חיזוק אין אמונה פאר אונזער דור שפל!!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

חיזוק אין אמונה פאר אונזער דור שפל!!

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאור די אלע אשכולות וואס ווערן דא לעצטנס געעפנט און ברענגט אריין א קרירות ביי אסאך חברים, אנשטאט זיין ביזי מוחה זיין און האקן דערויף אן ערפאלג (ליידער), דארפן מיר גיין די פאזיטיווע זייט (מען דארף דאך עפענען פאזיטיווע אשכולות, ריכטיג?) און אנהייבן אויסצושמועסן חיזוק אין די אמת'ע אמונה, נישט צו ווערן פארפירט פון דעם דרך המקובל לנו מאבותינו ורבותינו נבג"מ. נישט אז איך האלט מען זאל זיך נאריש מאכן מיט יעדע חומרא'לע כאילו ס'איז א דאורייתא, אלע וואס קענען מיך דא ווייסט אז איך בין גאר ווייט פון דעם, אבער אמונה! דאס איז דאך דער (פינטעלע) איד, און איש צדיק תמים, בא חבקוק והעמידן על אחת צדיק באמונתו יחיה, די אמונה שלימה דאס איז דער בירור האחרון אין דעם דור בעפאר משיח וועט אונז קומען אויסלייזן, כמבואר מפי ספרים וסופרים.

עס הערשט א שרעקליכער הסתרת פנים. ריזיגע שטיקער פון כלל ישראל גייט נעבעך פארפאלן, ואין לאל ידינו. מען קוקט צו מיט אנגסט און מיט שרעק ווי זיי טראסקען אין תהום, און דא עפענען זיך גאר אשכולות צי טאטעס האבן "רעכט" צו זיין אנגעווייטיגט. מיי גאש! יעדער ערליכער איד וואס האט נאר א טראפעלע גאט אין הארצן דארף זיין אנגעווייטאגט! ווען איינער כאפט א פאטש איז נאריש צו דיסקוסירן אויב ער האט רעכט עס זאל אים וויי טון... וואספארא מין דעבאטע איז דאס?

לענינינו – די הסתרת איז פנים איז ריזיג, והחושך יכסה הארץ, דער ציבור – אפילו די ערליכע – דרייען זיך ארום מלא ספיקות והרהורים און קשיות. און מיט רעכט. די ספיקות ציפן אין הארץ און מאנען און שרייען פון יעדנס געוויסן, וואס גייט דא פאר? אמת טאקע אז עס מאכט זיך צומאל צדיק ורע לו, אבער בדורינו איז עס אלף פעמים ככה, מען זעהט כל כולו מזל שיינט צו די לינקע זייט, יש רשע שהשעה משחקת לו, און די ערליכע זיצן פארווייטאגט ברוחניות ובגשמיות, נסיונות מבית ומבחוץ, מען פרובירט זיך אנצוהאלטן ביי די אמונה מיטן לעצטן פאדעם, מען זאל נישט איבעררייסן דעם לעצטן שטריקל וואס פארבינדט אונז צו אונזער באשעפער, צו אונזער הייליגע מסורה, צו אונזער תורה הקדושה... און פילע מאכן עס נישט אדורך, יעדער מיט זיינע תירוצים און אויסריידן, פון ליינען אפיקורס'ישע בוכער און רעדן צו חברים כופרים ביז זיך אנלייענען מיט סייענס און אנדערע גוטע יאר (וואס איז ממש נישט אויסגעהאלטן) נאר כדי אריינצוברענגען אין זיך ספיקות וועלכע ווערט צו שווער צו פארענטפערן. הצד השוה שבהם אז מען פאלט אוועק, און מען הייבט אן שטויסן אין אלעם וואס מיר האבן געלערנט און מקבל געווען מדורי דורות רח"ל.

זה לעומת זה, וויל איך דא ווידמען דעם אשכול פאר עניני חיזוק, אונז אלע וואס ווילן זיך האלטן צו די אמונה אין בורא עולם, און טרעפן זיך אן מיט א שיין ווארט, א ווארט פון חיזוק וועלכע מיר אלע קענען נוצן כמים קרים על נפש עייפה, און זיין פארנומען מיטן 'עשה טוב' אנשטאט דעם 'סור מרע', די גוטע חלקים זאלן איבערוועגן די קשיות און די נסיונות וועלכע ווירבלט אין די מחשבות אומגערופן, און אויפבויען אין זיך אוצרות חיזוק פון די קוואלן וואס מיר האבן אין די תורה הק'.

בשום פנים ואופן איז נישט ערלויבט זיך צו טענה'ן און אראפרייסן בעניני אמונה. מען מעג פרעגן שלא על מנת לקנטר, און מען קען דעבאטירן געוויסע פרטים, אבער דאס דארף פארבלייבן א הייליגער אשכול שרוח חכמים נוחה הימנו. אן קיין אויסנאם!

[center]* * * * *[/center]

ראובן איז געווען א וואוילער איד. ער האט געהאט א שיינעם הויז מיט אלע באקוועמליכקייטן. ער פלעגט ארייננעמען געסט און זיי געבן אש"ל מלא, און די אורחים האבן זיך מחיה געווען.

ויהי היום, און ראובן זאגט צו די געסט, אז צוליב א סיבה האט זיך די עלעקטריק צובראכן, און עס צו פארריכטן איז א לאנג-פארצווייגטע ארבעט, עס קען נעמען איבער א חודש! דערווייל וועט זיין פינצטער אין שטוב. מען וועט ווייטער טיילן עסן, מען וועט קענען שלאפן, אבער מען וועט נישט זעהן פון וואו עס קומט, עס וועט זיך דוכטן אז עס איז א הפקירות אין שטוב, אבער מען זאל וויסן אז באמת יש מנהיג לבירה. ראובן איז עקוויפט מיט "נייט-וויזשאן" ברילן וועלכע ארבעט מיט אינפרארעד, און ער קען אלעס קלאר זעהן אפילו אין דער פינצטער, און ער וויל זאגן פאראויס למען ידעו אז טראץ די פינצטערניש, האט אלעס א חשבון.

וכך הוה, די לעקטערס האבן זיך פארלאשן קורצליך דערנאך, און עס איז געווארן טונקל. עס האט געהערשט א צעמישעניש, מענטשן זענען געפאלן און האבן זיך צוקלאפט פון די שיינע פורניטשער, זאכן האט אויסגעקוקט פארנעפלט... די קלוגע אורחים האבן געדענקט די הקדמה, און האבן זיך געהאלטן געטריי צום בעה"ב, זיי האבן דאך קלאר געזעהן אז עס האט פאסירט וואס דער בעה"ב האט פאראויסגעזאגט, און סוף כל סוף וועט נאך צוריק ליכטיג ווערן און דאן וועט מען זעהן מי ומי ההולכים. אבער אנדערע אורחים זענען אויסגעלאפן פון געדולד, און האבן אנגעהויבן לייקענען אז עס איז בכלל פאראן א בעה"ב. בפרט די נייערע אורחים וואס האבן נישט בפירוש געהערט פון ראובן זיין דרשה, עס איז נאר געווען מקובל איש מפי פיש, האבן געהויבן די אויגן-ברעמען. ס'טייטש, ווי קענסטו זאגן עס איז דא א בעה"ב, איך קוק ארום איבעראל און איך זעה גארנישט!.. איך בין גענוג קלוג צו פארשטיין אליינס מיין וועלטל, ואין לדיין אלא מה ש"עיניו רואות", קום מיר נישט איינרעדן מעשיות אז איינער האט אמאל עפעס געזאגט, דאס זאגסטו נאר ווייל עס איז דיר באקוועם צו זאגן אזוי, איך וועל זיין קלוגער, אפפוצן פון דא און גיין אויף אנדערע בעסערע פלעצער....

דער נמשל איז פשוט: דער הסתרת פנים זעלבסט דארף אונז דינען ווי דער גרעסטער חיזוק אין אמונה! ווען מען זעהט ווי חז"ל האבן אונז פאראויס געזאגט די שרעקעדיגע נבואות אויף עיקבתא דמשיחא, ווען מען זעהט ווי עס ווערט מקויים במלוא מובן המלה די הבטחה פון השי"ת "ואנכי הסתר אסתיר פני היום ההוא", מען איז מתפלל און עס קען זיך דוכטן אז קיינער הערט נישט אויס אונזערע תפלות, מען פרובירט צו זיין ערליך און אפגעהיטן טראץ וואס די נסיונות שטארקן זיך איבער אונזערע שוואכע כוחות און מען פאלט אדורך כסדר, אבער מען ווייסט אין הארצן אז אזוי דארף עס זיין! עס ארבעט פונקטליך לויטן פארגעשריבענעם בלו-פרינט אין הימל! חז"ל האבן אונז פאראויס געזאגט אז עס וועט זיין ביטער שווער צו זיין א ערליכער איד! יעדע מצוה וועט אנקומען שווער ווי קריעת ים סוף, און עבירות וועט זיין א מחי'! מען וועט זיך מוטשען מיט די ריינע אמונה! און לא נפל מדבריהם ארצה, די אלע סימנים פון פרק חלק במס' סנהדרין פון עיקבתא דמשיחא ווערט מקויים יעדע איינע.... דאס גיט דאך אריין א געוואלדיגע חיזוק, אז יש מנהיג לבירה! ער האט געזאגט עס וועט ווערן טונקל, און עס איז טאקע טונקל געווארן!

די אונטער-חכמים לייקענען אין אלעם. זיי האלטן זיך קלוגער ווי אלע פריערדיגע דורות, און זיי פארטייטשן די גאנצע אידישקייט מיט די תורה הק' לפי רוחם. און ס'רוב פון זיי פאלן במשך הזמן גענצליך אוועק, אדער קענען זיי גיין מיט די צדוקים וואס נעמען אן נאר די חלק תורה וואס זיי געפעלט... זיי זעהען א הסתרת פנים, און טייטשן עס אויס אז אכן נודע הדבר, נישטא קיין גאט, אידישקייט איז פאלש למחצה לשליש ולרביע, די תורה איז נישט מן השמים, און נאך נארישע געמיינע טענות. לו חכמו ישכילו זאת, וואלטן זיי איינגעזעהן אז די הסתרת פנים איז די גרעסטע ראי' אז עם ישראל חי לנצח נצחים! יעדעס ווארט וואס מיר האבן מקבל געווען איז אמת לאמיתו! און מען קען נישט זיין קלוגער, עס ארבעט נישט!

מיר וועלן זיך דעריבער האלטן געטריי צו מסורת אבותינו, און זיך נישט לאזן נאכשלעפן נאך געציילטע מסיתים ומדיחים, נישט קיין חילוק אונטער וועלכע שלייער, נאמען, אדער ארגאניזאציע זיי באהאלטן זיך. מיר וועלן ממשיך זיין צו לערנען ספרי חסידות ומוסר, וויסן אונזער אויפגאבע אויף דער וועלט אין דעם געמיינעם דור השפל, און עס וועט קומען בקרוב א צייט, אז ימלא שחוק פינו, אלעס שאלות וועלן פארענטפערט ווערן מיט א גענויעם חשבון. ומי שאמר ויהי ערב יאמר ויהי בוקר. בב"א.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר