מנחת אלעזר: "מענטשן פלייש איז דען יא גלאט כשר?"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

מנחת אלעזר: "מענטשן פלייש איז דען יא גלאט כשר?"

שליחה דורך הוגה »

[justify]א גוטע ידיד האט מיר היינט געשיקט א געוואלדיגע דרשה פון הרב יוסף יצחק דזשעיקאבסאן. איך וויל דא מעתיק זיין אפאר סיפורים/ווערטלעך וואס ער האט געזאגט.


מענטש פלייש דארף אויך זיין כשר

ער האט געהערט פון א איד - קרויס - וואס איז געשטאנען דערביי בשעת די פאלגענדע מעשה. איין מוצאי שבת איז דער מונקאטשער רב, דער מנחת אלעזר ז"ל געזעצן אין בית המדרש און האט זיך מפלפל געווען אין לערנען מיט אן אנדערע גאון. פלוצלינג מאכט זיך די טיר האסטיג אויף און עס מארשירט אריין דער ראש הקהל פון דעם דערנעבנדן שטעטל, ער שלעפט ביים קראגן די רב פון זיין שטעטל. ווען זיי האבן דערגרייכט דעם מנחת אלעזר זאגט דער ראש הקהל הויך: "דער רב האט מאכיל געווען נבילות וטריפות אין אונזער שטאט פאר לאנגע יארן און איך האב יעצט PROOF מיט וואס איך וועל דאס קענען אויפווייזן, און איין מאל פאר אלעמאל וועט מען קענען פארשיקן דעם רב לעזאזל."

וואס איז געווען די מעשה? איז אזוי. דער ראש הקהל און דער רב זענען זיך - כדרך העולם - נישט אויסגעקומען (מילד גערעדט). דער ראש הקהל האט אלץ גע'טענה'ט אז דער רב איז א וויסטע עם הארץ. ער האט באווארענט זיין ווייב אז זי זאל קיינמאל קיין שאלה פרעגן דעם רב, נאר זי זאל אים פרעגן און ער וועט שוין פסק'נען. דעם פארגאנגענעם ערב שבת האט זיך געמאכט א שאלה אויפן עוף און די מאן, דער ראש הקהל, איז נישט געווען אין שטוב. איז זי בלית ברירה אריבערגעגאנגען צום רב מיטן שאלה און דער רב האט עס מכשיר געווען. דער מאן איז אהיים געקומען הארט פארן זמן און ער קוקט אריין אינעם טאפ. ער דרייט זיך אויס צו זיין ווייב און ער פרעגט איר, "דו האסט נישט באמערקט אז ס'דא א שאלה אויף די עוף?" זאגט זי אז יא און דער רב האט עס מכשיר געווען. "האב איך דיר דען נישט געזאגט אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף דעם רב?" שרייט ער גערעגטערהייט. "דער עוף איז טריפה און מען טאר עס נישט עסן. לאמיר עס אוועקלייגן און יעצט וועל איך קענען איין מאל פאר אלעמאל אויפווייזן פאר אלע די וויסטע אמעראצעס פון רב".

יעצט איז ער געקומען מיטן עוף און האט עס אראפגעלייגט פארנט פונעם מנחת אלעזר, ווארטנדיג אויף זיין הסכמה. דער מנחת אלעזר קוקט איבער דעם עוף און ער רופט זיך אן, "קרויס, ברענג מיר א גאפל". קרויס איז ארויף געלאפן און האט געברענגט א גאפל. דער מנחת אלעזר כאפט אן די גאפל און מיט זיין געווענטליכע התלהבות דקדושה האט ער געמאכט א פלאם-פייערדיגע שהכל און געגעסן פון די עוף. פארשטייט זיך אז א שטערקערע הסכמה אויפן רב האט נישט אויסגעפעלט, ופני ראש הקהל חפו.

ווען די צוויי האבן פארלאזט דאס בית המדרש האט זיך דער אנדערער גאון אנגערופן צום מנחת אלעזר, "איך ווייס גוט אלע צירופים והתרים וואס איר האט גענוצט צו מתיר זיין דעם עוף, פארוואס האט אבער אויסגעפעלט צו עסן דערפון? מיר ביידע ווייסן אז די עוף איז ווייט פון גלאט כשר". דער פנים פונעם מנחת אלעזר איז צוקאכט געווארן, און ער האט געענטפערט בקול רעש גדול, "און מענטשן פלייש איז יא גלאט כשר? צען יאר עסט שוין דער ראש הקהל דעם רב'ס פלייש און זייגט זיין בלוט, דו פרעגסט אויב די עוף איז גלאט, און מענטשן פלייש איז יא גלאט?"

פרשנות אויף דער מעשה איז גענצליך איבעריג.


נאר אויף חלב סתם

עס איז געווען א איד וואס פלעגט זיצן און לערנען אין בית המדרש א גאנצן טאג. מיטאג צייט פלעגט ער וועלן נעמען א קאווע זיך צו דערפרישן די כוחות. אבער עס פלעגט אלץ פעלן מילך. האט ער מחליט געווען אז ער גייט ברענגען זיין אייגענע מילך. די נעקסטע טאג האט ער געברענגט זיין אייגענע באטל מילך און האט עס געלאזט אין די refrigerator. מיטאג צייט קומט ער נעמען א קאווע און ער זעהט אז זיין באטל איז ליידיג. די נעקסטע טאג ברענגט ער נאך א באטל און ער שרייבט דערויף מיט גרויסע אותיות "פרטי, חלב זה שייך ליצחק פייערוועקער", אבער דאס האט מען אויך אויסגעטרונקען. ער האט נישט געקענט פארשטיין וויאזוי ערליכע פרומע אידן, לומדי תורה, קענען טון אזא זאך. די נעקסטע טאג האט ער צוגעשריבן אויף די באטל "לא תגנובו, גזילה וגניבה וכו'", אבער אויך דאס האט מען אויסגעטרונקען. די נעקסטע טאג האט ער צוגעקלעבט די פאלגענדע בריוו צום באטל.

טייערע לומד תורה. דער פסוק זאגט ולרשע אמר אלוקים מה לך לספר חקי, וואס איז אייער תורה ותפלה ווערד אויב עס קומט אויפן חשבן פון גע'גנב'טע מילך. איר ווייסט אז מיט דעם זענט איר מיר גאר שטארק מצער ווי אויך זענט איר גורם ביטול תורה פאר מיר און פאר מיין חברותא? איך בין אייך נישט מוחל בזה ובבא. דאס איז חוץ פון אייער עבירה פון גניבה וגזילה און אונאה וכו' וכו'. ראו הוזהרתם!!!!!

כמובן, ווען דער איד איז צוריק געקומען איז זיין באטל געווען ליידיג. מרוב צער האט ער זיך אויסגערעדט דאס הארץ פאר א קלוגע איד וועלכע האט אים געגעבן די פאלגענדע עצה.

די נעקסטע טאג האט ער געברענגט די מילך און האט ארויף געקלעבט דערויף א סטיקער וואס איז געשטאנען דערויף "חלב סתם". עס איז איבעריג צו זאגן אז אין אזא מקום תורה פון ערליכע פרומע אידן מדקדקים בקלה כבחמורה אז קיינער האט שוין נישט צוגערירט צום באטל מילך.

פונקט ווי די פריערדיגע מעשה, פעלט דא אויך נישט אויס קיין הסברים.


ווען מען מיינט אז אידישקייט שטייט נאר אויף הלכה

"מיום שחרב ביהמ"ק אין לו להקב"ה בעולמו אלא ד' אמות של הלכה בלבד". זאגט דער הייליגער בעש"ט, אויב זעהט איר אז עס איז נאר דא די דקדוק אין די ד' אמות של הלכה דאן איז עס א סימן אז מען האלט נאך ביי די חורבן בית המקדש.


מי בקש זאת מידכם

מורי ורבותי, מיר לעבן היינט אין א צייט פון עקירת הדת אויף די ערגסטע פארנעם. איך וויל נישט אוועק מאכן די געוואלדיגע פארשריטן אין לימוד התורה ודקדוק המצוות וואס מיר האבן היינט, אבער וואס איז דאס אלץ ווערד? אויב מעג מען ווען זאגן א הגשמה ח"ו, וואלט איך געזאגט אז דער אייבערשטער ברעכט פון די אלע הייליגע מצוות און פרומקייטן. מיר זענען ב"ה זוכה מדקדק צו זיין צו עסן די כשר'סטע פלייש און די מהודר'סטע מליחה אן קיין משהו צומת הגידין, מיט אפילו די מותר'דיגע חלבים ארויסגעשניטן. אבער אין די זעלבע צייט איז דם ישראל געווארן הפקר לגמרי. מען פארגיסט אידיש בלוט לעיני כל, שפיכת דמים (אזיל סימקא ואתי חיורא) איז מצוה מן המובחר. צניעות איז אויפן העכסטע סטאנדארט, מען פארקויפט נאר קליידער וואס איז אויסגעהאלטן לויט די שאריע געזעצן. אבער אויסטון א אידיש קינד נאקעט און אריינשמייסן אפאר שמיצן איז מעשים בכל יום. מען איז מהדר נאך אריזאנע ווייץ, מען איז מקפיד אויף חלב עכו"ם און פת פלטר א גאנץ יאר און מען וועט נישט אריינעמען עפעס אין מויל אריין וואס האט א חשש דחשש כשרות, אבער וואס טוט זיך מיט די געלט, איז עס דען יא כשר? גניבה, אונאה, חילול השם איז קיין שום פראבלעם, ווילאנג איר שנדר'ט א ח"י אלפים פאר אונזער מוסדות ביסטו אן איש החסד וכביר המעש. יא, איר הערט גוט, דער פאלנער גנב פון אמאל איז דער שיינער איד היינט.

אסאך וועלן טענה'ן אז אזוי גייט עס אלעמאל. מען קען נישט פארלאנגען אז אלעס זאל זיין אויפן בעסטע פארנעם, מיר לעבן דאך נישט אין די עולם התיקון. די פראבלעם איז אז מען האט אנגעכאפט דעם צושפייז און אויסגעלאזט דאס עיקר. אדער מעגליך דייקא וויבאלד מיר פארלייגן זיך אזוי אויף די צושפייז דאס ברענגט צו אז מ'פארלאזט דעם עיקר. די נביא זאגט, "שמעו דבר ה' קציני סדום האזינו תורת אלקינו עם עמרה. למה לי רב זבחיכם יאמר ה', שבעתי עלות אילים וחלב מריאים ודם פרים וכבשים ועתודים לא חפצתי. כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי. לא תוסיפו הביא מנחת שוא קטורת תועבה היא לי חדש ושבת קרא מקרא לא אוכל און ועצרה. חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי היו עלי לטרח נלאיתי נשא. ובפרשכם כפיכם אעלים עיני מכם גם כי תרבו תפלה אינני שומע ידיכם דמים מלאו


פרומע פאראדאקס

איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן; דער נושא ליגט מיר שוין לאנג אויפן הארץ, איך וויין אויף דעם שרעקליכן מצב. אידן און אידענעס דרייען זיך ברחובות וויליאמסבורג, בארא פארק וכו' מיט געשטאכענע הערצער. בחורים און מיידלעך ווערן געווארפן ערגער ווי טויטע נבילות (נבילות האבן כאטש די חשיבות פון ווערן פארקויפט פאר בצע כסף), זיי ליגן אויף די זייט פון די גאס און מען קימערט זיך נישט מיט זיי.

[tag]איש עברי[/tag] פרעגט א געוואלדיגע שאלה, איז דא היינט א ירידת הדורות אדער איז היינט בעסער. בנוגע חכמה האבן שוין די חכמי השטיבל דעבאטירט דארט אויפן ארט. בנוגע ערליכקייט טרעפן מיר אבער א שרעקליכע פאראדאקס. פון איין זייט איז דא היינט מער לומדי תורה ווי ווען אימער, מער זהירת המצוות ווי ווען אימער און מער חסד ווי ווען אימער. יא, די ליסטע פון גמחי"ם און חסד ארגעניזאציעס איז אין לשער. אויף א פערזענליכע אופן איז נאך די חסד אסאך גרעסער און שענער. אידן העלפן איינער דעם אנדערן, מען שאפט גרויסע געלטער און מען איז אלעמאל גרייט צו טון פאר א צווייטן. עס איז אויך דא אן א שיעור וואס ווערט געטון בסתר אן קיין שום פרסום.

פון די אנדערע זייט טוט זיך א גאסיפיראציע אויף גרויליגסטע אופן. דאס זהירות אויף א צווייטענס געפילן איז אסאך מאל נישט בנמצא. יעדער איינער איז געווארן אן אפשאצער אויף יעדעמ'ס ערליכקייט. מען האט טעגס און טיטלען פאר יעדעם און אלעמען. דער איז א באם, א פרוצה, ציוני, קל שבקלים, ברענגט אונטער אידישקייט, א קאלטע, לץ, קארגע, בלאפער, אפגעפארענע, אויפגעקלערטע וכו'. און דאס איז אויף די פרטי'שע פארנעם. ווען עס קומט צו א קהל'ישע שטאנדפונקט איז די מצב אסאך אסאך ערגער. קהלות, רבנים, עסקנים און וועדים למיניהם זענען געשטעלט נאר אויף דעם צוועק צו מחליט זיין מי יחיה ומי ימות, מי בחרב ומי בחיה. און נאר די "צדקה" קען מעביר זיין די רוע הגזירה. וואס איז פשט אין דעם? איז אלעמאל די הנהגה ביי פרומע אידישקייט געווען אויף אזא אופן? האט מען זיך אלעמאל געווארפן מיט אידישע נשמות ווי זיי וואלטן געווען puppets צו בויען א מלוכה? האט מען געשפילט מיט תינוקות של בית רבן ווי זיי וואלטן געווען מצווה קינדער, אלה לחיי עולם ואלה לחרפה ולדראון עולם?

און אז מען רעדט פון די שפיכת דמים אויפן קהל'ישע פארנעם קען מען נישט אויסלאזן די שרעקליכע רציחות וואס ווערן אדורך געפירט יאר יערליך דורך די supposed שומרי כרם ה', די מוסדות הקדושים. מען ווארפט זיך מיט קינדער און מיט משפחות ווי שמאטעס ואין פוצה פה ומצפצף! זיי ווארפן און מיר שטיצן. פארוואס הערט מען נישט קיין קול מחאה במחנה אויסשרייען אז מיר וועלן נישט צולאזען אזעלכע עוולות? פארוואס איז די עולם content? מיר ווייסן אז איר זענט נישט מסכים דערצו, לאזט אייך הערן! לאמיר עכ"פ נישט שטיצן מוסדות וואס באגייען זיך מיט די מדות סדום ועמורה. מאנכע וועלן טענה'ן אז די מוסדות האבן א רעכט אפצוהאלטן פון די וואס שטעלן זיך נישט צו זייערע קאפריזן פון אריינשטעלן זייערע קינדער אין די מוסדות. מען האט ח"ו א רעכט מפקיר צו זיין אט די נשמה'לעך כדי די אנדערע קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך און ריין ווי די שמן זך. דער הייליגער חזון איש האלט אבער נישט אזוי. אזוי ווי איך האב שוין אמאל געשריבן אין אן אנדערע אשכול:

דיני נפשות בבי"ד של עשרים ושלשה

עס איז געווען א ישיבה וואס איז געווען תחת חסותו פונעם חזון איש, מען האט דארט געכאפט א בחור רייכערן אום שבת, האט אים דער ראש ישיבה פארשיקט. ס'הייסט, א בחור א מחלל שבת בפרהסיא טאר מען דאך נישט סובל זיין. האט דער חזון איש אריינגערופן דעם ראש ישיבה און ער האט אים פארגעהאלטן היתכן, די משנה זאגט דאך דיני נפשות בעשרים ושלשה, און דארט רעדט מען פון די גשמיות'דיגע נפשות, ועאכו"כ ביי די רוחניות'דיגע נפשות. האסטו צוזאמגעזעצט א בי"ד של כ"ג דן צו זיין אויב מען מעג ארויסווארפן דעם בחור און אים אפ'שחט'ן אויפן גאנצע לעבן? האט די ראש ישיבה געענטפערט אז ס'נישט מעגליך צוזאם צו זעצן א בי"ד של כ"ג. האט די חזון איש געזאגט, אויב אזוי נעם שוין צוריק דעם בחור אין ישיבה. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער קען בשו"א נישט האלטן א מחלל שבת אין ישיבה. האט דער חזון איש געזאגט, אויב אזוי קענט איר זיך זוכן א צווייטע דזשאב. האט די ראש ישיבה גע'טענה'ט, ווי אזוי האט איר א רעכט אזוי גרינגערהייט מקפח זיין מיין פרנסה. האט די חזון איש געענטפערט אז דיני ממונות איז בשלשה או ביחיד מומחה, איך בין א מומחה און איך קען פסק'נען דיני ממונות ביחיד.

איש עברי טענה'ט אין די אויבנדערמאנטע שמועס אז די וועלט איז געשטיגן אין מאראל. למעשה ביי אונז אבער איז די מאראל פארדארבען, עכ"פ די מאראל פון די פירערשאפט זיכער. [tag]לעיקוואד[/tag] טענה'ט אל תאמר לימים הראשונים וגו', און איך זאג, וואו נעמט מען א דברי יואל, א דברי חיים און א חתם סופר וואס האבן ליב געהאט א יעדע אידיש קינד פונקט אזויפיל ווי זיי האבן ליב געהאט דעם באשעפער. וואו נעמט מען היינט א מנחת אלעזר וואס האט פארשטאנען אז דער באשעפער קען מוחל זיין פארן מאכיל זיין אידן מיט נישט גלאט כשר'דיגע פלייש אבער נישט פארן עסן מענטשן פלייש. און וואו נעמט מען היינט א בעש"ט וואס פארשטייט אז אידישקייט באשטייט נישט בתוך ד' אמות של הלכה בלבד, אדרבא, ביי ד' אמות של הלכה בלבד איז דא א חורבן בית המקדש.


העיקר והטפל ביהדות

איך וועל צוענדיגן מיין (צו) לאנגע rant מיט א ציטוט פון רבי חיים וויטאל זצ"ל וואס איך האב לעצטענס באגעגנט. רבי חיים וויטאל שטעלט דא קלאר די יסודות היהדות, וואס איז די עיקר און וואס איז די טפל. ליינט און שטוינט!

והנה ענין המדות הן מוטבעות באדם בנפש השפלה הנקראת יסודית הכלולה מארבע בחינות, הדומם והצומחת והבהמית והמדברת. כי גם הן מורכבות מטוב ורע, והנה בנפש הזה תלויות המדות הטובות והרעות והן כסא ויסוד ושורש אל הנפש העליונה השכלית אשר בה תלויין תרי"ג מצות התורה כנזכר לעיל בשער ראשון. ולפיכך אין המדות מכלל התרי"ג מצות, ואמנם הן הכנות עקריות אל תרי"ג המצות בקיומן או בביטולם, יען כי אין כח בנפש השכלית לקיים המצות על ידי תרי"ג איברי הגוף אלא באמצעות נפש היסודית המחוברת אל הגוף עצמו בסוד (ויקרא י"ז י"ד) כי נפש כל בשר דמ"ו בנפשו הוא, ולפיכך ענין המדות הרעות קשים מן העברות עצמן מאד מאד:

ובזה תבין ענין מה שאמרו רבותינו ז"ל (שבת דף ק"ה ע"ב), כל הכועס כאלו עובד עבודה זרה ממש שהיא היותר שקולה ככל תרי"ג המצות, וכן אמרו (סוטה דף ע"א) מי שיש בו גסות הרוח הוא ככופר בעיקר וראוי לגדעו כאשירה ואין עפרו ננער וכו' וכאלה רבות. והבן זה מאד, כי להיותם עקרים ויסודות לא נמנו בכלל תרי"ג המצות התלויות בנפש השכלית, ונמצא כי יותר צריך ליזהר ממדות הרעות יותר מן קיום המצות עשה ולא תעשה כי בהיותו בעל מדות טובות בנקל יקיים כל המצות:

ובזה תבין גם כן דברים מתמיהין שאמרו רבותינו ז"ל בענין המדות, כי הענוה ושפלות מביאין לידי רוח הקדש ושורה עליו שכינה ואמר אליהו זכור לטוב (כלה רבתי פ"ה) אין התורה מתפרשת אלא במי שאינו קפדן, אף אני איני נגלה אלא למי שאינו קפדן, וכמו שאמרו רבותינו ז"ל שלחו מתם (סנהדרין דף פ"א ע"ב) איזהו בן העולם הבא כל שהוא שפל ברך וענותן וכו' וכאלה רבות, לא זכרו בהן קיום המצות אלא המדות הטובות. ושים בעיניך דברים אלו ותצליח דרכיך בלי ספק:

ואמנם כמו שארבעה יסודות גופניים הם שרשים שמהם נוצרו התרי"ג איברי הגוף, כמו כן נפשות הארבעה יסודות האלו הם יסודות לכל מדות טובות ורעות אשר באמצעותם יקיימו או יתבטלו התורה והמצות שהם תרי"ג מארבע אותיות הוי"ה כנזכר לעיל. והמקיימן הם נפש השכלית הכלולה מארבעה היסודות רוחנים אשר משם חוצבו תרי"ג איברי הנפש ההיא. והבן זה מאד, איך היסוד של קיום המצות הם על ידי מדות הטובות וכן בהפכם:



.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הוגה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 82 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר