א שבע ברכות ביי מומע יענטל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

א שבע ברכות ביי מומע יענטל

שליחה דורך יואב »

שוין, זעמיר געלאדנט צום שבע ברכות, וואס מומע יענטל מאכט פאר מיין נייעם שוואגער. אנבאדינגט אנגעזאגט אז די קינדער זאלן נישט קומען, און שוין געקאלט משוגע מאכן אכט און א דריי א פערטל מאל. נישט אז ס'האט זיך עכט אויסגעפעלט אז פון די שבעה ימי ברכתא זאל מען ברויכן אריינקוועטשן איין נאכט ביי איר. די משפחה איז היבש גרויס, און מ'וואלט זיך פיל בעסער אן עצה געגעבן אן אירע טובות. נאר וואזשע דען? אז זי דרייט איבער תבל ומלואה אז "זי מוז" מאכן איין שבע ברכות כמנהגה מאז ומקדם, ווער זאל איינגיין אויף זיך צערייבן מיט איר יעצט, און אריינגעקעריצט ווערן צווישן אירע ציין און שפייאכץ לנצח נצחים.

שיין פון איר זייט, אז דאסמאל האט זי באשלאסן דאס נישט צו מאכן אין איר ענגן הויז. א שמחה ביי איר אין שטוב באדייט אז אנצוקומען צום אויבן אן דארף מען אונטערהייבן יעדעס בענקל (לכתחילה מיט א שטויס), און צו שלעפן א ציין-שטעכער דערונטער א כזית קענטעלאופ ברויך א פארשוויצטען ארעם דיכענען העכער די קעפ, און אין מערערע פעלער צו קומען צום "אוי אנטשולדיגט!" (און איך זאל דארפן ווישן מיין רעקל יעצט, אבער חלילה זיך רעגן.)

דאסמאל האט זי ארויסגעדינגן אן אלטן אולם הסרחי; דים-לייטינג פשוט צוליב א מאנגל אין ווירקזאמע באלבס, נישט מחמת סיבות כגון חדש אסור מן התורה, חוקת הגוי, וכדו'. אבער די גאר פרייעדיגע נייעס אז זי "קאכט אליינס" האט ב"ה נישט געשפעטיגט צו קומען.

דער עולם קומט צו גיין עדרים עדרים; טייל אויסגעהונגערט, אנדערע אין דער גוסטע פון שמחות. איך בין דא ווי מ'זאגט ריין א טובה צו טון, ווארים דאס דארפן אויסהערן דעם איגנאראנטן פעטער דרש'נען אויפן דאפעלטן לשון פון "שמח תשמח" מיט (פיש) זאפט כאילו ער זאגט דאס צום ערשטן מאל, גייט מיר אויף די נערווען פונקט ווי די ווינטשערייען פונעם שוויגער מיט איר טישו, וועלכער ליגט כמעט פערמאנענט אריינגעקלעבט צווישן אירע פינגער.

בין איך אבער דא; פעמעלי איז פארט פעמעלי. מ'האט דאך נישט 26 קינדער. פאר פערצן פון דער זייט, און צוועלעף פון דער אנדערער זייט וועל איך נאך דורכשוויצן.

הייבן הייבט זיך דאס אן שארף טראדיציאנאל. א בילקעלע וועלכע זיצט און קלאצט ביי יעדענס פלאץ, מיט זויער איגערקע און קאלסלאו אין אזוינע פלאסטישע שיף טעלערלעך וועלכע קומען שוין ווי א פעקעדזש-דיל. די טישטוכער זענען אויך פון דעם באוואוסטן סארט, וואס לאזן די ברעקלעך משום איזה סיבה נישט פריי, און מעסערס זענען דא די טיפישע וועגעדיגע שטאנגען וועלעכע קענען אין בעסטן פאל שניידן וואסער.

פון דא און ווייטער קען מען זיך לייגן שלאפן פאר אומגעפער א שעה. אויב האסטו א סעלפאון מיט צוטריט צום געוועב, איז דאס א חצי נחמה. און אויב זכה לו, דאן קומען בלויז געציילטע קריכערס משוגע מאכן מיט קשיות און פראוווען צו ציען א שמועס. נאך אלעם, טרעפט מען דא אלע וואס אלמלא מיר טיילן גענעס וואלטן מיר זיך געקענט ווי דעם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף -- לויט ביידע פשטים.

די מחותנים, פעטערס און אנדערע מיט א לייסענס פון ארבעים לבינה ולמעלה הערן נישט אויף מיט די קראכעדיגע וויצן. א באזונדערע קונץ צו קענען אנגיין מיט גרעניצלאז-קאמישע ווערק, און פארט אויסמיידן פון אריינוואנדערן אין דער הוללות זאנע. "גערופן האט מען אויף זייגער זיבן, אזוי אז דער עולם וועט כאטש זיין אויף אכט," האט מען שוין אויך אנאנסירט מער ווי 5 מאל, טו בי עקזעקט.

פונעם שעשני כרצונו ווינקל הערט מען בלויז גריטשקערייען און קוויטשערייען. נישט קיין חילוק וואו, ווען און וויאזוי א שמחה גייט צו, די קלאנגן אריבערן מחיצה וועלן אייביג זיין שארף אידענטיש. מער ווי איינמאל האב איך שוין געפרואווט צוצולייגן אן אויער וואס די חברה שמועסן; חכמה אבער וועט מען נישט קונה זיין דארט אין קיין שום פאל. פארט קען אמאל זיין אינטערעסאנט צו הערן די לשון הרע'לעך און מוציא שם רע'ס אויף א האלבער שטאט; פארשלאגן איבער פראקטישע טאקטיקן, און עצות איבער וויאזוי צו "מענעדזשען" א שטוב. מ'שטיינס געזאגט: וויאזוי מרת שווארץ קאכט וועטשטעבל זופ קען אמאל זיין די בעסערע אפציע ווי צו הערן דעם יעניגען וועלכער האט זיך לגמרי נישט אנגעגרייט, און רעדט בכפיה ממש. יעדע צווייטע פרוי האלט זיך פאר א גאנצע מחנכת, שטעלט פאר מיט שטאלץ אירע השערות והשגות, און וויל בשום אופן איינגיין אויף קאמפראמיסן פון ארומיגע וועלעכע טיילן מיט דער זעלבער אראגאנטער איגנאראנץ איבער אלעמען און אלצדינג. למעשה, אז ס'וועט מיך שוין געלונגען צו סקאורען א גוטן לשון הרע, וועט נישט נעמען לאנג ביז דאס "מאאאאאזזזזזעעעעל טאאאב" פיזמון געמישט מיט "אווווווי מייייי גאאאאאש", צו "אאאנננבעעעעליוועבל" וועט איבערהאקן די טיפזיניגע געשפרעכן וועלכע שפריצן חכמה, און באלד אנהייבן א פרישן שמועס, ווי כאילו דעם פאריגן זאל ווען בכלל נישט זיין וויכטיג איבערצוקייען. מיין אויסגעשפיצטער אויער אבער, וועלכער האט געמיינט דאס גליק וועט אים באטרעפן אז ער וועט אנטלויפן פון די דרשות, לאזן זיי הענגן אין דער לופטן מיט אן אומגעצייטיגטן לשון הרע כשוטה המרחפת על הגעהירן. אבער שוין, כאילו אויב זאל מען רעדן איבער איין ענין קען מיין שוואכער אויער איבערקומען די קולות ס'גייט דארט ווי פון גיהנם ארויס.

באלד וועט מען הערן די יענטע איבערמועסן פונקטליך "פארוואס" זי האט געוועלט פונקט דעם דאזיגן מעניו. פילייכט קומט דאס אויך מיט א מגילה פון סיבות געמישט מיט לאגיק און ערפארונג וועלעכע זענען אומשטרייטבאר, און בכלל נישט אפן פאר קיין דעבאטע. יעצט אבער איז נאכנישט דא קיין זכר פון קיין מעניו. דאס קליינע סדום בילקעלע האב איך שוין -- שיין גערעדט -- אראפגעווישט כאשר יבער הגלל עד תומו. און אויב ציפן שוין די לעפצן פון א זינלאזער סאוער פיקל פארציקונג, דאן קען איך טרינקען ווארימען דזשינדשערעיל. און אז ס'איבלט שוין דער דשינזשערעיל, בלייבט איבער צו פארלענדן נאך א סאוער פיקל, און נאכאמאל דזשינדשערעיל, און נאכאמאל א סאוער פיקל. נאר ווען א גלעזל פאלט אראפ בטעות, זיי נישט קיין פורש מן הציבור, און שריי אויך "מזל טוב" מיט אויבער חכמה.

ענדליך באווייזט זיך שוין דער וועיטאר מיט א טאץ. וועיטער זאג איך? געדינגען האט מען עפעס א שיכור פון גאס און אים צוגעווארפן א ווייס העמדל -- קענטיג נישט זיין סייז -- ויקרא שמו "וועיטער". אבער וואס גייט מיך אן: מאכט דאס דען א חילוק? יא, מ'קען טאקע זען פון די עגמת נפש'דיגע טעותים פון אנגיסן און איבערגיסן אז קיין געלערנטער סארווער איז ער נישט. אבער אלץ בעסער ווי דעם באבערדלטן כריין-זיסן שוואגער. ווען ער טיילט שפירט מען זיינע היימישע פינגער דערין, אויך נאר נאכן הערן זיינע אומגעלונגענע קארני ווערטלעך. כאטש דעם ערל קען איך נישט זיין שפראך, און פטור אן עסק.

פיש גיט זי נישט ווייל זי איז דער שטאט'ס קמצן, און קען זיך מיט זרש'ן פארמעסטן עני טיים. אבער מאחורי הפרגוד הער איך איר שוין פלאפלען מיט אירע אנגעבליכע אויסריידן:
"פיפל דאונט לייק פיש עני מאר". "נאובאדי איטס פיש". "איטס ע וועיסט". שוין, אז זי ווייסט, ווער בין איך אריינצורעדן. זאל איך זאגן אז איך גלייך יא פיש, און הלמאי מיר האט מען אויסגעשלאסן פונעם סורוועי?

הגם זי האט באשלאסן נישט צו געבן פיש, וועט זי אבער נישט לאזן דעם סלאט ליידיג. ס'טייטש מ'וועט נישט פארן פון די סאוער פיקלס גלייך אריין צו דעם זופ מיט ברעכעדיגן קניידל. אין ערזאץ צום פיש, טיילט מען אומאפעטיטליכע קנישעס, באשפריצט דערויף עפעס א נזיד פון שוועמעליך ווי אויף יוצא צו זיין. אבער אויך דאס קומט אין באגלייטונג פון א דעקלאראציע:
"איי דאונט ביי קינשעס עני מאר". "כ'האב זיך אויסגעלערנט: מ'מאכט דאס אליינס".

זאגסט מיר? דאס שפיר איך דאך באלד. א טייגל באשאפן מבחינת ראם-באללס; די פריזער הפנים האט זיך מער ווייניגער אויסגעליידיגט פון אלע אירע פרי-פסח פראדוקטן אויף וואס ס'וואקסן שוין ווייסע האר מיט גרינעם שימעל. אינעווייניג האט זי אריינגעשטויסן שאר ירקות וועלכע זענען איבערגעבליבן פונעם לעטשוי וואס שפרינצע חוה האט געמאכט, און צוגעשטעלט אויפן פלאם א קליין טעפל מאשרום סאס צו פאלישן דאס גאנצע חזיריי, דערביי צו פאפן דער וועלט. און אויב דארף איך אייך איבערצייגן אז דאס איז וואר, האב איך שוין אין מיין טעלער מער ווי איינעם פון אירע האר. "גוסטאש" פארפעלט זי אבער נישט דאס צו באצייכענען מיט פאטאס. יעצט הפנים קען מען זיך ארויסלאזן אויף א יאגד איבער א גאפל, אדער טאן וואס די אויבן אן אידן טוען: מ'כאפט אלע צען פינגערס און יאכלו חזירים וישבעו.

שוין, מ'איז שוין אפגעזיצן דריי שעה. יעצט קען מען בעטן די כלה זאל אריינקומען שוין צום זיבעטן מאל. טאקע עקסייטינג צו זען ווי די צוויי מחותענעסטעס זיצן און מאכן כסדר זיכער דאס קליידל זייערס איז באקוועם אונטערן קני, בעת זייערע אויגן וואנדערן ווי פרייע פויגל אינעם זאל. א געלעגנהייט צו באטראכטן דעם נחת פון דער נאנט, נישט דורך קליינע שפאלטנס פון דער מחיצה. אזוי קען מען נאכאמאל ווינטשן, וויינען פאר פרייד, און זיך רעגן פאר שמחה.

יעצט ברויך מען זיך אויפשטעלן, אפפיצן די ברעקלעך, מאכן דעם אינסטינקטיווען גענעץ וועלכעס איז משפיע א שנירל ווארימע פארע פאר אלע ארומיגע, און אראפשלעפן דעם טלית קטן ביז אונטערן הויזן זיפער. און אויב עס פעלט אויס משום סיבות שאי אפשר לפורטם, דאן שאקלען די הויזן ווי די מצוות ביי תשליך. אבי מ'גייט שוין. קודם אבער ברויך מען ארומקרייזן דעם טיש פאר דריי מינוט אויף צוויי מייל פער שטונדע, און זינגען דעם אויסגעדראשענעם שמח תשמח ניגון, ביז מ'שפירט אז מ'האלט שוין ביי דעם "וגן עדן מיייייי (פאוואליע) קעעעעעעעעעע (לאנגזאמער) דעעעעעעעעעעעע (לעש אויס דעם מאטאר) עעם! פששששיאה! פיין געוועזן, מזל טוב, אויף שמחות, ביי די קינד און ביי אלע אנדערע קינדער, מזל טוב נאכאמאל, און שכח מומע יענטע, סארא שיינע שמחה, וואז אנבעליבעל, שכח נאכאמאל.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר