היסטארישע מסע פון אדמור"י ארה"ק קיין אמעריקע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1137 מאל

היסטארישע מסע פון אדמור"י ארה"ק קיין אמעריקע

שליחה דורך טיטאניק »

די נייעס קוועלער געבן אן אז די אדמו"רים לבית אגודת ישראל האבן זיך געזעצט נעכטן ביי א מיטיניג בנוגע די גזירות גיוס און שניטן אין די גאווערמענט געלט שטיצע פארן היימשען עקאנאמיע אין ארה"ק
זיי האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע מעלדונג, אז אלע אדמורים, אינקלאדינג גער בעלז וויזניץ באיאן סאדיגער סלאנים באיאלא מודזיץ וכו' גייען קומען קיין אמעריקא פאר א מעכטיגען דענמאסטראציע צוזאמען מיט די סאטמארע רביים, קעגען מדינת ישראל

אפאר פראגעס, איינס וואס האלט איר, אויב גייען זיי קומען, וועט מען עפעס פארדינען דערפון? צוויי צו האלטען ענק טאקע אז דער בעזלער רב וועט ארויס קומען קיין אמעריקא? צו וועט ער ארויס שיקען זיין בן החכם? דריי וועט דער זאלוינישער סאטמאראערע רבי זיצען אויף איין סטעידזש מיט דער בעלזער רב? פיר, פארוואס זאלען זיי נישט ארויסברענגען אלע בחורים פון "אלע" ישיבות און פשוט בלאקען "תל אביב", הונדנערטע טויזענע בחורים און יונגעלייט זאלען זיך זעצען אויף די הויפט שאסייען פון תל אביב, און זיך נישט אויפשטעלען, מיין דעה איז אז דאס איז מאטש מאטש בעסער, ווילאנג קען מען אזוי בלאקען אזא שטאט? גרויסע חכמה צו איבערדרייען גארביזשעס אין מאה שערים, וועמען גייט עס אן? וואס האט מען פון קומען אהער??

חברה, שרייבטס און האקט שטיקער

דער אשכול פארמאגט 320 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר