עניגמאטישע פערזענליכקייטן דא אין קאווע שטיבל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 688 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

עניגמאטישע פערזענליכקייטן דא אין קאווע שטיבל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

קאווע שטיבל איז אלל אבאוט ברעיקינג באונדעריס - צו פארשטיין אן אנדערע צד, משיג זיין א צווייטנס פערספעקטיוו, קבל את האמת ממי שאמרו, אוועקקוקן פון נגיעות און בייעסעס, געוואויר ווערן פון נאך א דעה, א פרישע געדאנק וכו'. נאך א געוואלדיגע בענעפיט וואס מיר האבן דא איז זיך באקענען מיט גאר אינטערעסאנטע פערזענליכקייטן וועמענס רייכקייט און אינטערעסאנטקייט מיט קענען קיינמאל נישט ריכטיג משיג זיין אין ריעל לייף.

מיר האבן דא חברים וואס שטעלן פאר אן עניגמא - א מיסטעריע וואס שטימט נישט לויט וואס מיר האבן געוואוסט. זיי פארמאגן סתירות'דיגע פערזענליכקייטן וואס אין ריעל לייף זעען מיר נישט אזא זאך. אונזער וויילן דא אין שטיבל ברענגט אונז אז מיר זאלן טיפער קענען נאך סארטן פערזענליכקייטן. דא, ווי מ'קען אסאך ברייטער און פרייער רעדן ווי אין ריעל לייף, קענען מיר קענען מענטשן מיט א פיל טיפערן בליק, און דאס ברענגט אפרישיעישען צו דעם מענטשליכן כאראקטער זעענדיג וואספארא סארט מענטשן עס זענען דא, און ווי זיי שלאגן אוועק צענדליגער מיסקאנסעפשענס וואס מיר האבן אייביג געהאט וועגן מענטשן.

עס איז אן אנגענומענע טעמע דא אז נישט אלע מענטשן זענען די זעלבע, און נישט אלעס ארבייט פאר יעדעם. נישט נאר וואס מ'שרייבט עס אזוי שיין, און מ'ברענגט עס ארויס מיט גוטע משלים, נאר די חברים דא דעמאנעסטרירן עס פילפארביג! קוק וואספארא רייכע פערזענליכקייטן מיר האבן דא, מענטשן וואס קענען לכאורה נישט עקזיסטירן לויט דעם מהלך פון "וואן סייז פיט'ס אלל"...


[tag]ברסלבער[/tag]
איינע פון די מערסט באליבטע חברים דא אין שטיבל איז אן קיין צווייפל ברסלבער. ער שרייבט הערליכע רייכע ארטיקלען מיט אן אומגלויבליכע שכל הישר, מיט חכמת החיים אויפן העכסטען שטאפל. ער שרייבט תורה'דיג, מענטשליך, ווארעמהארציג, פראקטיש, שכל'דיג וכו'. פילצאליגע חברים ווערן געהאלפן דורך זיינע ארטיקלען, ער האט אריינגעשיינט אור פון נארמאלקייט אין פארצווייגטע נושאים, זיין תורה'דיגע בליק האט בארייכערט אומצאליגע לעבנס און געגעבן א טעם אין אידישקייט. און דא שטעקט די עניגמא: ברסלבער איז א מעריץ פון א מענטש וואס מיר האבן אייביג געמיינט אז נאר משוגעים האלטן פון אים. מיר האבן אייביג געמיינט אז מ'דארף זיין א טיפש צו שעצן מוהרא"ש מברסלב, און נאר האלב צודרייטע משוגעים וואס מטורף'דיגע דעות קענען זיין ברסלבע.


[tag]נולד מאוחר[/tag]
נולד פארוואונדערט אונז שוין לאנג, און מיר האבן שוין זוכה געווען צו א לענגערע פראפייל אויף אט דעם עניגמאטישע פערזענליכקייט. פון איין זייט איז ער שטעכעדיג, שרייבט פול מיט גרייזן, אבער פון די אנדערע זייט ווארפט ער אריין דברים מחכימים, פרעגט האלב סארקאסטיש-האלב ערנסט טיפע שאלות, און צומאל ווארפט ער ארויף אן ערנסטע שלייער און ער האלט מיט כאחד מן החבורה.


[tag]שמעקעדיג[/tag]
אויב ברסלבער איז דער ווי דער געטרייער טאטע פון די חברי השטיבל, איז שמעקעדיג ווי די מאמע. זיינע מידות טובות זענען לאין שיעור, און זיין איבערגעגעבנקייט פאר יעדן איז ווינדערליך. ווען מען רעדט א שידוך און מ'זאגט אז דער בחור האט מידות טובות צינדט דאס געווענליך אן א רויט לעמפל אז דאס איז די גאנצע וואס ער פארמאגט, דארף מען קלאר ארויסזאגן אז שמעקעדיג'ס ידיעות זענען פון די שטערקסטע דא אין שטיבל – אין טעכנאלאגיע, חכמת החיים, פראקטישע עצות, וכו' וכו'. פאר מיר איז אזא פערזענליכקייט אן עניגמא. איך קען נישט אין ריעל לייף א מענטש וואס איז גרייט אייביג צו העלפן מענטשן אזוי פיל, מיט אזוי פיל ידיעות און גוטסקייט. שמעקעדיג'ס פרומקייט איז אויך אן עניגמא. פון איין זייט איז ער בכלל נישט קיין אויבער-חכם און אויפגעקלערטער, ענדזשויט אפילו צו וויילן אין אייוועלט, אבער ער האט דאך הנאה פון א גוט שטיקל קופערניקוס, אדער אפילו א יידל אדער יאנקל.


[tag]ידען[/tag]
ידען איז איין שטיק עניגמא. ער רופט זיך "ידען" אבער שטעלט זיך פאר ווי ער ווייסט גארנישט. ער פרעגט תמימות'דיגע קושיות, אבער מתוך דבריו קען מען דערקענען אז ער כאפט גאנץ פיין וואס די תירוצים גייען זיין. ער שרייבט שעמעוודיג און איידל, אבער האט הנאה פון א גוט שטיקל מחאה אויף די עסקנים וכדו'. איז ער א ידען אדער נישט? איז ער א תמים אדער א פיפיגער??


[tag]זר זהב[/tag]
די גרעסטע עניגמא פון אלעם איז דער גאלדענער קרוין פון אונזער שטיבל. ער האט צייט ווי די גלות, שרייבט און שרייבט, איז בייסיג, טשעפעדיג, אבער גלייכצייטיג פארשטענדליך און אינטעליגענט. ער פארלאזט שטיבל, קומט צוריק, גייט אוועק נאכאמאל, אבער זיינע פינגער אפדריקן באווייזן זיך נאך אלץ.... ער איז א זאלי, אבער איז נישט קיין חסיד. ער האט אייביג וואס צו ענטפערן, און בלייבט נישט שולדיג. גיי פארשטיי.


[tag]שיטה מקובצת[/tag]
איך האב שוין געשריבן אז זר זהב איז די גרעסטע עניגמא, אבער איך וויל עס נאכאמאל זאגן אויף דעם בעל "יושבי חושך". אזא אויסגעשפראכענער מענטש האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן. אבער די מורא'דיגע ווייטע צדדים וואס ער נעמט אן זענען ממש אומגלויבליך. איין מינוט שימפט ער אש להבה קעגן מציצה בפה, פליקט, רייסט אונטער, שרייבט ארטיקלען איינס נאך די אנדערע, און די אנדערע מינוט איז ער פייער פאר אמונה, הכרת הטוב, ער איז פייער קעגן אפיקורסים אדער האלבע אפיקורסים. ער איז א סאטמארער און א חסיד פון רבי'ן אבער פארשטייט נישט ווי אזוי מ'קען שעלטן הר' קוק, און ער שרייבט אפילו "הרב קוק זצ"ל."


[tag]לעיקוואד[/tag]
לעיקוואד איז א גאון בתורה, כל רז לא אניס ליה, אבער פון די אנדערע זייט איז ער בקיא בשבילי גורן האט"ד. אמת איז נר לרגליו און וועט ווייטער פארטיידיגן וואס ער האלט איז אמת עד הסוף און וועט זיך נישט דערשרעקן פאר קיינעם. איז דא אזעלכע מענטשן אין ריעל לייף? זענען דא אפאר מענטשן וואס ניצן די ניק לעיקוואד?

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר