אפהאלטן א יונג קינד פון שעדליכע דראגס

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

אפהאלטן א יונג קינד פון שעדליכע דראגס

שליחה דורך shem-tov »

סאיז נישט קיין סוד וואס עס טוט זיך היינט אפ אין די גאסן ביי אונזער יונגווארג, בעיקר אזעלעכע בחורים וואס האלטן נישט ביי גארנישט נאר וויי טאן און שטעכען און סתם אזוי נישט ח"ו צולייגן א טראפ קאפ וואס גייט זיין מארגן, אז אין די לעצטע עטליכע יאר האט זיך אריינגעכאפט דאס ניצן דראגס אויף א הויעכען פארנעם.

סנישט יעצט מיין ציל אריינצוגיין אין א שמועס פון שוועריקייטן אין חינוך, איינער וואס גיבט זיך אפ מיט די שווואכע בחורים באמת ובלב תמים איז א יקר המציאות. עס איז פון די שווערסטע זאכן אויפען כדר העולם, ערשטענסט ווייל די גאס איז עס נישט מחשיב, די משפחה איז עס נישט מחשיב נאר אדרבה די רגע וואס א ישיבה האט אנגענומען זיין שווערען תכשיט איז דאך שוין ווייטער דא וועמען צו בלעימען, איי, דערמאן דיך די שווערע שווארצע חדשים וואס דיין פופצן יעריגס איז אפגעזיצן אינדערהיים ווייל די מוסד האט געזאגט עד כאן, אדער דער בחור האט געזאגט עד כאן איך גיי מער נישט צוריק אבער אז מען קען איינעם שמייסען, לאמיר רייטן. די עסקנים זענען רוב רובו פעיק און פראודס וואס מיינען נאר די שנאר אפעראציעס אבער דעם וואוילזיין פונעם בחור אינטערסירט אים א נעכטיגן טאג.

והעולה על כולנה דער בחור איז געווענליך קיינמאל נישט מחשיב דעם וואס האט אים געהאלפן, ווייל ממה נפשך בלייבט ער א באם א לוזער אן אפפאל, וועט ער דאך האלטן אז זיין ישיבה איז שולדיג פארן זיך נישט גענוג אפגעבן, ווערט ער א פיין בחור און טוט א נארמאלע שידוך וועט ער זיך אזוי באקוועמערהייט איבערמישן דאס בלעטעל און וועט זיך ביטער שעמען פון זיין געוועזענע ראש ישיבה וואס פלעגט זיך מיט אים דארפן טענהן און רצחנען וועגן שטותים און הבלים אויסגעמישט מיט יסודות ביהדות פון דאווענען נארמאל, גיין מיט די לבוש, נישט קוקען קיין מאוויס, נישט שניידן די בארד און פאות, וכו וכו

היינט אבער וויל איך רעדן איבער די אמתדיגע אנגעווייטאגטע טעמע און איך בעט די חשובע ק"ש געמיינדע צו פרובירן צו העלפן און נישט אונטערייסן מיט די יוזשועל אז די מלמדים, מחנחים אדער טאטעס זענען שולדיג, ווייל נישט דאס איז מיין פראבלעם יעצט, כבין שוין דא גענוג לאנג צו וויסן דער געווענליכען מח-גאנג פון אונזער געמיינדע און איך ערווארט נישט גארנישט עפעס אנדערש נאר אייערע אמתדיגע געדאנקן אויף א שווערע סוגיא.

פארציילט מיר מיין חבר דער ראש ישיבה אביסל איבער די מצב כהיום הזה. ווי ווייט בחורים לעבן אן קיין שום חשבון, טאטעס און מאמעס פרעסען זיך אויף לעבעדיגערהייט אבער גלייבט מיר סאיז באמת נישטא ווער סטוט אין די ווייניגער ווי איין פראצענט פעלער. לאמיך אייך געען א שטיקל דוגמא. דער בחור'ל ער וויל נישט לערנען ווייל סאיז נישט פאר אים. דער טאטע סוויטשט ישיבה. פיין. ער וויל נישט דאווענען ווייל ער פילט נישט קיין געשמאק. פיין מען פארקוקט עס. ער וויל נישט מיטהאלטן. ווייל ער פילט נישט אז ער וועט עפעס האבן דערפון. פיין. ער וויל האבן א סעלפאון מיט אינטערנעט ווייל יעדער רייסער האט עס. פיין. ער וויל נישט האבן קיין גראבע לאנגע פאות נאר איז עס מקצר ופוחת ווייל זיינע חברים גייען אזוי, פיין. ער וויל בשו"א נישט גיין מיט א ציצית ווייל סקראצט אים, פיין. א פיצעלע קאפל. פיין. א דזשעקעט. פיין. דשינס הויזן. פיין. מען פרובירט אים איינצושרייבן אין עפעס א מסגרת וואס גייט אים אויסלערנען א פאך, טראגט ער שוין אפ פון דארטן די ערשע מינוט, ווייל פאקטיש האלט ער דאך ביי גארנישט. דאס פארשטיען מיר אויך. מען פרובירט אים צו שאפן א טאג ארבעט פון שלעפען באקסעס איז ער אויך נישט מאריך ימים ווייל ער ווערט פארביטערט און פארזויערט און נישט דאס האט ער דאך געמיינט.

חילול שבת איז נישט קיין פראבלעם, מאוויס און גוישע מוזיק איז נישט קיין פראבלעם. טוה עס באהאלטערנערהייט כאטשיק. דאס זיכער נישט ווייל דער ציל איז נישט א גוטען טאג, דער ציל איז גאר עפעס אנדערש. פארקערט ער איז גאר שטארק מקפיד אויף פרסומי ניסא.

וואלט איר געוואלט מיינען אז דא האט זיך עס גענדיגט. מאכט איר א טעות. ביקש דער טאטע לישב בשלווה. קפץ עליו רגזו פון א פרישער פעקעל צרות.
די השתלשלות הענין גייט און סדרייט זיך א וועלט דער בחור איז איינזאם און נישט העפי, די ביסל עלטערע מענטשן אין זיין לעבען ווי די עלטערן גרעסערע משפחה מיטגלידער אדער די מחנכים זענען ביי אים אפגעפרעגט אינגאנצן, ער טרעפט אן א חבר וואס גיט אים אביסל פון די הויעכע סחורה און ער ווייסט אז סאיז סם המות ער ווייסט אז ער וויל דאס נישט אבער ער קערט נישט יעצט פאר גארנישט אין דער וועלט און הייבט זיך אן באקוועם צו מאכען מיט זיין נייע האבי. און דער פאקט אז זיינע ארומיגע נאנטע גייען אים באוואשן און אויסמוסרן און מסביר זיין די שעדליכקייט ברוחניות ובגשמיות דאס גיבט אים בלויז מער סעטיספעקשאן פון זיין נייער מציאה.

רבותי וואס איז די עצה ווי אזוי דארף מען אים צוריקהאלטן נישט צובאגיין זעלבסטמארד. ווי אזוי איז מען מחלק פון א רוחניות דיגע סכנה צו א גשמיות דיגע. סווערט דרינגענד געזוכט אן עצה וויאזוי צוריקצוהאלטן אונזערע קינדער פון סם המות

כפארשטיי אז סאיז דא צווישן אונז טאטעס וואס גייען פראווען די געהויבענע שבת סעודות בשמחה רבה מיט זייערע באחנ'טע קינדערלעך אויף זייער זייט, און אוודאי איז דאס אייך נישט נוגע, זאלט איר אבער וויסן אז סאיז ליידער דא שטיבער וואס די גאנצע שבתדיגע סעודה ווערט ממש וועכענטליך פארוואננדלט אין א מלחמה צווישן די טאטע מאמע פון איין זייט, מיט א שווער קינד אויף די צוויטע זייט און די אנדערע געשוויסטער זיצן דעפרעסט און זיי מיזן דאס אויסהערן. און די עלטערן האבן נישט קיין אנונג וויאזוי זיך אן עצה צו געבן,



יעצט איידער איר הייבט מיר דא אן צו זאגן אז יעדער איז שולדיג אחוץ דער בחור, וויל איך אייך בעטן צו ליינען מיין תגובה ווי גלייך מען רעדט פון א נישט יוד.

לאמיר זאגן א יונגער שגץ פון בראזיל אדער פון פרענס וואס האלט נישט ביים לערנען אבער ער האט נארמאלע עלטערען און ער טרעפט זיך מיט די ראנג פרענדס און ער פאלט ארויף אויף די סחורה און דער טאטע זוכט עצות אים אפצורעדן מיט גוטען און מיט בייזן וואס וואלט איר אים געעצהט. רבותי סאיז עכטע מעשיות און סאיז עכטע מענטשן.

וואלט איר דא אויך געזאגט אז מען דארף אים פארשטיין און נאכגעבען און ח"ו נישט אראפקלאפן. אדרבה לאמיר הערן.



איך זיך דא אמתדיגע עצות אן קיין שום אגענדעס נישט. בלויז צו פארלייכטערן יודישע הערצער.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר