


שמעקעדיג האט געשריבן:
איך זאג נאכאמאל, איך בין נישט איינשטימיג מיט זיינע שיטות לגבי ציונות, איך בין אויפגעוואקסן אויף דעם פארקערטן דרך; אבער פון דארטן ביז זאגן אז יעדע תיקון וואס ער מאכט איז השכלה און א מעסער אין רוקן פון "דרך ישראל סבא" איז סתם נאריש און זינלאז.
סארי אויב כ'האב מיך צולאזט, איך עקספעקט אפאר באמבעס אויף צוריק ברבים און אין אישית, אבער ההכרח לא יגונה.
(נאר,,פרייליך, ביטע אטאקירן מיט רחמנות.....)

שמעקעדיג האט געשריבן:סאטמאר האט ארויסגעגעבן קאסעטעס, ווערצבערגער וכדומה, נאכן פארדאמען יארן לאנג ר' בערל'ען הלמאי ער פראדוצירט אזא מאדערנע זאך ווי טעיפס.



שמעקעדיג האט געשריבן:בעפאר דו ביסט געבוירן, שעפעלע, איז טעיפס געווען אסור. מען האט שוין ערגעץ מעתיק געווען אין שטיבל א קול קורא דערוועגן, אז מען זאל עס ח"ו נישט אנצינדן אין חדר פאר די קינדער.
גראדע אען דעם הינזיכט איז באמת אכשר דרא, די אמאליגע איסורים אקעגן הערן נארמאלע טעיפס, און האב א "קעסיא" אינדערהיים. א.א.וו. איז שוין מער נישטא.
פינטי, איך שרייב נישט קיין דמיונות. איך האב גערעדט צו עלטערע אידן.

shem-tov האט געשריבן:קיינער האט אים קיינמאל נישט אוועקגעמאכט לגבי דעם אז ער פארשטייט זיך וויאזוי צו מענעדשען זיין וועלטל, א וועלט וואס שטייט אויף מעסס פראדוקשאן. זיי זאגן נאר אז ער איז א מאדערן דעי רבי און ער פירט זיך מער ווייניגער אויס אלע זיינע שאיפות מיט א ברייטע באקוועמליכקייט, אוודאי פארשטייט יעדער אז ער איז א מאמין בה' ובתורתו אבער ער איז אויך א גרויסער מאמין אינעם סעקולערן סיסטעם אזאך וואס די פריערדיגע האבן נישט געהאלטן. און מענטשען זאגן אז ער איז א געזונטער משכיל, ער האט נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם וואס ער איז א משכיל, די חסידים זענען פראוד מיט דעם וואס ער איז א משכיל, ער מיט זיינע חסידים גלייבן נישט אין גארנישט אויף די וועלט ובתוכם די פריערדיגע בעלזא אדמורי"ם א חוץ אין די איצטיגע הנהגה. ועכ"ז וואס ער איז אן אדמיטעד משכיל פייפט ער אן די וועלט ווייל ער איז דער גרעסטער מאמין אין דעם איינעם סעיף אינעם רבינס שיטה וואס ברענגט קלאר ארויס איבער דעם השתכחות פונעם דרך הבעש"ט ממילא פירט ער זיך זיין שיפל אויף זיין אייגענער מיטל און ב"ה דערווייל פארט עס דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער

זלמן זאפיר האט געשריבן:איך גיי נישט פארטיידיגען בעלז

נאר,,פרייליך האט געשריבן:זלמן זאפיר האט געשריבן:איך גיי נישט פארטיידיגען בעלז
איינס פארוואס טאקע נישט ער האט שוין תשובה געטון
ב' צו וואס ברויכסטו אזוי דעפענדען דיינע רייד אויב נישט דאס איז דיין כוונה
3 ס'גייט געווענליך צוזאמען מיט'ן בי''ש פראיעקט די וואס זענען דארט פאר די ליצים גייען דא לשיטתם



נאר,,פרייליך האט געשריבן:אז מען רעדט אביסעל איבער די היסטאריע ליין אביסעל איבער די הכשר וואס האט געכאפט א שטיקעל זעץ
http://ladaat.info/article.aspx?artid=9894

נאר,,פרייליך האט געשריבן:פילע גדולי ישראל האבען געפירט די הסברה נגד דעם מנהיג עס האט גארנישט צו מיר און צו די ארגון אגודת אתרא קדישא וואס היט אויף קברי קדמונים
אויב האט איר צוליב משפחה סכסוכים פראבלעמען מיט די גדולי ישראל דיין איז דא אינטערזוך מקומות דא בחו''ל
אזוי אויך הילל פון ק''ש קען שטארק ארויסהעלפן אין נויט
צומאל אויך אזא שמעקעדיג תגובה.


shem-tov האט געשריבן:פריילעך שרייבט איבער א געריכט מיטן בעלזער רבין. וואס איז געווען די געריכט, קיינמאל נישט געהערט



berlbalaguleh האט געשריבן:נאר פרייליך: איך האב דיר נישט געשריבן אין אישי. אבער איך וועל דיר אפענטפערן ברבים. דו זוכסט מיט אלע געוואלדן תירוצים פארוואס צו פסל'ן די הנהגה פון האדמו"ר ר' יששכר דוב רוקח שליט"א מבעלזא. דו ברענגסט מעשיות וואס כאילו דער גדול אדער צדיק האט געזאלט זאגן אויף איהם. דיין עקשנות און פארביסנקייט און אומפארגינערישקייט לאזט דיך נישט מודה זיין על האמת. אז דער בעלזער רב שליט"א פיהרט זייער א שיין חסידות פון הונדערטער יונגעלייט וועלכע זיצן על התורה ועל העבודה ועל תפארת החסידות. די מעשה מיט'ן טעצל, לו יהא אז ס'איז אמת. ווייזט דאס נאר אויף זיין פיקחות. דיין גרעסטער פעלער אויף איהם איז אז ר'האט משנה געווען ממנהגי אבותיו. אבער אין אמת'ן האלטסטו דאס זעלבע אויף צאנז-קלויזנבורג, וויזשניץ, וכו'. קיינער טויג נישט נאר דו און דיי רעבע און דיין קרעימל. אני ואפסי עוד.![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()

shem-tov האט געשריבן:פריילעך שרייבט איבער א געריכט מיטן בעלזער רבין. וואס איז געווען די געריכט, קיינמאל נישט געהערט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט