וואו זענען אונזער פארבן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

וואו זענען אונזער פארבן?

הודעהדורך פידלער » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 9:27 pm

ווען די גוי'שע מידיע שרייבט וועגן חסידים איז גאנץ א זיכערע "בעט" אז די ווארט שווארץ וועט זיך געפונען ערגעץ אין די ארטיקל. Chassidim = people with black coats and black hats. דאס איז דאך די גרינגסטע וועג אונז צו שילדערן. (אמאל פלעגן כאטש די פרויען גיין אין געפארבטע קליידער, אבער אין די לעצטע פאר יאר גייען מערסטענס פרויען בעיקר אין שווארצע קליידונג.)

כאטש עס איז גאנץ offensive אז מ'קוקט אונז אן נישט אלס אינדיווידועלע מענטשן מיט פערזענליכע נאטורן און געפילן נאר אלס איין גרויסע שווארצע mass, קענען מיר באמת נישט האבן קיין טענות. אויף קיין שום זאך—מצוה אדער עבירה—לייגן מיר נישט אזא דגוש ווי אויף לבוש. און אויב מאכט זיך אז איינער פרובירט צו טענה'ען איבער די לעכערליכקייט פון שטעלן גאנץ אידישקייט אויף לבוש—אין פאל למשל, אז מ'וויל נישט אננעמען א קינד אין א מוסד ווייל די טאטע גייט מיט א טי-שירט—קומט מען מיט די ענטפער אז קליידונג איז מסורה. אויב וועלן מיר טוישן די לבוש וואס אונזערע עלטערן זענען געגאנגען, ווי וועט זיך עס אפשטעלן?

איך נעם זייער ערענסט די טענה. דעריבער איז מיר גאר אינטערעסאנט געווען צו טרעפן דאס בילד אין די New York Public Library ארכיוון. דאס בילד האט מען געמאלן און געפארבט אין 1768, באלד נאך חסידות איז געגרונדעט געווארן. איך האלט אז מ'קען גרונג זאגן אז ער גייט אין שטריימל בעקיטשע. אבער איך בין איבערראשט פון די פארבן. אויב דאס איז אונזער מסורה, וואלט נישט געמיזט G&G ארויסקומען מיט א נייע line?

index.jpg
index.jpg (9.35 KiB) געזען געווארן 588 מאל


http://digitalgallery.nypl.org/nypldigi ... Num&pos=82

Habit of a Polish Jew in 1768. Juif Polanais.
Image Details
Image Title: Habit of a Polish Jew in 1768. Juif Polanais.
Creator: Le Prince, Jean-Baptiste, 1734-1781 -- Artist
Depicted Date: 1768
Medium: Engravings -- Hand-colored
Specific Material Type: prints
Item/Page/Plate: 113
Source: A collection of the dresses of different nations, antient [sic] and modern. Particularly old English dresses; after the designs of Holbein, Vandyke, Hollar and others, with an account of the authorities from which the figures are taken, and some short historical remarks on the subject. To which are added the habits of the principal characters on the English stage.
Source Description: 4 v. 480 col. plates. 34 cm.
Location: Stephen A. Schwarzman Building / Art and Architecture Collection, Miriam and Ira D. Wallach Division of Art, Prints and Photographs
Catalog Call Number: MMC+ (Collection of the dresses of different nations)
באניצער אוואטאר
פידלער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 469 מאל

הודעהדורך הוגה » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 10:18 pm

דאס איז גאר אן אינטערעסאנטע נושא, און נאך מער איז דער בילד. לאמיר צינעמען איינס אויף אמאל.

די בילד פאר זיך איז א חידוש. אין 250 יאר זאל אזא striking סטייל פארגעסן ווערן? און נאך דערצו ביי א stubborn געמיינדע וואס שטופט אוועק א יעדע סארט שמעק פון טויש? חוץ מזה איז אינטערעסאנט אז ס'נישט פארהאן קיין אנדערע בילדער וואס depict'ן פוילישע חסידישע אידן אזוי.

איך קלער אז די מעהלער - וואן באפטיז איז דאך נישט געווען א פוילישער. ער איז געווען א פראנצויזישע וואס ארום געפארן מאלן מענטשן אין אסאך לענדער. ממילא קען מען דאך נישט זיין זיכער אז דאס איז טאקע א איד. ועוד יש לומר, אז דאס איז טאקע א בילד פון אן "אויפגעקלערטע" חסידישע איד וואס איז אוועק געגאנגען פון די מסורה. אבער באמת קלער איך אז דאס איז בעצם א בילד פון א רבי. רביס גייען דאך יא מיר קאלירטע בעקישעס, הויזן וכו'. ממילא איז גארנישט שווער. די היינטיגע רביס האלטן זיך ווייטער צו די מסורה.

לעצם הענין זענען דאך חסידים געגאנגן מיט monotonous קליידער צוליב דעם ווייל זיי האבן נישט געמאכט קיין עסק. מיט דער צייט איז געווארן נתהפך הקערה על פיה און מען מאכט היינט א גרעסערע עסק פון די חסידישע לבוש ווי די מאדערנע אידן. נו, קען מען דאך פאר די זעלבע געלט ווייטער גיין מיט אנדערע לבושים.

פידלער טייערע, דו ביזט דאך די קריינא דאיגרתא, ביזטו גרייט אנצוהייבן צו טראגן קאלירטע בעקישעס?


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2097
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 5208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4502 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 01, 2013 1:28 am

קען זיין דאס בילד איז פון א יוסף שפיל.
והיינו טעמא אז רבי'ס גייען קאלירט, ווייל זיי זענען actors
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג דעצעמבער 01, 2013 1:48 am

סאיז מעגליך אז סאיז אלס אזוי געוועהן, ביי אידן בכלל און חסידים בפרט, אז מהאט געשריגן מסורה און מנהג אבותינו בידינו אויב האט איינער געוואלט משנה זיין מדרכי אבות. אבער קיינער טענה'ט נישט אז זייט קבלת התורה גייט מען מיט שטריימלעך (הגם יש אומרים אז אברהם אבינו און אפילו עשו און דתן ואבירם... זענען געגאנגען ספאדיקס. אבער כהעל נישט אריין גיין אין דעם טעאריע). ביז נישט צו לאנג צוריק זענען אידן געגאנגען אנגעטוען ווי די גוים, אפי' וואסע זאקן איז אמאל געוועהן אין סטייל, עיין דזארדש וואשינגטאן ושאר נשיאי ארה"ב. (איי וואס מיינט שלא שינו את לבושם? לדעתי קען דאס מיינען א קאפל, ציצית וכדו').
אין אנדערע ווערטער, דער גאנצע טערמין 'לבוש' איז בגדר חדש אסור מן התורה, און וואלט געדארפט נעקר ווערן מן השורש ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט.
For evil to flourish, it only requires good men to do nothing ~ Edmund Burke
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2247
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3372 מאל

הודעהדורך ודי למבין » זונטאג דעצעמבער 01, 2013 2:33 am

הוגה האט געשריבן: ועוד יש לומר, אז דאס איז טאקע א בילד פון אן "אויפגעקלערטע" חסידישע איד וואס איז אוועק געגאנגען פון די מסורה.


.


כ'הער זאגן אז נאך וואס דער יוד האט זיך געלאזט פאטאגראפירן מיט די מאדערנע קליידונג, האט מען ארויס געווארפן זיינע קינדער פון די מוסדות'ן...
באניצער אוואטאר
ודי למבין
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 500
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:22 pm
האט שוין געלייקט: 824 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 406 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג דעצעמבער 01, 2013 2:41 am

יתכן אז ער איז א זיידע פון דעם חסידיש'ן מאדעל וואס האט לעצטענס געמאכט העדליינס אין שטיבל ביים זיך פאטאגראפירן פאר אן אמעריקאנער מאגאזין.
For evil to flourish, it only requires good men to do nothing ~ Edmund Burke
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2247
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3372 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » זונטאג דעצעמבער 01, 2013 10:11 am

די הייליגע ריזינער זצ"ל און זיינע קינדער זענען נישט געגאנגן מיט דשי ענד דשי סטייל קליידער.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1441
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » זונטאג דעצעמבער 01, 2013 10:13 am

און תודה לאל אז מיר דארפן ענדערש גיין מיט די שווארצע קליידער און מיר דארפן נישט גיין ווי גראף פאטאצקי יעדן טאג. אודאי אויב קען מען גיין ווי נערמאלע מענטשן, קאונט מי אין, אבער ענדערש ווי די בילד? העל נאו
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1441
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

הודעהדורך פידלער » זונטאג דעצעמבער 01, 2013 10:17 pm

@הוגה: איך קלער אז די מעהלער - וואן באפטיז איז דאך נישט געווען א פוילישער. ער איז געווען א פראנצויזישע וואס ארום געפארן מאלן מענטשן אין אסאך לענדער. ממילא קען מען דאך נישט זיין זיכער אז דאס איז טאקע א איד.

מיינע פעיסבוק "scholars" זאגן אז דאס געשטעל איז א פוילישער געשטעל, און די ערענסטע בליק איז די בליק פון א ליטוואק. בקיצור, ס'שיינט אז דאס איז א פוילישע ליטוואק איד. איז קען נאך זיין אז חסידים זענען טאקע קיינמאל נישט געגאנגען אין פארבן. @ממי_שאמרו, קענסט אפ-אטעמען.
באניצער אוואטאר
פידלער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 469 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 12:27 am

פידלער, איך וואלט געוואלט קענען דיינע "סקאלערס", וואס קענען וויסן פון וואו א איד שטאמט לויט זיין בליק.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4715
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7126 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 1:30 am

יאיר האט געשריבן:פידלער, איך וואלט געוואלט קענען דיינע "סקאלערס", וואס קענען וויסן פון וואו א איד שטאמט לויט זיין בליק.


גם אני מצטרף להנ"ל. אפשר קענסט דו עלאבירירן מער וואס און ווי אזוי מען קען עס אנזעהן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2097
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 5208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4502 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 1:50 am

הוגה האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:פידלער, איך וואלט געוואלט קענען דיינע "סקאלערס", וואס קענען וויסן פון וואו א איד שטאמט לויט זיין בליק.


גם אני מצטרף להנ"ל. אפשר קענסט דו עלאבירירן מער וואס און ווי אזוי מען קען עס אנזעהן.

די טיפע, פארטראכטע אויגן צייגן גאנץ קלאר אז דער איד איז עוסק אין א שטיקל ר' חיים. ס'הייסט, ווען ר' חיים וואלט דעמאלט געלעבט וואלט ער עס זיכער מחדש געווען.
און די געשטעל איז דאך פשוט אז דאס איז פויליש געשטימט, די אקסלען זענען ממש אויסגעשטעלט ווי א פוילישער אויסגעשארפטער קאפ וואלט דאס אויסגערעכנט.
זעצט עס איבער אויף ענגליש, ויקרא שמו בישראל סקאלערשיפ.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4715
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7126 מאל

הודעהדורך פידלער » מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 6:22 am

@יאיר און @הוגה, איך קאפי און פעיסט -- א ספעציעלע מתנה פאר ענק.

The wet look! I wonder if he's a real Poylisher or a Litvak.
thinks the trim look is Poylish but the expression is Litvish. Maybe Lomza or Ostroleka ____

דא האט עטץ די געוואלדיגע scholarship.
באניצער אוואטאר
פידלער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 469 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט