
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און נאר,,פרייליך - פונקט נעכטען ווען כ'האב געזיין דיין תגובה, האט מיר מיין ברודערקע געשיקט א לינק צו דיין קובץ דא. איך האלט אין מיט'ן ליינען. ס'איז אבער געשריבען זייער קינדעריש און פארטייש. ער רעדט נישט צו איינער וואס האט גארנישט מיט סאטמאר איינגעלייגט, כאילו ער קען נישט משיג זיין א מענטש וואס האט סאטמאר אין בוידעם. און אויך ער ברענגט נערישע משלים פון דער מציאות און מאכט חוזק פון פערזענליכע מענטשען. ווען ער וואלט זיך געהאלטען צום נושא אהן רעדען פון מענטשען פערזענליך, וואלט עס געהאט א גרעסערע השפעה, ווייל דער עיקר דא איז טאקע דער זאך נישט דער מענטש. נישט סקווערע רעבע איז דער פראבלעם, נאר די גלויבונג וואס באשאפט אזעלכע יצורים, ווי אויך חב"ד, בעלז-בילגאריי, גער וכו'.




נאר,,פרייליך האט געשריבן:ווי ס'זעהט אויס פארסטו אין אלע סארט מקומות מיט איין מטרה! צו שטודירען און איבערצייגען אז בלויז די צלם-הארציגע האבען מקבל געווען תורה מסיני
נאר,,פרייליך האט געשריבן:מיין מטרה פאר'ן דיר אהינשיקען איז געוועזען צו צייגען ווי עס איז א תמי' דיינע רייד בתורת פאר'צלמ'טער


נאר,,פרייליך האט געשריבן:אחי הליטאים !!
איים סארי טו טעל יו, אבער נעמען לייט וואס בסך הכל האבען זיי געקריגען א נייער דרך אין מאכען מאדנע חילוקים ולחדש כמה וכמה סברות כרס און דערויף באשליסען אז דא הייבט זיך אהן און דא ענדיגט זיך תורה, וזהו.....
איז אדער אפגעלייקנט אין עצם התורה, אדער בכלל ניש פארשטאנען וואס מען האט געגעבן אויפען בארג סיני.
סארי פאר'ן זיין אזוי שארף, אבער דאס טוט איר ליידער.















באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט