טאטי פליז קיש מיך נישט.

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

טאטי פליז קיש מיך נישט.

שליחה דורך ראש הישיבה »

מיין טייערע בחור'ל, קע"ה א צדיק'ל. ער איז אין כתה ט' א מתמיד, פון די בעסטע אין די קלאס. ער איז א בעל מידות, האט ליב צו לערנען. א 100 תלמיד. לויפט לערנען א גוטע קאפ. עבודה אויף די העכסטע סטאנדארט. דאווענען מיט א ברען, עבודת המדות וכו'. אינדערהיים איז ער א בעל אחריות, ער רוימט אויף נאך זיך, ער העלפט אין שטוב וויפיל מעגליך (ווייל ער לויפט אלץ לערנען ב"ה). בקיצור א ברכה מן השמים. איך שעפ אסאך נחת פון אים ב"ה.

איך פרוביר צו מאכן זיכער אז ער ווערט נישט צו עקסטרעם. איך פיר זיך ארויס צו ווייזען אפענע ליבשאפט צו מיינע קינדער. איך זאג זיי ווי שטארק איך האב זיי ליב, ווי גליקליך איך בין מיט זיי וכו'. מזמן לזמן געב איך א קיש. אזוי אויך פירט זיך ב"ב זייער מאמע. (דאס איז א זאך וואס איך האב נישט באקומען פון מיינע עלטערן. ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל האט מיך מיין מאמע תחי' געפרעגט ביי די בארדינג געיט 'ווילסט א קיש?' האב איך גענעטפערט ניין. חוץ מזה קיין שום אהבה.)

לעצטנס זעה איך אז מיין זוהן ווערנדיג פרומער, איז ער נישט באקוועם מיט א קיש, ממילא בין איך עס ממעט. אבער איך זאג אים אלץ וויפיל נחת איך האב, ווי איך האב אים ליב וכו'.

די וואך האב איך אים געוואלט געבן א קיש (נאך א לאנגע צייט וואס איך האב נישט), זאגט ער מיר טאטי איך וויס דו האסט מיר ליב פליז קיש מיר נישט. ער פרעגט זיידי האט דיר געקישט? האסט אמאהל געזעהן די רבי שליט"א קישן?

איך זעה עס פאר איבערגעטריבענע פרומקייט. מיין שאלה איז זאל איך עפעס טוהן וועגן דעם? וואס?

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר