פלעין יודיש האט געשריבן:פיין איז וואס יעצט
לאמיר זיך זעצן צום טיש און וואשען צום נאהאפטיגען סעודה אז ב''ה מ'האט זיי שוין אינטעגעברענגט
וואס האסטו פארדינט אז פון היינט און וויטער קיין רעספעקט פאר מתים קיין איין אפגעהיטענער בית הקברות
אמת ביזט גערעכט יא אתרא קדישא געלט פרעסערס, נשר קברים גראבערס, שלעכטע מענטשען, סיקריקים וכוו' וכו' אלעס פיין און וואויל
אבער זענען קברים און א''י און אין אייראפער געווען סעיפער
וועם ברענגסטו אנשטאט דעם ארץ החיים וכל שם וחניכי דאית לית ליה,
איך ווארט צו זען איין פלאץ ווי זיי קענען זאגען אז דארט האבן זיי געהיטען אז מ'זאל נישט גראבן, זיי האבן זיך נאר געפענט אויף צו געבן היתרים און מאכען קאלט יעדער וואס זארגט זיך אויף כבוד המת
וועם ברענגסטו מיר אנשטאט ר' דוד שמידל? אהרלע יאקטער (קאמענטארן זענען איבריג) יענקי פלעי וכו' וכו'
איך פארשטיי האסט טענות אויף ר' דוד אבער וועם ברענגסטו מיר אנשטאט
ראו מה בין בני לבן חמי
איך זעה אז דו ביסט ווייט ווייט באקאנט מיט דעם "אתרא קדישא" - מיטן 'עבר' און מיטן 'הוה',
עס איז צו א לאנגע אריכות מסביר צו זיין וואס און ווער עס זענען די 'היינטיגע' אתרא קדישא,
(אביסל קענסטו זעהן אין דעם קונטרס 'אמת וצדק' - נאר אויב דו ווילסט וויסן דעם אמת, אויב נישט איז א שאד פאר די צייט).
אויפן שפיץ גאפל:
'אתרא קדישא' וועלכע איז נתייסד געווארן אלץ הצלת הקברים, איז אין די לעצטע יארן געווארן איבערגעדרייט בלויז אלץ גרויס ביזנעס,
די ריזיגע ביזנעס פון צענדליגער טויזנטער דאלאר חודש'ליך, ווערט געפירט דורך קברים - טייל מיט נישט לאזן אויסגראבן, און טייל מיטן אויסגראבן.
דאס מיינט, אויב באקומען זיי נישט באצאלט פון די בויערס די הייזער, דארט וואו עס איז דא קברים, דאן ווערן געמאכט פראטעסטן, און די תמימות'דיגע אידן פון חוץ לארץ באווארפן זיי מיט געלט, ווי געזאגט: זיי זענען דאך אונזערע שומרים אויף די קברים, - אויב באקומען זיי 'גענוג' געלט פון די בויערס, דאן באקומען זיי ערלויבעניש פון 'אתרא קדישא' (די שומרים) צו קענען אויסגראבן די קברים, אזוי ווי עס גייט אן די לעצטע יארן אין "נשר", וואו זיי נעמען טעגליך ארויס צענדליגער צדיקים וקדושים מזמן בית שני, פארוואס? ווייל זיי באקומען זייער שיין באצאלט דערפאר!
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין די לעצטע יארן האט 'אתרא קדישא' חרוב געמאכט מער וויפיל זיי האבן געראטעוועט, סיי מיט זייערע פראטעסטן ווי די ארץ ישראל'דיגע אידן האבן פארלוירן דער גאנצער צוטרוי אין זיי, זיי קענען כמעט גארנישט אויפטוהן מער, און סיי מיט דעם וואס זיי אליין גראבן אויף די קברים.
כמעט אלע ערליכע אידן אין ארץ ישראל ווילן שוין זעהן אין גיכן זייער פארשליסונג! השי"ת האט נאכנישט באנקאטירט מיט זיין וועלט, טויזנטער אידן פון אלע קרייזן זענען גרייט ארויסגיין פראטעסטירן און זיך אננעמען פאר די קברי אבותינו ורבותינו הק', עס זענען דא אסאך ארגיניזאציעס וועלכע זענען גרייט צו טאן די שווערע ארבעט מיט געטריישאפט מיט אמת'דיגקייט, - אבער נאר מיט דעם איינעם באדינונג: 'אתרא קדישא' זאל נישט שטערן אונזער הייליגע ארבעט! 'אתרא קדישא' זאל אויפהערן צו אויפגראבן די הייליגע קברים, 'אתרא קדישא' זאל אויפהערן ארויסצופרעסן און בארויבן אונזערע ארימע ברידער'ס פון ארץ ישראל. דאן וועט מקוים ווערן יקוצו וירננו שוכני עפר, אמן.