ליבשאפט צו דיין קינד

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

ליבשאפט צו דיין קינד

שליחה דורך הילל »

אין דעם אנגעווארעמטן גייסט פון דעם ליבליכן נשמה און פרידן-ליבהאבער נעלסאן מענדעלא, המכונה בלשון חיבה מאדיבא, זיכער פון די גרויסע חסידי אומות העולם בדורינו, דארף מען שרייבן עטליכע שורות. מען דארף טרייען צו האלטן אנגעצינדן דעם נר פון אהבה אויף דער וועלט, אוועקשטופן די ביטערע נעגאטיוויטי און אריינברענגען פאזיטיוויטי.

לאמיר נעמען איין ליבליך געדאנק, וואס איז אפשר פון די וויכטיגסטע יסודות וויאזוי צו פארשפרייטן ליבשאפט אויף די וועלט.

ליבשאפט הייבט זיך אן אין שטוב. אבער איידער מען קומט אן צו די פוינט פון אהבה בין איש לאשתו גייט יעדער מענטש ערשט דורך די פוינט פון קינדשאפט, פון ווען מען ווערט געבוירן ביז מען וואקסט אונטער, וואס דעמאלט שפירט מען צום ערשטן מאל וואס עס מיינט זיין פארבינדן און האבן קאנטאקט צו אנדערע מענטשן. די גאנץ ערשטע ברואים מיט וועמען א קינד קומט אין קאנטאקט די ערשטע יארן פון זיין לעבן און בלייבט בקשר מיט זיי אויף אייביג, זענען די עלטערן. ממילא איז קלאר אז לויט וויאזוי זיינע עלטערן פירן זיך אויף צו אים, לויט די מאס ליבשאפט און סעקיוריטי וואס א קינד שפירט, האט דאס א געוואלדיגע עפעקט אויף דעם קליינעם מענטש און דאס באגלייט אים זיין גאנץ לעבן. איז נאר שכל'דיג זיך נעמען די ערשטע צו דעם חלק, ווייל אויב וועט יעדע קינד אויפוואקסן מיט גענוג ליבשאפט, וועט ער געווענליך ווייטער ציען דעם קייט און איבערגיסן די ליבשאפט צו זיינע קינדער, און אזוי קען אויפוואקסן א דור פון ליבשאפט, פון פרידן, פון שלום.

א פיצל קינד דארף ליבשאפט, ליבשאפט און נאכאמאל ליבשאפט. ער שפירט באליבט ווען די מאמע שמייכלט צו אים, ער פילט ליבשאפט ווען די מאמע קוקט אים אין די אויגן, ער שפירט לאוו ווען די מאמע האלט אים און קוועטשט אים און האלזט אים און קושט אים. ער דארף אויך א געפיל פון סעקיוריטי, און ער שפירט זיך פארזיכערט ווען די מאמע געפינט זיך כסדר לעבן אים און רעאגירט שטענדיג צו זיינע פארלאנגען און באדערפענישן. יענע מאמענטן זענען דער יסוד פון דעם קינד און יעדער מענטש דארף דאס ממש ווי לופט צום אטעמען. עס איז ממש די עסן פאר זיין פסיכאלאגישע גייסט.

אבער דאס ענדיגט זיך נישט ביי פיצלעך קינדער. אויך גרויסע קינדער (און עס איז נישט קיין סוד אז אפילו גרויסע מענטשן...) דארפן אסאך ליבשאפט און אסאך עטענשאן. אויב מען שפילט מיט א קינד, מען געט אים כסדר דעם ליבליכן שמייכל, דעם ליבליכן גלעט, דעם קאמפלימענט אויף זיינע מעלות, דאס אלעס מאכט אים שפירן מער ווי יעדע מתנה וואס קענסט אים געבן אין לעבן. ער שפירט זיך ווי א מיליאן דאלאר. עס וועט אים בלייבן אין די ביינער און וועט אים האלטן צוגעבינדן ווי א מאגנעט צו דיר. וויאזוי זאל ער אמאל וועלן אדער קענען זיך אפרייסן פון דעם אזוי ליבליכן געפיל? מען דארף זיכער מאכן עס צו טון ווי אפטער, אז עס זאל זיך אויפבויען דער געפיל און דער אינטימער קשר.

אט איז א ביישפיל פון וואס איך פרוביר צו טון כאטש איין מאל א וואך: איך נעם מיין קינד, צי ער איז פיר יאר צי אכט יאר צי צוועלף יאר, איך נעם אים אויף מיין שויס. איך האלט אים ארומגענומען. איך דרוק אים צו צו מיר ביידע הענט. איך קוק אים אריין אין די אויגן, אן קיין ווערטער. איך האב דערביי אויסגעגאסן אויפ'ן פנים א צוגעלאזענע, ליבליכע און ווארעמע שמייכל. דערנאך געב איך אים אן איידעלע קוש. און איך זאג אים: איך האב דיך אזוי שטארק ליב! איך געב אים נאך א שטערקערן קוש, און זאג נאכאמאל: יוי, איך האב דיך אזוי שטארק ליב!

סתם איך האב דיך ליב ווייל איך האב דיך ליב. אן קיין פארוואס, אן קיין פארווען. " יאנקי, דו ווייסט ווי שטארק טאטי האט דיך ליב? יא, זיסקייט, דו ווייסט? דו ווייסט ווי שטארק? איך מיין דו ווייסט אפילו נישט ווי שטארק!" די יונגערע בלייבן ליגן צוגענאגלט און אטעמען אריין די ליבשאפט. ווען מען איז שוין אביסל עלטער קען מען זיך שוין אפילו אמאל אביסל אוועקדרייען, אבער מען האגט אים ווייטער ביז ער רייסט זיך שוין ארויס און לויפט אוועק מיט אן אינערליכן שמייכל וואס איז אים אוממעגליך צו באהאלטן. דער מעסעדזש קומט זיכער אן וואו עס דארף און ער האט ב"ה באקומען א ריפיל פון זיין נויטיגע דאזע ליבשאפט.

און וויבאלד איך בין שוין ב"ה געקומען צום אנערקענונג אז מיר מענטשען זענען אלע זייער ענליך איינער צום אנדערן, מיט זייער ענליכע געפילן, כאראקטערן און אויך משוגעת'ן, קען איך זיך פארשטעלן וואס טייל מענטשן קענען טראכטן. וועל איך דיר מגלה סוד זיין אז אויב האסט מורא אז אזא אקט וועט זיך שפירן מאדנע, מעגסטו וויסן אז איך האב אויך געשפירט מאדנע די ערשטע פאר מאל... עס איז בכלל נישט קיין בושה.

אלס איינער וואס האט גראדע געהאט אלס קינד א פיינעם טאטן, בין איך אבער דאך נישט אויפגעוואקסן מיט אזא סארט אפענע ליבשאפט, און קיין קוש אדער האג האב איך קיינמאל באקומען, אזוי ווי רוב פון דעם פאריגן דור (וואס ווי באקאנט איז דאס אמאל געווען דער סדר העולם, און ביז נישט לאנג צוריק האבן די פסיכאלאגן גאר געפרעדיגט אז עס איז בעסער 'נישט' צו ווייזן ליבשאפט פאר קינדער, נאר דאס איז א שמועס פאר זיך. עס איז נאך ביי גענוג מענטשן געבליבן ביז היינט אויך, ווי למשל טאקע דער היראו מענדעלא וואס זיין טאכטער דערציילט אז ער האט נישט געקענט ארויסווייזן לאוו און זיך נישט געקענט ברענגען צו זאגן איי לאוו יו, כאטש זיין גרויסע ליבשאפט צו די מענטשהייט און זיכער זיינע קינדער, נאר אלס פרי פון וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן אין דער אפריקאנער קולטור.), איז אזוי ווי אסאך מענטשן איז דאס מיר נישט געקומען צו טון נאטורליך. אבער מיין שכל האט מיר עס געהייסן טון, איך האב פארשטאנען אז דאס איז זייער גוט פאר מיינע קינדער און אפילו פאר מיר אליין, און גלייבט מיר, עס שפירט אזוי גוט אז עס לאזט זיך נישט זאגן. ווען עס ווערט א רוטין, שפירט מען בחוש ווי דאס עמאציאנאלע קשר מיט'ן קינד בויעט זיך אויף גאר אן אנדער לעוועל און עס ווערט א ריכטיגער אינערליכער באנד צווישן טאטן און קינד.

אזא מנהג העלפט אויך דעם טאטן זיין מער נאנט, מער מענטשליך, און מער פעיר מיט'ן קינד. יעדער ווייסט אז דער מענטש ווערט עפעקטירט פון דעם וואס ער טוט למעשה, מען פאפט אזוי לאנג ביז מען ווערט באמת, און אדם נפעל כפי פעולותיו, ממילא אויב מען פירט זיך מיט'ן קינד אויף גאר א ליבליכן אינטימען לעוול, אפילו נאר עטליכע מאל אין חודש, וועט עס באמת אנהייבן אריינברענגען נענטערע געפילן פון ביידע צדדים. דאס ברענגט אויך צו אנהייבן זיין מער באלאנסירט און אים נישט אוועקשטופן אדער סתם באליידיגן אפי' אין א גערעגטע מאמענט. און אוודאי טוט אזא נאנטשאפט אויך טוישן די גאנצע עטיטוד פון דעם קינד אויף א פאזיטיוון אופן. אין די רגע וואס ער שפירט זיך באליבט פון די עלטערן, אויב ער שפירט זיך באמת לאווד, איז ער נישט רעבעליעס, ער וועט אסאך ענדערש פאלגן וואס מען זאגט אים, ווייל קודם האט ער די יסוד געפיל אין זיין קאפ אז דו האסט אים ליב און מיינסט זיין גוטס. אויב וויל ער עפעס אנדערש ווי דו, וועט ער אנשטאט סתם איגנארירן אדער זיין גערעגט, וועט ער דיר טרייען מסביר זיין וואס ער וויל און פארוואס ער וויל, און דו וועסט אים קענען מסביר זיין פארוואס דו ווילסט אנדערש. ער וועט וויסן אז דו האסט אן אפן אויער אויסצוהערן זיינע געפילן און פארלאנגען און דו פארשטייסט אים. (אפילו דאס איז שוין א באזונדערע טאפיק, פון אויסהערן דעם קינד און זיכער מאכן ווען נאר מעגליך אז ער 'פארשטייט' לויט זיין לעוול וואס דו ווילסט און פארוואס דו ווילסט. נישט סתם שיסן באפעלן א גאנצן טאג און איגנארירן וואס ער זאגט. נאר קלאר אויסהערן זיין זייט און דערנאך רעאגירן אויף וואס ער זאגט. ער וויל שפירן אז דו האסט אים 'פארשטאנען'. דערנאך קענסטו מסביר זיין פארקערט. דאס געט אים די ריכטיגע טולס צו קענען טראכטן גראד און העלפט אים אויפוואקסן פיל געזונטער און באלאנסירט. אבער דא רעדן מיר ערשט פון סעיף א': ליבשאפט און נאכאמאל ליבשאפט.)

עס איז א זה נהנה וזה נהנה, דו וועסט שפירן א נאנטשאפט מיט'ן קינד און ער וועט דיך ענדערש אויסהערן און פאלגן, אבער דאס איז נאר די שארט-טוירם בענעפיט. די עיקר מעלה איז אז דאס קינד וואקסט אויף געזונט, מיט א געזונטן גייסט, ער שפירט אז ער איז באליבט ביי די עלטערן, וואס איז די פשוט'סטע געברויך פאר א מענטשליכע סאציאלע גייסט. אז דער פונדאמענט פון מענטש איז פעסט, קען מען דערנאך בויען א גרויסן שטארקן בנין.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר