נטרונא, מצילים אדער רודפים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

נטרונא, מצילים אדער רודפים?

שליחה דורך איש עברי »

ווער עס פארשטייט צו היסטאריע און ווער עס האט אויגן אין קאפ, און איז אויפריכטיג איז מודה אז די היינטיגע ווערסיע פון אנטיסעמיטיזם איז אנטי-ציונות, עס איז שוין היינט נישט פאפולער צו זאגן אז אידן קאנטראלירן די וועלט אדער אז אידן זענען א נידריגע ראסע, האבן די אנטיסעמיטן געטראפן א נייע לאזונג, אידן זענען אקופירער, מערדער, און פירן א לאנד פון אפארטהייד.

די אלע אנטי ישראל גרופעס זענען אויסגעשפראכען און זיי שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט ווייל זיי שטעלן זיך אהער אלס פרייהייט קעמפער, זיי זענען עקלהאפטיגע היפאקריטן, זיי זאגן נישט קיין ווארט איבער די הונדערטער טויזענטער מענטשן וואס ווערן געפייניגט און געמארדערט איבער די גאנצע מיטל מזרח, איבער איראן און סאודי אראביע ווי מען הרג'ט יעדן טאג אומשולדיגע מענטשן אויף אנגעבליכע פארלעצונגען פון רעליגיע, מיטאמאל איבער די מאסן מארדן אין סיריע הערט מען פון זיי א ווארט, זיי האבן איין איינציגע פראבלעם - איזראעל!

מען דארף זיין בלינד נישט צו פארשטיין אז די מאטיוו איז ריינע אנטיסעמיטיזם און שנאה צום אייביגע איד, און אזוי זאגן אפילו גוים, ווי למשל דער פרעמעיר מיניסטער פון קאנאדע האט דאס ערווענט אין זיין לעצטע רעדע אין כנסת.

דאס איז נישט קיין טעאריע עס איז א פאקט אז מען שלאגט היינט אידן איבער די וועלט צוליב די העצערישע גרופעס, אין אלע קאלעדשעס רודפ'ט מען אידישע סטודענטן עד חורמה, בלויז ווייל זיי זענען אידן, און אונטער דעם אלעם שטייען די אלע אנטי ישראל גרופעס, איר האט אמאל געהערט אז מען רודפ'ט איראנע אפשטאמיגע וועגן עוולות וואס ווערט באגאנגען אין טעהראן? אבער דא פלוצלינג איז יעדע איד שולדיג אויף אנגעבליכע עוולות וואס די איזראעל רעגירונג טוט באגיין, דאס איז ריינע אנטיסעמיטיזם פארשלייערט אין אנטי איזראעל רעטאריק,

אבער די אלע אנטי-ישראל אנטי-אידישע גרופעס ווילן נישט אויסקוקן אנטיסעמיטיש ווייל שטייענדיג בלויז 70 יאהר נאכן האלאקאוסט איז אנטיסעמיטיזם נאך נישט אזוי פאפולער, און נאכדערצו אז די גרופעס זענען אקעדעמיקער און אפיציעל בעסערע מענטשן, דעריבער זענען זיי אויסן צו אהערשטעללן א שיין פנים און בעיקר צו צייגן אז אידן שטייען מיט זיי.

דא קומט אריין אין בילד די אפגעריסענע אומ'אחריותדיג אינגערמאן פון וויליאמסבורג וואס האט געזוכט משמעות אין זיין לעבן און האט באשלאסן אז ער גייט פראמאוטן ויואל משה פאר די גוים, ממש בשיטת חב"ד, אויף א העכסט פראפעסאנעלע אופן מיט א וועבסייט און פי. אר. און אזוי ווייטער.

מער דארף מען נישט שטעלן קיין ראציגע בחורים ביי די ארומיגע גאסן ביי די פראטעסטן צו אויפקלערן די עוברי אורח, און מפרסם זיין די הייליגע שיטה, ככל הגויים בית סאטמאר, מיר האבן א פראפעסיענעלע שטאב פון פראפאגאנדיסטן וואס גייען פרעדיגן שיטת רבינו און איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אז נישט די ציונים פארטרעטן כלל ישראל, נאר כלל ישראל האט אירע פארטרעטער אין וויליאמסבורג ווי למשל מנשה פילאפ מיט משה דוד כ"ץ.

אבער דער משה דוד כאפט נישט אז ער געט פאר אלע שונאי ישראל א חרב בידם להרגני, ער טוט ריינוואשן די אלע אנטיסעמיטן און גרייט אהן די באדן פאר אטאקעס קעגן אידן.

אין זיין וועבסייט איז ער מוציא דיבת הארץ, ער באשמוצט מדינת ישראל מיט אלדאס בייז, ער בארעכטיגט אלע בלבולים קעגן די מדינה, ער שרייבט אז מדינת ישראל איז שולדיג און אלע צרות פון מיטל מזרח, און נאך ערגער פון אלעם ער שרייט און פארפירט אז מדינת ישראל איז גורם אנטיסעמיטיזם,

אצינד קענען די אלע אנטי-ישראל אנטי-סעמיטן ווייזן מיט די פינגער קוקטס אלע דא האט איר א אידישע גרופע וואס האלטן אזוי ווי אונז, און זיי שרייבן קלאהר אז מדינת ישראל איז שולדיג פאר די האלאקאוסט און אין אלע צרות וואס פלאגט די מענטשהייט, אבער זיי גייען נישט לכבוד דעם אצינד מבחין זיין בין דם לדם פונקט פארקערט דאס געט זיי לעגיטיצימאציע אנצוגיין ווייטער מיט זייערע האס און שמוץ קעגן אידן.

מי בקש זאת מדיכם? צו זענט איר בכלל זיכער אז די סאטמאר רב וואלט אין די היינטיגע מצב בארעכטיגט אזא הפקרות ווי אויסגיסן אלע אונזערע שמוץ וועש פאר די גאנצע וועלט? צו פארשטייט בכלל משה דוד כ"ץ די געפארפולקייט וואס ליגט אין זיינע פעולות?

דער אשכול פארמאגט 214 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר