אריאל שרון געשטארבען

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1873 מאל

אריאל שרון געשטארבען

שליחה דורך איש עברי »

דעם שבת איז אריאל שרון געועזענע גענעראל, פארטיידיגונג מיניסטאר, אויסערען מיניסטאר, און פרעמעיער מיניסטער פון מדינת ישראל, געשטארבען אין עלטער פון 85 יאהר נאכ'ן ליגן באוואוסטלאז פאר 8 יאהר.

די טויט פון אריאל שרון איז א שליסונג פון א קאפיטל היסטאריע אין מדינת ישראל, ער איז געווען א דאמינאנטע שפילער אין כמעט אלע קריגן פון מדינת ישראל, און שפעטער די מערסט קאנטרעווערסיאלע פרעמעיר מיניסטאר.

שרון איז געווען א היסטארישע פיגור, און ווי עס איז די נאטור פון גרויסע פיגורען איז ער געווען זייער קאנטראווערסיאל, א העלדישע און בראווע קעמפער אויפן שלאכטפעלד, און א געריבענע פוקס אויף די פאליטישע ארענע,

ווי די שפריכווארט גייט מען קען אים ליב האבן אדער פיינט האבן נישט איגנארירן, פון גאנץ אנהויב פון די עקזיסטענץ פון די אידישע לאנד איז ער געווען בארימט אלס העלדיש קעמפער, און שפעטער איז ער געווען דער וואס האט אין א געוויסען זין געפארעמט די צה"ל וואס מיר קענען היינט, מאנכע האבן אים געהאלטן אלס איינער וואס נוצט איבערגעטריבענע כח ראנאלד רעיגען שרייבט אין זיין טאגבוך אויף אים "א קריגערישע מענטש וואס פרייט זיך ווען ער האט א סיבה צו גיין אין קריג"

אבער אינדערצייט וואס אלע האבן מודה געווען אין זיינע טאלאנטען, איז אבער געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז מען דארף אים אוועקהאלטן פון פירערשאפט פאזיציעס, דוד בן גוריון האט אים געוואלט שטעלן אלס רמטכ"ל אבער משה דיין האט זיך געגנגעשטעלט.
די קעגנער זיינע האבן געהאלטן אז ער איז צו א אימפולסיווע מענטש און טוט וואס ער פארשטייט, און שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט און זאגט ליגענט פאר זיינע אויבערהארן,

דאס איז אמת אז ער האט געזאגט ליגנט, אבער דאס איז געקומען ווייל ער האט געהאלטן אז פאליטישע פירער קענען נישט פאסן קיין באשלוסן פאר זעלנער אויפן שלאכטפעלד דעריבער האט ער געפיטערט די רעגירונג מיט פאלשע אינפארמאציע, א ביישפיל איז דאס וואס פאר מלחמת ששת הימים איז ער געווען ביי די מיינונג אז מען דארף מאכן א מיליטערישע פוטש און נעמען אליין באשלוסן וויבאלד ער האט געהאלטן אז די רעגירונג נעמט אומריכטיגע באשלוסן.

דאס איז געווען אריאל שרון. ריכטיג איז געווען בלויז וואס אין זיינע אויגן איז ריכטיג, אויפ'ן שלאכטפעלד האט ער זיך נישט קיין סאך געקימערט וואס מען וועט זאגן אין די וועלט, ער האט געהאלטן פאקוס אויפ'ן ציהל, און זיך אוועקגעגעבן מיט'ן גאנצן אייפער פאר די ציהל, ער האט אליין געקעמפט אונטער פיינטליכע ליניעס, אפילו ער האט געקענט שיקן זיינע קאמעראדן און סאלדאטן.

למעשה האט זיך ארוסגעשטעלט אז ער איז געווען אין א געוויסע זין די ארכיטעקט פון צה"ל אין די פארעם וואס מיר קענען, ער האט אויפגעשטעלט מיט זיינע צעהן פינגער די קאמאנדא אפטיילונג אין צה"ל, און עווענטועל האט אים יצחק ראבין געשטעלט אין א פירערשאפט פאזיציע אין די מיליטער.

כאטש ער קומט פון א לינקע בעקגראונד, און ער איז געווען א הגנה מיטגליד און א קיבוצניק האט ער אייביג געהאט מיליטאנטישע נייגונגען און דאס האט אים געברענגט זיך אנצושליסן אין ליכוד, און ער האט טאקע געפירט א פאליסי פון "ארץ ישראל השלמה" און ער איז אנגערופן געווארן די פאטער פון די התנחלות באוועגונג, און ער איז באקאנט מיט זיין לאזונג "דין נצרים כדין תל אביב"

אנקומענדיג צו די פאזיציע פון פרעמעיר מיניסטער האט ער פארמירט ארום זיך א ענגע גרופע פון יונגע ענערגישע מיטארבעטער, און זיך ארומגענומען מיט געשוואורענע חברים, באקאנט אלס "פורום חוות השקמים" די מיטארבעטער זענען אים געווען אויסערגעווענליך געטריי, די באציאונגען צווישן זיי איז געווען ענדערש ווי א טאטע מיט קינדער ווי צו ארבעטער, און דאס קען גערעכנט ווערן אלס חלק פון זיין הצלחה.

אלס מיליטערמאן און מיניסטער איז ער געווען היבש פארפיינטעט ביי די לינקע און צענטריסטן, אבער שפעטער האט ער אנגעהויבן מער ציען צו לינקס, מען קען שוין טרעפן די נטייה ווען ער איז געווען אויסערען מיניסטער אונטער נתניהו און ער איז געווען פון די שטארקע שטופערס פון די וואי פלענטעישאן אפמאך, און נאך שפעטער מיט די התנתקות אלס ראש ממשלה.

איך וועל אפשר מער מאריך זיין שפעטער איבער די התנתקות און וואס האט אים געברענגט דערצו אבער איין זאך זאל זיין קלאר פאר מ'קריטיקרט אים ווער עס קריטיקירט אים פאר די התנתקות זאל אים אויך געבן קרעדיט אויף אלע התנחלות וואס שטייען יא! אויב איז דא איין אינדיווידועלע מענטש פאר וועם עס קומט קרעדיט פאר די גאנצע התנחלות באוועגונג איז עס "אריאל שרון"

ווי פריער געזאגט שרון האט מען געקענט פיינט האב אדער ליב האבן אבער ניטש איגנארירן, ער איז געווען א היסטארישע פיגור און א שטייפע פירער, ער האט געהאט פארברענטע שונאים וואס האבן געשריגן "אריק שרון עוכר ישראל" אבער אויך געשוואורענע אנהענגער וואס האבן געשריגען "אריק שרון מלך ישראל"

איין גאר כאראקטעריסטישע שטריך איז די ענדלאזע צוטרוי וואס ער האט געהאט ביי זיינע ארומיגע, סיי אין די מליטער און סיי אין פאליטיק זיינס א ווארט איז געווען הייליג ביי זיינע פריינט און מיטארבעטער, און זיי זענען געגאנגען אין פייער פאר אים, דאס איז געקומען פון זיין שטארקע כריזמע אבער אויך פון זיין גאר ווארימע פערזענליכקייט, ער האט געקענט די פאמיליעס פון אלע זיינע מיטארבעטער און איז געווען פערזענליך פארבינדען מיט זיי אין פריוואט לעבן [אינטרעסאנט אין זיינע מעמוארען שרייבט ער אז זיינע עלטערען האבן נישט געגעבן צופיל ליבשאפט, עס האט ווייזט אויס אים געשטערט און ער האט פרובירט צו זיין פארקערט]

איש עברי פערזענליך איז א שטארקע סימפאטיקער פון אריק שרון, אין מיינע אויגן זענען זיינע פירערשאפט קוואליפיקאציעס געווען אויסערגעווענליך, און אזוי ווי זיינע מילטערישע סטראטעגיעס ווערן געלערנט היינט צוטאג אין פילע מילטערישע אקאדעמיעס ארום די וועלט איז דא אסאך זיך צו לערנען אויך פון די וועג וויאזוי ער האט געפירט דאס לאנד אלס ראש ממשלה.

איך מיין אז טאקע דאס איז געווען זיין וועג אויפ'ן שלאכטפעלד דארף מען זיין ברוטאל, און נישט ווייזן קיין טראפ שוואכקייט, אבער ער איז געווען א רעאליסט און געוויסט אז מען וועט נישט קענען בלייבן אין עזה אויף אייביג דעריבער האט ער זיך ענדערש ארויסגעצויגן ווען קיינער האט אים נישט געצווינגען ווי איידער צו זיצן מיט די אראבער ביים טיש ווייל דאס וואלט געוויזן חולשה, ער האט פארשטאנען די אראבישע מענטאליטעט אז נאר כח איז עפעס ווערט און דעריבער איז ער טאקע רעספעקטירט געווארן פון די אראבער וואס טראץ די שנאה צו אים האלטן זיי אים פאר א גרויסע פירער ווי נאסראלע ימ"ש די פירער פון חיזבאלא האט געזאגט אין א רעדע "שרון איז געווען די לעצטע קעניג פון די אידישע פאלק"

זאל אים זיינע זכותים ביישטיין!

אט איז גאנץ א פיינע דאקומענטרי איבער אים [טאמער נישט קומט נישט מיט טענות כ'האב נאר געהערט א קליין חלק]
http://www.youtube.com/watch?v=Cj2rjx7P8VE
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום איש עברי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר