משפחה אין ירושלים פאר'סם'ט, צוויי קינדער טויט, אנדערע קריטיש

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

משפחה פאר'סמ'ט!!!

שליחה דורך מ גפני »

ס'שפילט זיך יעצט אפ אין ירושלים א געפערליכע געשעניש, ווען מיט אמאל האט א גאנצע משפחה אנגעהויבן נישט גוט פילן, זיי האבן גערוהפן הצלה אין זיי זענען אלע אריינגעפירט געווארן.

מ'האלט אינגאנצן אפאר שעה שפעטער ווען די גאנצע משפחה איז אין א קריטישע צושטאנד, צוזאמען מיט נאך צוויי הצלה וואלענטורען אין צוויי פין די משפחה זענען שוין נישט בין החיים רח"ל.

די דאקטורים זאגן אז עס איז א סם וואס זיי האבן ערגעץ ווי אויפגעפיקט אין האבן נישט קיין אנונג וואס, אין וויאזוי דעיס צו היילן.

זיי זאגן אויך אז ס'איז אזא מין געז וואס ס'איז געניצט געווארן אין סוריא נישט לאנג צוריק השם ישמרנו.

מ'האט ארעסטירט די עקסטערמענעטאר פין זייער בילדינג נאכן חושד זיין אז ער האט אפשר א האנט דערין אין ס'איז גאר א טעראר אטאקע.

מיר'ע ישיבה האט אפגעשטעלט דאס לערנן אין זייער גאנצע פעסיליטעיט אין אנגעהויבן מיט א יום תפילה ווי ס'האט זיך געגאסן טייכן טרערן איינרייסנ'דיג אויפצוקומען מיט עפעס א רפואה, אין כאטש אפראטעווען די איבריגע מיטגלודער.

די משפחה נאמען איז פאוזען, כלל ישראל ווערט געבעהטן איינצורייסן לרפואתם בקרוב.

דער אשכול פארמאגט 55 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר