א חלק פין די מצוה, אין אזוי איז עס געטוהן געווארען זייט מען איז מקיים דעם מצוה,

אין נאכאמאל די פארעדסט דיר, טוה איך מיר אויס די זיידענע הענטשוך, אין כ'נעם ארויס מיינע באהאלטענע וואפען, די רעוואלווערען מיט די שווערדען, אין שפיזען, טאנקען אין קאנאנען,
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 9:59 pm

דו וועסט מיר נישט קענען באזיגן. איך לייג אריין אביסל פלארייד אין דיין וואסער און דו ביסט געדעמעדזשד פאר לייף.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7965 מאל

הודעהדורך חבקוק הנביא » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 10:22 pm

חכם, ווי קומסטו אן צי מיין וואסער, חוץ פין דעם האב איך א פילטער אויפען סינק, ממילא דעיס קומט נישט אין באטראכט,
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך ודי למבין » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 10:26 pm

חבקוק, די גרעסטע מעדזשארטי פון כלל ישראל וואס זענען גע'מל'ט געווארן קיין מציצה בפה, דארפן נאכאמאל מטיף זיין דם ברית? דזשאסט עסקינג...
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:22 pm
האט שוין געלייקט: 901 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 461 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 10:38 pm

חבקוק הנביא האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דו וועסט מיר נישט קענען באזיגן. איך לייג אריין אביסל פלארייד אין דיין וואסער און דו ביסט געדעמעדזשד פאר לייף.


חכם, ווי קומסטו אן צי מיין וואסער, חוץ פין דעם האב איך א פילטער אויפען סינק, ממילא דעיס קומט נישט אין באטראכט,

איך וועל פאר'סמ'ן די מי השילוח. דו גייסט דאך זיכער אמאל שעפן וואסער ביים קוואל. איך קען נישט גלייבן אז חבקוק הנביא טרונקט נאר וואסער פון א שלויך.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7965 מאל

הודעהדורך חבקוק הנביא » מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 10:51 pm

געמעקט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חבקוק הנביא אום דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 12:22 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 12:12 am

מזל טוב, יאיר: דו און יאנקל וועט עטץ טיילן דעם נאבעל (נבל) פרייז פאר ליטעראטור אין קאווע שטיבל. (כאטש יאנקל איז דער ערשטער געווינער און די , דער צווייטער. כ'האף ביזט נישט ברויגז.) 8-) ווען מ'ליינט ענקערע באשרייבונגען (פאנטאזיעס( שפירט מען ממש אז מ'איז דארט אינמיטן די מעשה. אזוי ווי ביי די גרויסע אידישע שרייבערס. שלום עליכם, מענדעלע מוכר ספרים , שמואל יוסף עגנון און חיים גראדע. :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 12:52 am

ווי לאנג יאיר פאר'סם'ט נישט די בארה של מרים, העמיר זיך אנשעפן יעדן מוצ"ש פאר א גאצע וואך און טרינקן אנע דאגות.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2498
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3831 מאל

הודעהדורך zurich » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 3:34 am

יאיר דו ביסט פיינע נייעס ביזט א געזינטע לץ!!!
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 6:43 am

יישר כח ר' יענקל שלום עליכם א איד ביסט עך געקומען געזעגענען מיט אונז פארן גירוש כגיי נישט קיין מערב ייראפע כגיי צוריק מיט די דאן מאנועלס קיין שפאניע צו די שיינע שטאט טוולידא מעמיר אריין וואוטן א היימישן גרויס אינקוויזיטאר און אלעס וועט זיין מסודר.


פארוואס ליינענדיג יאנקלס ארטיקל האב איך הנאה געהאט און ביים ליינען יאירס ווערק האב איך געשפירט ווי כקוק עפעס אומאויסגעהאלטנס?

קען מיר איינער דאס פותר חלום זיין
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 629 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 9:03 am

בשעת ווען דער עולם ליינט יאנקל'ס באריכט וואס איז קענטיג דורכגעווייקט מיט בלוט און טרערן און ס'פליסט נחלי דמעות אזש ביזן מי השילוח האב איך זיך אבער שטארק דערפרייט, וועט איר אוודאי פרעגן לשמחה מה זו עושה ? אט הערט
בשעת ווען דער גרויסער רעליגיעזער פירער און מארטירער רבי עקיבא הי"ד האט שפאצירט ארומגערינגעלט מיט זיינע תלמידים זענען זיי אנגעקומען ביים הר הבית דארט ווי די בית המקדש איז געשטאנען און זיך צוגעקוקט מיט גרויס צער און אנגסט אויף דעם הייליג ארט וואס איז רואינירט געווארן און צושטערט געווארן, אזוי קומענדיג נענטער און נענטער האט זיך פאר זייערע אויגן אנטפלעקט א שוידערליכן בילד ווי דאס הייליגסטן ארט די קדשי קדשים וואס דער כה"ג גייט אין איר אריין איינמאל א יאהר איז פארוואנדלט געווארן ווי א וואוינארט פאר ווילדע פוקסן, ווי נאר די תלמידים האבן דאס געזעהן האבן זיי אויסגעפלאצט אין א יאמערליכן געוויין אזש זייער קול האט דערגרייכט ביז יריחו, אבער צו זייער גרויס איבעראשונג זעהן זיי ווי זייער לערער און וועגווייזער זעלבסט לאכט און לאכט אין קען נישט אויפהערן לאכן
אויף זייער אנפראגע וואו קען מען לאכן אין אזא צייט ווי מ'בייגעוואוינט אט אזא שרעקליכע סצענע איז געקומען די אנטווארט אז די שמחה איז גאר גרויס זעהנדיג ווי די נבואה פון שועלים הלכו בה ווערט פארווירקלעכט וואס פון דעם קען מען אפלערנען אז די אלע יעודי הנביאים וואס עין לא ראתה וועט אויך אינגיכן פארווירקלעכט ווערן
לענינו, טאמער חלילה איז אייך איינמאל אויפגעקומען אויפן הארצן די מינדעסטע ספק צו אינז הייפעלע אידן השרידים אשר השם קורא וואס טרעטן נישט אפ קיין זוז כל שהוא מדרך אבותינו ורבוה"ק זצוקללה"ה וזיע"א גייען אויפן ריכטיגן וועג בעת ווען כלל ישראל פארמאגט פילע אנדערע שטרעמונגען, קענט איר פון די פאקט אליין זעהן וואס אינזערע אידען בכל מקומות מושבותיהם ליידן זיך אן פון שרעקליכע אנטיסעמעטיזם בעת ווען די מער מאדערנע אידן ווייסן גאר זעלטן פון אזעלעכע אנשיקענישן
אט פון דעם איז געדרינגן אז אינזער דרך הסלולה איז דער ריכטיגע וועג כהלכה.
הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 9:33 am

אויס מענטש האט געשריבן:פארוואס ליינענדיג יאנקלס ארטיקל האב איך הנאה געהאט און ביים ליינען יאירס ווערק האב איך געשפירט ווי כקוק עפעס אומאויסגעהאלטנס?

קען מיר איינער דאס פותר חלום זיין

די פתרון החלום דארף דוקא קומען פון א עבד עברי לשעבר, א ויגלח, און ויחלף שמלותיו?
הער נאר! דער אמת איז, אז ביידנס "חלום אחד הוא"

זיבן נייע שטעט האסטו געבויעט, און זיבן וועלן חרוב ווערן. (זיבן איז כידוע א אידישע נומער)
ישמח משה, קרית יואל, סקווער, טאהש, גיבערס, לעיקוואד עיר הטעירע, רימנוב.

זיבן קינדער וועסטו געבוירן, מל'ן און מוצץ זיין נאכ'ן זיבעטן טאג, און אוועקלייגן חלילה.

זיבן פעטע קיעהן האבן באלבאטעוועט אויף אונז מיט מופתים סגולות און חלומות, אבער זיי וועלן איינגעשלינגען ווערן דורך אפאר מאגערע עמך אידן.
גענוג יארן געפאשעט אין די אָחוּ... און ס'וועט זיין ונשכח את כל הרעב.
יעצט פעלט נאר די ועתה ירא 'איש חכם ונבון' 'אשר אין רוח אלוהים בו', און תחת ידו א 'ויצברו 'בור' ווי ס'דארף צוזיין, 'ועל פיו ישק כל עמי' מ'זאל קענען קושן וואו מ'וויל (ע' 1984) און נאכדעם וועט די ישועה קומען.

זיבן פעטע טייטלבוימער צווייגן האבן זיך צעוואקסן על כל רוחות הארץ, און די נייע ווינטן וועלכע בוזשעווען דראהעט זיי אויסצורייסן שדופות קדים.
דאסמאל איז עס דעם איינפאכן בעקער און דעם פראסטן זויפער'ס חלומות אבער די טאג זעט אויס נענטער ווי ווייטער.

נב. ס'פארשטייטצעך אלץ בד' דרוש.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2779 מאל

הודעהדורך מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 11:37 am

נהורא נפישא האט געשריבן:בשעת ווען דער עולם ליינט יאנקל'ס באריכט וואס איז קענטיג דורכגעווייקט מיט בלוט און טרערן און ס'פליסט נחלי דמעות אזש ביזן מי השילוח האב איך זיך אבער שטארק דערפרייט, וועט איר אוודאי פרעגן לשמחה מה זו עושה ? אט הערט
בשעת ווען דער גרויסער רעליגיעזער פירער און מארטירער רבי עקיבא הי"ד האט שפאצירט ארומגערינגעלט מיט זיינע תלמידים זענען זיי אנגעקומען ביים הר הבית דארט ווי די בית המקדש איז געשטאנען און זיך צוגעקוקט מיט גרויס צער און אנגסט אויף דעם הייליג ארט וואס איז רואינירט געווארן און צושטערט געווארן, אזוי קומענדיג נענטער און נענטער האט זיך פאר זייערע אויגן אנטפלעקט א שוידערליכן בילד ווי דאס הייליגסטן ארט די קדשי קדשים וואס דער כה"ג גייט אין איר אריין איינמאל א יאהר איז פארוואנדלט געווארן ווי א וואוינארט פאר ווילדע פוקסן, ווי נאר די תלמידים האבן דאס געזעהן האבן זיי אויסגעפלאצט אין א יאמערליכן געוויין אזש זייער קול האט דערגרייכט ביז יריחו, אבער צו זייער גרויס איבעראשונג זעהן זיי ווי זייער לערער און וועגווייזער זעלבסט לאכט און לאכט אין קען נישט אויפהערן לאכן
אויף זייער אנפראגע וואו קען מען לאכן אין אזא צייט ווי מ'בייגעוואוינט אט אזא שרעקליכע סצענע איז געקומען די אנטווארט אז די שמחה איז גאר גרויס זעהנדיג ווי די נבואה פון שועלים הלכו בה ווערט פארווירקלעכט וואס פון דעם קען מען אפלערנען אז די אלע יעודי הנביאים וואס עין לא ראתה וועט אויך אינגיכן פארווירקלעכט ווערן

WOW אזוי שיין אראפצולייגן א משנה, אויב קומסטו ארויס מיט א פירוש אויף משניות וועט עס ווערן צוכאפט אין מינוטן!!!
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך פרישער » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 11:38 am

@יענקלע זייער פיין געשריבן, איך האב שטארק הנאה געהאט,

אויך יאיר'ס נייעס איז פיין ביז ער האט בתוך הדרים ג'חוזקט פין שמאטשקאכץ, דעיס האט מיר שוין אביסל וויי געטיען, אבער איך קען עס הענדלען, אבער יאיר, איך האב א בקשה צו דיר ביטע נעם אראפ דעים שם המפורש ווייל איך זעי עס מניקד בעת גילו בשעת איך בין יוצא און איך בין מגלה מיין פנימיות
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1073 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט