קוטשמאס!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

קוטשמאס!

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 9:20 pm

די זומער איז זיך שוין געגאנגען, און די עולם מאכט שלום מיט'ן מצב אז סאיז ווינטער אויף די וועלט. די המון עם טוט זיך אן די מאנטלען און די אויערן שיצער, און מען שפאנט איין די געווער צו קענען קעמפן קעגן די בייזוויליגע ווינטען וואס בוזשעווען אויף די גאסן און זענען אומשטאנד צו אפקילן יעדער גאטספארכטיג איד (איך מיין נישט דא דעם אינטערנעט אדער אן אנדערע פירצה, איך רעד פונעם ארגינעלער 'קעלט' און 'ווינטען').
אלס פיין און וואויל, אבער?
ווי אן ערליכער איד ווייסט דארף מען אלס זיכן די שלעכטס פון אלעם; איז יגעתי ומצאתי תאמין.
סאיז דא א געפערליכען הפקירות מיט'ן ענין פון שתי כיסוים, און מיט דעם מיין איך די נגע און מכה וואס רופט זיך 'קוטשמאס'. די עצם ווארט 'קוטשמא' ענדעלט צו די ווארט 'קרעטשמע' וואס באדייט א בית וועד לאויבער-חכמים און דאס אליין וואלט געדארפט אנצינדען א רויטען לעמפל און ציען פאשקעווילן און קאלקוירעס. אבער לאמיר דאס לייגן אין א זייט.
וואס איז אבער מיטן שם לשון ומלבוש? ווי קומט צו חסידישע אינגערלייט אראפ צו ווארפן פון זיך דעם קרוין און טראגן אויפן קאפ גויאישע קליידונג? און קומט מיר נישט פארדרייען א קאפ אז 'קוטשמאס' זענען נאך געטראגן געווארן דורך אונזערע עלטער זיידעס און אירופא, ווייל איך קען אייך ענטפערן, 'דאטשיקלעך' יוכיח. דאטשיקלעך זענען אויך געוועהן א נארמאלע זאך בימים ההם און איז היינט אסור בתכלית האיסור. מען קען נישט, און מען טאר ח"ו זיך נישט פארגלייכן צו די פריערדיגע דורות. קומט מיר אויך נישט טענה'ן אז סאיז פיקוח נפש צוליב די קעלט, נומער איינס זעה איך נישט וויאזוי א קוטשמא ווארעמט אן; נומער צוויי, מזעהט נישט קיין איין ערליכער איד גיין דערמיט אלא מאי מיז זיין אז סאיז איכא דרכא אחרינא.
וואו זענען די מקנאי קנאות השם??? איז די פירצה פון 'קוטשמאס' א בן חורג???
For evil to flourish, it only requires good men to do nothing ~ Edmund Burke
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2247
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3372 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 9:33 pm

אויב נחום גייט מיט א קוטשמע קען נישט זיין אז ס'איז א פראבלעם.
Sent from my mothers basement using dial-up
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 6128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5759 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 1:32 am

פארוואס טאקע ווילסטו גיין מיט א דאשיק און נישט מיט קיין קוטשמא?
ווי פלעגט מיין רבי זאגן: טאקע וועגן דעם ווייל דו ווילסט גיין דערמיט דאס אליין שמעקט שוין נישט גוט.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 502
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 2:03 am

איך וויל נישט גיין מיט קיין דאטשיק. פארקערט, איך האב געזאגט אז דאס וואס מען איז געגאנגען מיט קוטשמאס אינדערהיים איז נישט מתיר קוטשמאס בזמן הזה, און אויף דעם- דאטשיקלעך יוכיח וואס איז אויך אמאל געוועהן א נארמאלע זאך און היינט גייט מען דערמיט נאר פורים.
For evil to flourish, it only requires good men to do nothing ~ Edmund Burke
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2247
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3372 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט