נייע ישיבה: ישיבה חמדת התורה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מבשר ואומר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 01, 2012 1:42 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

נייע ישיבה: ישיבה חמדת התורה

שליחה דורך מבשר ואומר »

אי"ה פאר'ן קומענדיגן זמן גייט זיך עפענען ברוב פאר והדר א נייע ישיבה גדולה מיט'ן נאמען "ישיבה חמדת התורה". די ישיבה וועט אנגעפירט ווערן דורך דעם בארימטן ראש ישיבה, הגאון המפורסם רבי אנשיל עהרנפעלד שליט"א, און דעם מנהל הרה"ג ר' יוסף דאפעלט שליט"א. וויפיל ישיבות עס זאלן זיך נאר עפענען איז נאך אלץ דא א מאנגעל וואו צו שיקן די בחורי חמד. ובפרט ווען עלטערן זוכן א ישיבה וואו דער בחור וועט האבן א ראש-ישיבה, א מנהל, און מגידי שיעור וועלכע וועלן זיך אפגעבן מיט די בחורים, שאפן א נאנטשאפט מיט זיי, און פארשטיין זייערע געברויכן, און זאלן גלייכצייטיג זיין פון א הויכן קאליבער, צו קענען אריינגעבן אין די טייערע בחורים תורה ויראת שמים.

הגאון רבי אנשיל איז וועלט בארימט שוין לאנגע יארן סיי מיט זיין גדלות בתורה, זייענדיג א מגי"ש אין ישיבות קדושות בארימט מיט זיינע טיפזיניגע שיעורי עיון, און סיי מיט זיין איבערגעגעבנקייט צו יעדן איינציגן תלמיד. יעדער תלמיד פון הרב עהרנפעלד דערציילט מיט נאסטאלגיע איבער די יארן וועלכע ער האט פארברענגט בין כותלי הישיבה. ווי ער האט זיך דערקוויקט מיט די הערליכע שיעורים וואס האט אים געגעבן א חשק אין געשמאק אין א בלאט גמרא, און ווי ער האט זיך געשפירט גענוג נאנט צוצוגיין צו הג"ר אנשיל און זיך פאר אים אויסרעדן דאס הארץ.

אין די היינטיגע תקופה, מיט אזויפיל שוועריגקייטן מבית ומבחוץ, איז גאר וויכטיג אז א בחור זאל שפירן וועלקאם, באליבט און ארויפגעקוקט; ער דארף שפירן א חשק צו גיין אין ישיבה, סיי צו לערנען און סיי צו פארברענגען צווישן אירע ווענט. די אטמאספערע אין די ישיבה דארף זיין אזא וואס וועט מאכן דעם בחור אויפשטיין אינדערפרי מיט א חשק, וויסנדיג אז עס ווארט אים אפ נאך א טאג אין ישיבה, וואו ער וועט הנאה האבן ברוחניות ובגשמיות.

דער חשוב'ער מנהל, הרה"ג ר' יוסף דאפעלט שליט"א, געפינט זיך שוין לאנגע יארן אין דעם פעלד פון חינוך, און האט אויסנאמליכע פעאיגקייטן זיך אראפצולאזן צו יעדן תלמיד און פארשטיין זיינע אינדיווידועלע געברויכן. דער מנהל האט אין די פארגאנגענהייט מצליח געווען ארויפצושטעלן אויף די פיס צענדליגער תלמידים, וועלכע זענען דאנקבאר ביז'ן היינטיגן טאג פאר דעם גרויסן וואוקס און התעלות וואס זיי האבן געהאט.

די ישיבה וועט זיך געפינען אין בארא פארק און וועט פארמאגן א דארמאטארי. דער פארמיטאג סדר, שיעור עיון, וועט פארגעלערענט ווערן דורך הגאון דער ר"י שליט"א. א געקליבענער שטאב פון גאר איבערגעגעבנע תלמידי חכמים מופלגים וועלן דינען אלץ די מגידי שיעור נאכמיטאג פאר דעם סדר שיעור פשוט, און ביינאכט פאר דעם שיעור שו"ע וואו מ'וועט לייגן א דגוש אויף ענדיגן פארשידענע קלענערע אינטערעסאנטע און נוגע'דיגע מקצועות. עס וועט זיין א פארטאגס סדר וואו מ'וועט צולערנען נאך צענדליגער בלעטער גמרא משלים צו זיין די מסכתא וואס מ'לערענט. דער פארטאגס סדר וועט צוגיין מיט א באזונדערן געשמאקן פראגראם, וואס וועט געבן פאר די בחורים א געוואלד מיט חשק אנצוקומען, קענען און זיך פארהערן די בלעטער גמרא.

עס בלייבט נאר איבער צו ווינטשן אז דער רבש"ע זאל שענקען פיל סייעתא דשמיא פאר די געטרייע מייסדים און די חברי ההנהלה, און זיי זאלן קענען מוסף זיין תורה ויראת שמים פאר די טייערע בחורי חמד, ובפרט אין די יעצטיגע שווערע תקופה ברוחניות זאלן זיי זוכה זיין אריינצוגעבן אין די בחורים א געשמאק און חשק און אידישקייט, עדי נזכה לביאת מבשר צדק בב"א.

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר