דורך נאר,,פרייליך » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:58 pm
יעצט בזמן תשובה לכל וועל איך פרובירען ביים שער האלף טראץ איך בין שוין אביסעל אריבער דעם טויער (יעצט זעה'ך אז'ס פינקט מכוון דערנאך וואס דער מערכת האט אוועקגענימען א גאנצער שכינות'דיגער אשכול) טאקע טאהן א תשובה ברבים אין אזעלכע דערהויבענע וואכען, כ'וועל מיטיילען מיין געוואלדיגער שמחה האלטענדיג דא:
מיין טויזענט'סטער תגובה,
נו וואס קען מען שוין זאגען נאך אזויפיל מחאות האקעריי ודברי מוסר?? צאמגעהאקט מירושלים ד'אמעריקא ועד בית שמש...... ועד בכלל
עס איז מיר א כבוד און זכיי' צו זיצען דא אין אזא שטיבעל און אנסמארקענען מיט אזא טויזענט געשרייבעכצער ניש מיר נש'דיר
און ניטאמאל האבען די זכיי' אויף א צוויי הינדערט לייקס, און ברוך ד' אז לעת עתה ועתה בכלל אינטערסירט מער עס גאר ווייניג און איך בין ב''ה נישט משועבד צו שרייבען רייד וואס זענען משועבד צו שלעפן לייק'ס, וואס לדעתי צענזורירט עס דעם מענטש מער ווי סיי וועלכע וועלטל וואס איז בנמצא ביים יודיש פאלק
אשרינו אשרינו !!
אז מיר האבען נאך בשטיבל'ינו אזעלכע שרייבער וואס זענען נישט דירעקטירט און ווערן מאנעווירט דורך נגיעת ושוחד ה'לייקס נאר איז משמיע ווי און ווען אימער דעם דע''ת האמיתי בלי פחד ומורא
==וויי צו ניקים וואס ברויכען זיך זעלבסט רימען==
אשרינו אשרינו !!
אז מען קען דא זיצען אין אזא שטיבעל און נישט כאפען התפעלות פון די אלע איינוואוינער און אנגיין אומגעשטערט מיט'ן ארויסזאגען דעם דע''ת
עד הנה עזרונו רחמיך, און מיר בעטן א תפילה לנורא עלילה אז ביים צוויי טויזענסטער תגובה זאל מיר האלטען ביים זעלבן קנאפע אינטערעס צו זיכען עטענשאן און מערקונג פון נארישע הענטעלאך וואס געט בלויז צייטווייליגער פאלשע סיפוק, און טרייבט דעם כותב צו צענזורירען זיין מיינונג צום הענטל קוועטשער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
נאר,,פרייליך אום דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:05 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.