דזשורי דוטי רבותי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1682 מאל

דזשורי דוטי רבותי

שליחה דורך בן תמליון »

אין ליכט פון די לעצטערע געשעענישן קומט אויפן געדאנק וואס ר' אברהם (המכונה אלבערט) פרידמאן אין די צייטונג פלעגט אמאל קאמפיינען אונזער עולם זאל גיין אויף דזשורי דוטי, פארשטייט זיך ער'ט געמאכט א קול קורא במדבר אבער דאך זאכן טוישן זיך היינט ביי אונז שנעלער היינט אפשר וועט א קאמפיין אויפטוהן.

מיטן אויסמיידן דזשורי שיסן מיר זיך אליין אין די פיס קודם כל זענען מיר אינדרויסן פונעם סיסטעם, פראסעקיוטערס און ריכטער וואלטן זיך צו אונז באצויגן מיט מער זיידענע הענטשיך העטן זיי געוואוסט אז זיי דארפן אנקומען צו אונזער גוטן ווילן צו זיי אלס פאטענציעלע זשורארס די איינציקסטע צייטן זיי זעען אונז איז אלס קרימינאלן אדער זייערע שטיצער.

און העיקר אז מיר וועלן גיין וועלן מיר מיט געוואלד אנקומען צו זיצן אויף טרייעלס פון אחב"י מיר האבן קעה"ר א ריזן ציבור אזש מיר קענען אנפילן צוויי סטאדיומס מיט בלויז פרומע מענער אין אן אויגנבליק, מיר קענען פארפלייצן דעם קארט סיסטעם.

איך מיין אז היימישע ווייבלעך זאלן זיכער גיין וועט מען העכסטנס אויפגעבן אפאר טאג שאפינג ביי מעיסיס און דייעט צו זיצן אין געריכט מ'צאלט גאנץ פיין אויך. בכלל קענען זיך די פרויען באהאלטן אינטערן שייטל מען וועט זיי נישט דוקא אידענטיפיצירט אלס היימישע זיך בעסער אריינצוריקן אויף היימישע קעיסעס.

וואס זאגט דער עולם?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר