פינקי, אן אריגינעל!

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2308 מאל

פינקי, אן אריגינעל!

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

שווער צו דעפיצינירן דעם פונקטליכן אפטייטש פון 'אריגינעל' אויף אידיש.

גיט א קוק למשל ביי אונז אין קאווע שטיבל, דא מאנגלט ב"ה נישט קיין אריגינעלע. מיר האבן דא אזא איינעם ווי לעיקוואד, א יונגערמאן מיט די שמונה בגדים, פעפעטע הויזן און א מעליצער ווייס-וועסטל ביז צו די קראגן, און דאך, א געדאנקענגאנג ווי א פיליזאף פונעם מיטל אלטער, א גלגול פון די דארק עידזשעס. דאס הייסט אריגינעל, עפעס וואס האט נישט קיין פארגייער, און געווענליך אויך נישט קיין נאכגייער.

אדער אונזער באליבטער קופערניקעס, ער איז דאך דער סאמער וועלטס איינציגער וואס האלט אן דעם פרעסטיזשפולן פאזיציע אלס שיבער ווישערשאפטלער, איז דאס נישט אריגינעל?! נישטא נאך אזאנס.

וכהנה וכהנה, אזא חיבור ווי נטעי משה געציל, אריגינעל! אזא יאנקל וואס אז ס'האט נאר גענעכטיגט אונטער דעם זעלבן לבנה וואס פיגורירט איבער דעם גרים-פארהאסטן 'סיסטעם', וועט ער שוין טרעפן א וועג דאס צו בעשן, אריגינעל!

און מאראנצןזאפט איז אויך אריגינעל. ער קען גארנישט און ווייסט גארנישט, און דאך נעמט ער זיך אזוי איידעלערהייט ארויס זיין חלק.

אין דער אמעריקאנער קולטור שטייען ארויס אסאך אריגינעלע. נעמט א משל די ביטעלס, זיי ווערן געקרוינט אלס היילי אריגינעל, זיי האבן געפארמט א פרישע 'ראק' סטיל מוזיק, און געשטעלט די גאנצע מוזיק אינדורסטרי פון ראק ענד ראל און אר ענד בי אויף נייע רעלסן.
און אין בארא פארק האבן מיר קאפי קעט, מיט זייער סלאגאן "איטס אריגינעל"!

אבער אין א ראפאגאש געזעלשאפט, וואו אלעס פארט ווי א פראגראמאטישער קאנוואויער בעלט, אז פונעם באגעבא ביז צום ענדגילטיגן מקום מנוחה אין קעי דזשעי דארף א מענטש נישט שטעלן קיין איין טריט, אלעס אלעס איז פונקטליך אויסגעשטעלט פאר אים, איז שווער צו באגעגענען עפס אריגינעל, אזא אומר הבא מן החדש'דיגער פארנעם. פרנסה גיט דער אייבערשטער, און אויב האט איר טאלאנטן זאלט איר אהערשטעלן שיינע נוי סוכה.

כלפי מה דברים אמורים:

כלל ישראל, און מער אזוי דעם וויליאמסבורגער עם בפני עצמן, איז באשאנקען געווארן פאר די לעצטע 3 צענדליג יאר מיט א מתנה טובה אונטערן נאמען ר' פנחס מרדכי וועבער.

פארשלייערט אין א רויטן קנאבל בארד, א ג' רבעיים ראק, און א טשאלנט טאפ, זיצט דארט באהאלטן א אידל, אן אריגינעל!

אן אריגינעל אין בדחנות, אין קאמפאזיציע, אין קאלעראטור, און אין הארמאניע.

קלאר ווי דער טאג אז די פארגוסס'טע חיים מענדל סטיל בדחנות פון גיין שיין ביין ליין מיין פיין דיין חן איין, וואלט אונטערגעגאנגען (און איז אין א געוויסן זין שוין אונטערגעגאנגען) ווען נישט פינקי. עס איז קלאר אז ביי א מצוה טאנץ, אדער איז עס פינקי סטייל למחצה לשליש ולרביע, אדער גארנישט.

פינקי האט אוועקגעשטעלט נייע סטאנדארטן אין בדחנות. אז דו קענסט דאס נאכקאפירן אדער כאטשיג נאשן אביסל דערפון איז גוט, און אז דו ביזט פון די אלטע, דעמאלט פאפט דער עולם אויף טערקיש. אויסער דעם מחותן אליין וואס מ'איז מספיד זיין אינטערעסירט נישט קיינעם וואס דו זאגסט, און דער עולם קוקט ארויס ווען זיינע פוס וועלן אפנויגן פונעם בענקל שפיץ.

ווער איז דאס דער לענגנדארער פינקי וועבער?

איך האב נישט קיין אנונג. ער דארף צו זיין א וויליאמסבורגער איד וואס וואוינט ערגעץ אין ראדני גלילות, ומצאתי סמוכין לזה בס' הק' מעומקא דליפא. ער איז א גראדואירטער פונעם נייטרער סעטלמענט פארם אינסטיטוציע וואו ער האט שטודירט מיט אזעלכע מוזיק ריזן ווי אייזיק האניג, און מאיר ברוך קאהן.

במעללין יתנכר נער, בוצין בוצין מקטפיה, שוין אלס יונג בחור'ל אין ישיבה האט ער פורים געגראמט אן א צעטל, נוסח זקן ורגיל. פאר ווער ס'ווייסט האט ער נישט געהאט קיין לייכט לעבן וואס דא איז נישט דער פלאץ, און דאך: וצדיק בשמחתו ובטאלאנטפלותו יחי'.

אונטערן 'רבי פנחס מרדכי' טיטל לערנט ער טעגליך פאר א שיעור אין ראדני. אלס שומר הפתח קען איך קלאר מעיד זיין אז ער קומט שוין דארט אן א גע'טובל'טער, די בארד טריפט אים שוין ביים טיר. פארוואס ער גייט ענדערש אין א צווייטער מקוה ווי ראדני לאזט זיך דאבאטירן. א סברא זאגט אז דאס איז אזא סארט סטאטוס, ווייל נעכטן האט מיר דער איד באצאלט א פינעווער פלאס איך זאל אים באזינגען, און דא טרעפט ער מיך מיט די לבנים ביים כשר זייף שיסל זוכן א גאנצע, ס'איז עפעס נישט פראקטיש.

צוריק צו זיין ביאגראפיע, פינקי האט אנגעהויבן זיין קאריערע מיט ארום 25 יאר צוריק אלס... א פשוטער וואן מען בענד! יא, איר הערט גוט, גארנישט מער ווי ליפא שטראלי און גארנישט ווייניגער.
מיט דער צייט האט ער דאס געלאזט לויפן און איז אריין אין בדחנות. ביז נאך א קורצע תקופה איז ער געקרוינט געווארן אלס מלך הבדחנים, א טיטל וועלכער ער טראגט מיט ווירדע שוין פאר לאנגע יארן.

פינקי איז אן אריגינעל אין פעלד פון בדחנות, פשוט מיט זיין וועג פון זאגן גראמען. ער האט מחדש געווען אזא מושג פון צוזאמצושטעלן 2 ווערטער גראמען, און געשאפן א נייער שניט אין בדחנות וואס ווערט ברייט קאפירט דורך אנדערע.
א משל, בראשית גראמט מיט פלייש-איז, דאס איז ארגינעלע ווערק! מעשה ידי אומן נפלא במלאכת הליריקס ופינקי שמו, ולא שמע כזה אוזן מעולם. וכהנה וכהנה, 'קיינער וואגט נישט איבער האקט נישט' איז א טיפיקל פינקי גראם. אויסער די חידוש פון אזעלכע סארט גראמען, איז דאס אינטעלעקטועל און אינטערטענפול.

פינקי איז אן אריזשינעל אין דער וועג וויאזוי ער לייגט אראפ א ניגון. קודם כל איז ער געבענטשט מיט א ריזן הארץ, ימ'ן פון געפיל און נשמה גיסן זיך ווען ער זינגט אזעלכע פשוט ווערטער ווי עיני אוי אוי עיני עיני ירדה מים כי נטל ממנו מנחם משיב נפשי. ווער ס'איז נאר א שטיקל בעל הרגש לעבט מיט די ווערטער. און בעיקר האט ער א גאנג פון זינגען און פארדרייען א ניגון מיט אזעלכע מאדנע בערישע קינצן-תנועות, אויף זייער אן אייגנארטיגן, העכסט אריגינעלן, הארציגן, געשמאקן, און אינטערעסאנטן אופן. ווען פינקי זינגט סיי וואספארא ניגון, ווערט עס באלד א נייער ניגון מיט פינקי פינגער אפדרוקן.

ווען עס קומט צו זיין קאלעראטור אין הארמאניע איז ער ממש א דזשעני, פינקי באזיסט א גאונות שניט אין הארמאניע, אזעלכע האלבע טרענספאזעס וואס איז שווער נאכצוזינגען. ווער ס'האט אים שוין אמאל געהערט ווייסט פון וואס איך רעד. אין צוגאב איז ער א חזן נישקשה, און ווען ער ציעט ארויף איז דא וואס צו הערן, און פון וואס צושטוינען.

פינקי איז א וועלט קאמפאזירער, און כמעט קיין איין היימישער טעיפ פון די לעצטערע יארן וואס זאל נישט האב א ניגון פון אים, פון מרדכי ביז ליפא און אלעס אינדערמיט. זיינע ניגונים זענען איינס גוט און איינס נאך בעסער. זיי ווערן געווענליך די היט פון דער טעיפ. זיין קאמפאזירונגען גייען שוין אן א שיינע פאר יאר, נאך פון פאר מיין בר מצוה. מרדכי'ס אלוקים צבקות שוב נא, איז פינקיס. און ווער געדענקט דען נישט דעם באבובער מייזעלס גארגלען פינקיס עד אנה תסתיר, אדער יואלי טייכמאן זינגען אולי יחוס עם עני ואביון.

הרב שוועקעוויטשעס גאנצער גדלות איז צו פארדאנקען פינקיס 'רחם', אני כשלעצמי האט עס אלץ אנגעקוקט ווי עפעס א מאכל בן דורסאי ניגון, די פעלער זענען אין מיינע אויגן נישט אינגאנצן געצייטיגט. אפשר גיט דאס צו צו פינקיס ארגיניעלקייט ארויסצוגעבן אזעלכע נא האלב געקאכטע קאמפאזיציעס. ווייטער, וועמען ס'קומט נאכנישט פון דער נאז פינקיס לעכטעלע ניגון, וואס איז טראנספארמירט געווארן אלס דער עקסקלוסיווער ניגון פאר א יום טוב'דיגן ממקומך, דער איז זיכער א גר צדק.

משפחה האט געהאט אן אינטערוויו מיט פינקי וואו זיי האבן נאכגעשריבן פאלשע אינפארמאציע פונעם עברית'שן וויקיפעדיע אז ליפא'ס 'געלט' ניגון אויפ'ן קאסעטע 'מי שאמר' איז פון פינקי. וויל איך יעצט מוסר ומודעה זיין: ליפא האט נישט קיין קאסעטע 'מי שאמר' נאר אזא 'ניגון' אויף 'בדרך', און 'געלט' איז קלאר נישט זיינס, נאר יוסי גרינס.

דאס אז פינקי אז א קאמפאזירער איז צו פארדאנקען ר' מיכאל'ן, ער האט אים דאס איינגערעדט... אין משפחה איז געשטאנען אז די ערשטע מאל ער האט געשריבן אידישע ניגונים איז געווען 10 ניגונים פאר מיכאל'ס נשמה פלאם. דאס איז ריין דאמירן בעלמא אויף א מילתא דעבידא לגילויא. פינקי האט נישט דארט קיין 10 ווייל די גאנצע קאסעטע האט נאר 9. און 3 זענען פון פינקי, דער בעל שם טוב, לעכטעלע, און דער ריזשינער ניגון. מיכאל איז טאקע געווען דער וואס האט אויסגעטראפן פניקיס אידישע ניגונים, אבער לאנג בעפאר נשמה פלאם, נאך אויף זיינע אמאליגע חתונה טעיפס.

(שמעתי אז טייל פון די ניגונים וואס ווערן מיוחס צו פינקי ווי למשל דער אבינו אב הרחמן ניגון מיט'ן שיפל, און דער שמחת בית ירושלים ניגון, זענען באמת ליפא פעלדמאן'ס. אם כנים איז ליפא א קאמפאזירער פון דער ערשטער שורה און א שאד אז ער איז נישט ממשיך. די פעקעלע ניגון מיט ר' איציקל וואס איז שפעטער געווארן אביש בראדטס רבונו של עולם איז קלאר יא פינקיס, ליפא שמעלצער האט בלויז געשריבן די גראמען).

פינקי איז פארהייליגט אין וויליאמסבורג, הנקרא בלשון עם זר סעלעבריטי, און אויף יעדן אדעסי וואלט מען ווען געקענט ארויפשטעלן א באמפער סטיקער: דא זיצט א פינקי 'פען'. ווען אר.סי.סי.עס האט געדארפט אנפילן א זאל, וועמען האט מען געאנערט? פינקי! און ס'איז געווען די רייט מאוו, פינקי האט צוזאמברענגט אן עולם נישט סתם, און האט אראפגעלייגט א בונה ירושלים אז ס'איז געווען א נחת.

פינקי האט א כוח היצירה לעת הצורך, ער באשאפט ווערטער א יש מאין ממש. ווען איך דארף א גראם אויף 'וואסער', זאג איך נאסער אדער עשר תעשר; פינקי אבער: גאסער! איי ס'נאר דא גאסן אדער געסער, קיין פראבלעם, פינקי האט יעצט בארייכט דעם אידישן לעקיסקאן מיט א פרישן אויסשפריך!

פינקי קען אויך נעמען א שטאטער ניגון און דאס קונצליך פארוואנדלען אלס א שנעלער, אן דעם וואס איינער זאל אנמערקן. גיט א קוק ליפא'ס אל תסתר פניך ממנו, דער צווייטער פאל פון אל תטשינו, מיט'ן דריטן שנעלן פאל קוה אל ה' זענען אקוראט די זעלבע, נאר מיט א צווייטן רידהם, אויך אן אריגינעלקייט! אפילו זיין נאמען איז אריגינעל! קען איינער נאך א פינקי? כ'האב שוין געהערט פון פיני, פיניעלע, אפילו פינטי, אבער פינקי מיט א ק' איז דא נאר איינס.

פינקי הייסט א וויינער מאכער. איך פערזענליך האב נאך קיינמאל נישט געוויינט פון אים, אבער אויב וואלט איך אמאל געמוזט וויינען פון א בדחן ביי א מצוה טאנץ, וואלט איך זיכער ענדערש אויסגעוועלט פינקי ווי א צווייטן. ביי אזעלכע דעליקאטע פעלער ווען מ'דארף דעליווערן דמעות, א משל אז דער בעל דובר מישרים זי"ע מאכט חתונה דעם יונגסטן קינד, וועט מען אודאי באשטעלן פינקי. ער וועט שוין טון זיין ארבעט בנאמנות.

פינקי האט א געפיל צו פאעזיע, נישט קיין לעמאן דזשוס, אבער דאך נישט אוועקצומאכן. א ביישפיל: א קליינע הייזקע שווארץ און ווייסקע איז פאעטיש, ס'איז געשילדערט און געמאלן מיט קאלירטע פארבן. אדער די שול איז אנגעפילט ווייס איינגעהילט, ריין פאעזיע!

פינקיס גראמען אפילו ווען ס'איז נישט צוזאמגעשטעלט און נישט קיין נייער ווארט איז עס נאך אלץ אריגינעל. נעמט למשל אזא ווארט ווי 'געשמאקער', האט איינער א גראם דערפאר? ניין, א נארמאלע ווארט, נישט וואס דו טראכסט יעצט, דאס קען מען נישט זאגן ברבים... פינקי וועט זאגן פיאקער (אזא סארט באגי), דאס מיינט אריגינעל!

א פיצקעלע קריטיק, יוצא צו זיין דער רצון פון די יידל'עך וואס גלייכן. פינקי האט לכאורה נאכגעלאזט פונעם תוכן, די חומר איז מחותנסטע'דיג לעצטנס, און לדעתי זאגט מרדכי דוד עסטרייכער אביסל בעסער און האלט אן א העכערן ניווא, כאטש זיין דעליווערי איז קיין פארגלייך.

ווי ערווענט לערנט פינקי פאר א טעגליכן שיעור, משפחה שרייבט אז ער האט דארט 30 אידן. פון קראנטע מקורות אבער ווערט איבערגעגעבן אז ס'איז אביסל איבערגעטריבן. דורכאויס א העווי סעזאן וועלן די באטייליגטע ציילן ביז 6.

פינקי האט ארויסגעגעבן א ספר מיט'ן נאמען פירסומא ניסא, וואס האט אין זיך פארשידענע שיינע דרושים און פלפולים, ווי אויך סתם ענינים און ליקוטים איבער שמחת חתן וכלה. מיר וועלן דאס נישט באשרייבן ווייל מחברי ספרים איז דא בעסערע, דאס איז נישט זיין ספעציעליטעט. אזויפיל איז עס יא אריגינעל אז א בעל הבית זאל זיין א מחבר ספר, אויך נישט קיין אפטער ערשיינונג. אויך שרייבט ער פון צייט צו צייט מאמרים אין דער קובץ גינת ורדים וועלכער געהערט צו דער סאטמאר ראדני פראקציע.

ערנסט גערעדט, ר' פנחס מרדכי איז א איד וועמען מיר אלע טוען שטארק שעצן. א חסיד'ישער יונגערמאן א יודע ספר, דבוק צו ערליכע אידן (יש אומרים ער דרייט זיך צומאל ביי ר' דוד'ל לעלובער, לעיקוואד קענסט עס באשטעטיגן?) א לב טוב און מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות מיטן אן ענוות חן. דערצו איז ער א מולטי טאלאנטפולער פערזאן וואס נוצט אויס זיינע כשרונות ביז צו א מאקסימום צו משמח זיין און מהנה זיין דעם ציבור. פינקי מיר קוקן דיר ארויף, מיר דערקוויקן זיך מיט אייערע פרישע ווארע יעדן שני וחמישי, און מיר וואונטשן אייך לאנגע געזונטע יארן צו דערפרייען אידישע הערצער מתוך שמחה ונחת.

און יעצט א פערזענליכע טובה: טייערער ר' פינקי, מיר האבן שוין א שעידס אוו גרין, ס'איז שוין די העכסטע צייט פאר א שעידס אוו פינק. האסט נישט קיין אנונג וויפיל אידן קוקן ארויס דערויף און וואלטן זיך מחי' געווען דערמיט. האסט מורא ס'וועט נישט גיין? דאונט ווארי, איך זאג דיר צו איך וועל מאכן א קאפי!.

(שיק מיר אן אישי ווען דו ליינסט עס, און וואונדער דיך נישט ווער איך בין, ווייל מיר האבן זיך קיינמאל נישט געזען אויג אויף אויג).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 166 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר