1'טע ק"ק אין אמעריקע איז מכתיר הרב מאיר סאלאווייציק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

1'טע ק"ק אין אמעריקע איז מכתיר הרב מאיר סאלאווייציק

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[center]באזעצונג פון הרב דר. מאיר סאלאווייציק אלץ רבי אין קהילת שארית ישראל אין ניו יארק[/center]

[justify]בערך 360 יאר צוריק, נאך בעפאר די מושג פון "חסידים און מתנגדים" איז געבוירען געווארן, האבן 23 אידישע אימיגראנטען פון רעסיפא, בראזיל, פונעם ספרדישען (שפאניע און פארטוגאל) אפשטאם, געגרינדערט א אידישע קהילה "שארית ישראל" אין שטאט ניו אמסטרדעם, (שפעטער "ניו יארק"), דאס ערשטע סטאבילע אידישע קהילה אין די פאראייניגטע שטאטן.

פון זייער היים שטאט רעסיפא זענען זיי אנטלאפן נאכדעם וואס די פּארטוגעזישע האבן אין יאר 1654 באזיגט דעם האללאנדאיסע - וואס האבן אין יאר 1630 איינגענומען די מאכט אין יענע פראווינץ, און איינגעפירט פרייהייט פון פראקציטירן רעליגיע; אידן האבן דאן געגרינדערט קהילת "צור ישראל", און אויפגענומען דעם ערשטען רב אויף די אמעריקאנעם קאנטינענט, הרב יצחק דה פוסקה אבוהב - וועלענדיג צוריקצושטעלען דעם אינקוויזיציע סיסטעם אויסצוראטען אלע נישט קטוליש-גלויביגע, צוליב דעם שווערן מצב איז די אידישע קהילה אין רעסיפא צופאלען, הרב אבוהב איז צוריקגעפארן צו זיין היימלאנד, אמסטרדעם, ווי ער האט שוין משמש געווען ברבנות איידער זיין קומען קיין בראזיל.

(הרב אבוהב איז געווען פון די חותמים אויף די חרם קעגען ברוך שפינוזה; שטילערהייט האט ער געשטיצט שבתי צבי. אינטערסאנט, אז הרב יעקב ששפורטש, באקאנט צוליב זיין קאמפ קעגען שבתי צבי, איז געווען דער ממלא מקום פון הרב אבוהב אלץ ראש ישיבת עץ חיים ד'אמסטרדאם, און אב"ד קהילה הספרדית)

עכ"פ, די אידישע באפעלקערונג פון רעסיפא, בראזיל, זענען זיך צוגאנגען, אדער פארטריבען געווארן. 23 פון די גולים זענען אנגעקומען קיין "ניו אמסטרדאם", און געגרינדערט א קהילה קדושה "שארית ישראל" (מן הסתם אלץ א זכר פון די מאמע קהילה "צור ישראל" אין בראזיל). זייער קאמפ אנצוהאלטן רעליגע און אידישע לעבענס שטייגער - אויף וואס דער דעמאלסדיגער דירעקטאר פיטער סטייוועסענט האט זיי אפגעהאלטן - האט אויסגעטרעטן די וועג פאר אידיש-לעבן אינעם לאנד.

ביז פאר 188 יאר צוריק איז קהל שארית ישראל געווען דאס איינציגסטע אידישע קהילה אין ניו יארק, זייענדיג דער סענטער פאר אלע אידישע אנגעלעגנהייטן, ווי כשר עסן, מקוה, צדקה, בית ה: כנסת/מדרש/קברות/ און נאך. - 160 יאר צוריק איז די קהילה גענומען א טייל מיטן גרונדען דעם באקאנטען אידישען שפיטאל - פון דאס בעסטע וואס אמעריקע פארמאגט - "בארג סיני"! (אין יאר 1886 ווען דזעי-טי-עס איז געגרינדעט געווארן - מיט צען סטודענטן - דורך צוויי אנגעזעהענע ראבייס וואס האבן זיך אפגעטיילט פון דער רעפארם באוועגונג זענען די ערשטע קלאסן געהאלטן געווארן אין דעם ספרד'ישן שארית ישראל ספרד'ישן שוהל.) אין יאר 1897 איז באנייעט געווארן דעם גרויסען שוהל אויף די 70'גע מערב גאס אין מאנהעטן.

מיט די צייט איז דזעי-טי-עס זיך צוגעוואקסען, און זיך פלאצירט אין אן אייגען בילדיג; סאלאמאן שעכטער האט איבערגענומען די הנהגה און אוועקגענייגט פון די מסורה. מיט דעם איז געשאפען געווארן א שקיטל טיילונג צווישען ק"ק שארית ישראל, וואס האט זיך געהאלטן ארטאדאקסיש, און שעכטער'ס סעמינאר וואס איז געווארן די אפגערונד פון קאנסערוואטיווע אידן אין אמעריקא פונקטליך 100 צוריק.

מאז ועד עתה, פארמאגט דער קהילה א רייכע היסטאריע, צווישען אירע מעמבערס, ספרדישע און אשכנזישע, ווערן אויסגערעכנט פראמינענטע רייכע לייט וואס זייערע פינגער אפדרוקען זעהן מיר נאך היינט, א שטייגער ווי די וועלט בארימטע "ניו יארק סטאק אויסטויש", די "OU", וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן, צווישען אנדערע, דורך ק"ק שארית ישראל שטאטסמענטשען.

דאס איז אלץ נישט קיין הייסע-נייעס, איך האב זיי פשוט ארויפגעברענגט דא אין צוזאמהאנג פונעם באזעצונג פון דעם נייעם רב אין די קהילה - 10'טער מיניסטער זינט דעם אמעריקאנעם רעוועלוציע - הרב מאיר יעקב סאלאווייציק שליט"א. - דאס גופא איז אויך נישט קיין הייסע-נייעס, הרב סאלאווייציק איז שוין רב דארט עטליכע חדשים, אבער דעם זונטאג וועט פארקומען אן אפעציעלע אויפנאמע, עפ"י סדר המקובל פון יאר 1907 ווען מ'האט אויפגענומען ראביי דר. דה סאלא פאול. ביים מעמד וועלען זיין אנוועזענד קאנאטיקעד סטעיט סענאטער יוסף ליבערמאן, ריטשערד יואל פרעזידענט פון ישיבה אינוורסטיה און נאך.

הרב סאלאווייציק (36) איז שוין א שטערן אין אמעריקאנעם אידישען וועלט פאר יארן. עס איז אפילו געווען א קלער ער זאל ערזעצען דעם אמט וואס דער בריטישער הויפט-רב יונתן זאקס האט פארלאזט. זיין גאלדענעם ייחוס ציעט ער פון בית בריסק, זיין טאטע'ס טאטע, איז א ברידער פון "דער רב", הרב יוסף דב זצ"ל, ראש ישיבת רבינו יצחק אלחנן. ער איז א גאון בתורה ובמדע, א תלמיד פון ישיבה אינווערסטיה, יעל און פרינסטון. זיין דאקטעראט האט ער געשריבן אויף די טעאלאגישע און פליסאפישע לערנונגס פון מיכאל ווייסכאגראד (א דייטשע איד, תלמיד ישיבת תורה ודעת). ער דינט אלץ סגן רב אין קהל קהילת ישורון, און איז דירעקטאר פון די שטרואס סענטער, פאר תורה און מערבוועלט מחשבה אין ישיבה אינברסטיה.

נאך איין נקודה פאר איך שלאפ איין. הרב סאלאווייציק איז מכובד געווארן צו פירען דעם עפענונג-סצענע ביים ריפאבליקאנע קאוונעטשעןביים פארגאנגענעם בחירות, אין טעמפא, פלארדיע. ס'איז כדאי צו כאפן א בליק.[/justify]
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

הרב סאלאווייציק און הרב זאקס אין א שמועס איבער "רעליגיע און דעמאקרטיע אין אמעריקע און אין איירופא", אין ישיבת אינברסטיה.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=jStYO8OJUC0[/youtube]
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

א קול-קורא (פון אן אנדערע סארט) פון הרב סאלאווייציק:
Dear Shearith Israel Family,

We have all read the heartbreaking reports regarding the devastation wrought by the typhoon in the Philippines. Our obligation is to act in empathy with the terrible suffering of our fellow human beings by doing what we can to help. The American Jewish Joint Distribution Committee (JDC) has set up a fund for those currently in crisis. To contribute to this vital effort, you can send your donation to Shearith Israel's Rabbi's Discretionary Fund, and earmark your giftby clearly indicating "Typhoon Aid Fund" in the memo section of your check. You can also make your contribution online throughthis link.

May God bring healing, blessing and support to those who are now in sorrow.

Meir Soloveichik
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

הרב סאלאווייציק מיט יאסל ליבערמאן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=dYVe8S5vNnA[/youtube]
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

הרב סאלאווייציק מיטן בן-נח הגה"צ מתוק מדבש, קארי בוקער שליט"א
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CNELok81Du8[/youtube]
Under influence
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

איך פראביר שוין א שטיק צייט זיך צו דערמאנען א גוט ווערטל וואס ער האט געזאגט איבער די ברענד-נעים 'סאלאווייציק' [אפשר האט עס [tag]יאנקל[/tag] אמאל געברענגט], געדענקט אפשר איינער?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דער רב זז"ג איז אראפ געטריבען געווארן פון הר הבית. https://m.facebook.com/22738684968/phot ... =1&theater
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

לוח הציבור
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארשפארט