"ירידת הדורות" א פאקט אדער א יסוד אין אמונה?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

"ירידת הדורות" א פאקט אדער א יסוד אין אמונה?

שליחה דורך איש עברי »

אין די אלגעמיינע וועלט איז שטארק אנגענומען אז די וועלט אנטוויקלט זיך אין א גוטע ריכטונג, די וועלט ווערט קלוגער פארגעשריטן און אפילו מער מאראליש, [די אבולאציע טעאריע אנהענגער נוצען דאס אלס סמך צו זייער שיטה]

לכאורה איז דאס א מציאות די היינטיגע וועלט איז פארגעשריטן אויף א אופן וואס מהאט קיינמאל נישט געזעהו בעפאר, אין מעדיצין, אין טעכנאלאגיע און אזוי ווייטער,
און וואס איז נוגע מאראל איז לכאורה אויך אזוי מען הערט היינט נישט איבער מענטשן וואס זענען מקריב די קינדער פאר'ן מולך, און ווען מפירט א קריג נעמט מען נישט אהיים קיין שלל שיינע ווייבער מיט קינדער, און די ווייבער ווערן נישט געצווינגען להבעל להגמון תחלה.

אבער מיר זענען זייער צוגעוואונט צו אננעמען מיט א פשטות אז ס'טוט זיך אפ א ירידת הדורות, א יעדע היימישע איד וועט אייך זאגן אז אונזער דור איז אסאך שוואכער ווי אפילו איין דור פריער,
די פיליזאפיע איז לכאורה שטארק אנגענומען אין די אידישע השקפה, אבער איך וויל איבערשמועסן צוויי נקודות:
איז דאס טאקע א מציאות וואס מען קען איבערווייזען אז מיר שטייען אויף א נידריגערע ניווא ווי אונזערע עלטערען און אור עלטערען?

איז דאס א זאך וואס א ארטאדאקסישע איד וואס פירט זיך לויט שו"ע אויף טריט און שריט איז מחויב אזוי צו האלטן? אין אנדערע ווערטער, איז דאס א קאנצענזוס אדער מען קען טרעפן גדולים וואס האבן נישט אנגענומען די גאנצע ירידת הדורות טעאריע?

דאס איז זיכער אז היינט איז שוין נישט דא קיין נביאים און דער אייבערשטער מאכט שוין נישט קיין ניסים, דאס זאגט נאר אז די השגחה עליונה סיסטעם האט זיך געטוישט, אדער אז מענטשן זענען געווארן מער רעאליסטיש און מאטריאליסטיש. אבער מיינט דאס א ירידת הדורות?

די גמרא זאגט, אם ראשונים בני מלאכים - אנחנו בני אנשים. ואם ראשונים בני אנשים - אנו כחמורים, ולא כחמורו של רבי חנינא בן דוסא ושל רבי פנחס בן יאיר, אלא כשאר חמורים וואס מיינט דאס אז זיי זענען געוועהן עהרליכער? אדער קלוגער? אדער אפשר איז דאס אזא סארט ענווה אבער נישט עפעס וואס מיר דארפן אננעמען פאר א פאקט.

וועט איר פרעגן אויב סאיז נישטא קיין ירידת הדורות פארוואס קענען מיר נישט קריגן אויף א תנא? אויף דעם איז די ענטפער ווי די רמב"ם זאגט אז ביי חתימת התלמוד האט מען מקבל געווען אוף זיך אז מען קען מער נישט טוישן די הלכות, סאיז ענקריפטעט, אבער סמיינט נישט דווקא אז היינט זענען מענטשן ווייניגער קלוג ווי רב אשי.

און לאמיר שוין זאגן אז אין די גאר אלטע צייטן זענען מענטשן געווען זייער רחניות'דיג און געווען מורא'דיג קלוג, אבער איז דא א הכרח אז למשל די חתם סופר אדער די נודע ביהודא זענען אויף א העכערע דרגא פון גדולי זמנינו? איך פרעג ערנסט איז אין שו"ת אגרות משה נישטא אזא חריפות ובקיאות ווי דארט? פארוואס וועט א היינטיגע גדול נישט קענען קריגען אויף א שטיקל חתם סופר?

די אונטערשטע שורה איז דאס א יסוד אין אידישקייט אז עס פאל'ן די דורות? איז דא א מקור אויף דעם אז מען קען היינט נישט קריגן אויף א מחבר וואס האט געלעבט פאר אפאר הונדערט יאהר צוריק?

גראדע טרעפט מען גדולי ישראל וואס האבן געהאט א אנדערע בליק, און זיי האבן געהאלטן אז די וועלט ווערט יא בעסער ווי למשל אין מי השילוח פון איזביצער שרייבט ער: הרה"ק מפשיסחא אמר שעל אף שהנפשות קטנות בכל דור אעפ"כ הנקודה הפנימית שבלב נטהר יותר בכל דור ודור [מי השילוח פר' ויחי]

די זעלבע שרייבט הרב קוק אויף עטליכע פלעצער אז די וועלט ווערט העכער און מער רוחניות'דיג אלס הכנה צו עולם התיקון, אבער ווי איך פארשטיי מיינען זיי נאר אין א געוויסע זין אבער בכלליות האלט'ן זיי אויך אז די דורות זענען שוואכער.

גראדע איז דא צווישן די חכמי האומות אויך אזעלכע וואס טענה'ן אז די אמאליגע זענען געווען גרעסערע מוחות, און זיי זאגן אז די היינטיגע חכמים דערגרייכען מער וויבאלד זיי זענען שוין באזירט אויף הנחות פון אמאליגע, ווי עס ווערט אנגערופען "כננס על גבי ענק"

ווער עס האט א שטיקל קלאהרקייט זאל זיך לאזן הערן!

דער אשכול פארמאגט 64 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר