הרב ר' חיים יושע האלבערשטאם גאב"ד (אדמו"ר?) מ'סאטמאר מאנסי

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
יעקעלע חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

הרב ר' חיים יושע האלבערשטאם גאב"ד (אדמו"ר?) מ'סאטמאר מאנסי

שליחה דורך יעקעלע חכם »

איך בין א צייט צוריק פערצופאל געווען אין מאנסי און איך בין אריינגעפאלען אין דעם סאטמאר'ן בהמ"ד אויף 1 מאנסי בלווד, (עס איז דא צוויי סאטמערער בתי מדרשים אויף מאנסי בלווד) און אריינקומענדיג אין בהמ"ד איז געווען דארט א מסיבה און ר' חיים יושע האט גערעדט, נא! אז איך בין שוין דארט איז מיר געווען אינטערסאנט וואס ער האט צו פארקויפן.

בקיצור ער האט געהאלטן א דרשה און איך בין ארויס פון התפעלות סיי פון זיין אראטארישן קראפט, און סיי פון די אינהאלט פון די דרשה, אלס נישט סאטמערער און אלס איינער וואס איז נישט אויסגעקאכט בעובי הקורה פון די סאטמערער פאליטיק בין איך נייגעריג צו איינער קען מער געבן מער בעקגראוינד אויף דעם יוד.

קודם כל די קנאות, ארגינעל קומט ער דאך פון באבוב, און די דרשה איז געווען א עכטע "סאטמערער" דרשה, ווי ארבייט די באבובער איידעלקייט מיט די סאטמערער שארפקייט צוזאמען?

דערנאך האט ער גערעדט פון זיין שווער דעם ברך משה און אים זייער דערהויבן, איז ער געווען אלץ אזא חסיד?

און ווי אויך וואס די Status בנוגע דאס רבנות? געמאכט שבת פאר זיך? רב/רבי/אב"ד/גאב"ד - וואס איז די פונקטליכע סטעטוס?

נאך די דרשה האב איך געזעהן יונגערלייט איבערשמועסן וואס ער האט גערעדט און קאכן ווי הייסע חסידים, און ביים מסיבה איז געווען א דריי הונדערט יודן, איז לגבי סאטמאר איז דאס טאקע נישט קיין סאך, אבער אין אלגעמיין איז דאס א שיינער ציבור, האט ער טאקע אן עולם אדער איך בין אריינגעפאלען אין א גוטער צייט....

הקיצור איינער קען מיר דא דערלייכטערן די אויגן?
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר