פארוואס קומט פאר אזויפיל סעפעראציעס / גיטין?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

פארוואס קומט פאר אזויפיל סעפעראציעס / גיטין?

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס הערשט לעצטנס א מגיפה אין דעם הינזיכט אין אונזער מחנה. לויט איין מקור, איז די לעצטע וואך געווען איבער 20 סעפעראציעס ביים היימישן עולם. א זאך וואס האט נישט אירס גלייכן אין אונזער גלאררייכע היסטאריע. עפעס מוז זיין נישט-ריכטיג ביי אונז אז אזוינס פאסירט, און כדי צו קענען פארריכטן און פארמיידן דעם פראבלעם אינעם צוקונפט, דארף מען קודם דורש זיין בשל מי הרעה הזאת, וואס איז ראנג מיט אונז.

צווישן די שפאלטן פון אונזער שטיבל האט מען שוין כמה פעמים בארירט דעם נושא, אבער קיינמאל נישט מיט קיין קלארקייט. צי איז עס ווייל היינט זענען מיר אומגעדולדיג, עס איז נישט פאראן קיין סבלנות, די פרויען זענען מער געפיעטשעט ווי אמאל (ע"פ רוב זענען זיי די וועלכע אנטלויפן, וטעמא בעי, ראה להלן), מענער האבן נישט די אמאליגע קאמיטמענט אז איך האב חתונה געהאט און איך בין דא פאר מיין ווייב 24/7, נאכדעם זענען פאראן רוחניות אישוס, מענער זענען ע"פ רוב אינטערגעציפטע אויפגעקלערטע חברה, בשעת די מיידלעך זענען פיל מער תמימות'דיג און פארנעמען נישט די מהלכים און אדער קאלטקייט פון די מענער.

אלענפאלס, איז עס ממש א קריזיס, און אפגערעדט פון די אונאנגענעמע פינאנציעלע חלק דערפון, אז מען צאלט אויס צענדליגער אלפים פאר א חתונה בלויז אויף זיך צו קענען שפעטער גט'ן, איז עס בעצם א חורבן (הגם אסאך מאל איז עס א ישועה).

דער חורבן איז ביי אונז שייך נאך מער ווי ביי אנדערע, צוליב די עקלהאפטיגע "סטיגמא" וואס ווערט ארויפגעלעיבלט אויף א משפחה וואס האט א גרוש אדער גרושה, מען האט מורא זיך משדך צו זיין מיט זיי, און מען ווערט לשיחה בפי הבריות לבושה ולחרפה, די משוגע'נע מענטשן פארשטייען נישט אז עס קען זיך מאכן ביי די שענסטע, און בכלל פרובירט מען "אויסצוגעפינען" וואס איז פארגעגאנגען דארט? און ווען מען הערט א האלבע מעשה פון איין זייט מיינט מען שוין אז "מען האט ארויס די זאך" און מען האלט זיך שוין פאר דער וועלטס חכם, און מיט רחמנות "באנעבעכט" מען יענעם...

אבער לאמיר לאזן מענטשן און געלט - און אפילו דעם מזבח - אין א זייט פאר א וויילע. די עצם גט'ן איז זייער נישט בא'טעמ'ט פאר די פארפאלק אליינס, און דאס דארף בלייבן נאר אלס א לעצטע אויסוועג. טעראפיסטן שווימען לעצטנס ארויף ווי שוואמען נאכן רעגן, און עכ"ז קען מען נישט גענוג ארויסהעלפן די צובראכענע משפחות, און ליידער די בתי-דינים לעניני גיטין מאכן אסאך געלט און זענען אווער-בוקד.

צו דעם קומט נאך צו דעם פראבלעם, ווען אסאך מאל מיינט די קאפעל אז די איינציגסטע אויסוועג ארויס איז א גט, און נאכדעם וועט מען שוין טרעפן א צווייטע, א בעסערס, בשעת ליידער שטייען גרושים און גרושות הילפלאז, און ס'איז דאפעלט קריעת ים סוף ווי א ערשטע שידוך, צוליב פארשטענדליכע סיבות, ס'איז זייער שווער צו פיקן "דאס ריכטיגע" ביי דעם פונקט אין לעבן. ואשר על כן דרייען זיך הונדערטער און טויזענטער גרושים/וגרושות אין די גאסן, און דער מצב ווערט גארנישט בעסער.

ס'איז קלאר ווי דער טאג אז פארמיידן די אלע מצבים איז דער ריכטיגער אויסוועג. א אונץ פון פרעווענשאן איז גרינגער און טוט מער אויף. דאס טוט אינקלודען צו אטאקירן אלע שוואכקייטן וואס מיר האבן היינט צו טאג, ווי צב"ש עלטערן זאלן מער זוכן פאסיגע שידוכים פארן קינד ווי איידער קוקן אויפן שיינעם נאמען; חתן/כלה מדריכים זאלן בעסער צוגרייטן - און אפילו באגלייטן שפעטער - זייערע תלמידים/ות; פרויען זאלן נישט זיין אזוי סענסיטיוו און עקספעקטן אז מענער זענען נישט אזוי פרום און תמימות'דיג ווי זיי קוקן אויס פון אינדרויסן, און זיי זאלן נישט מאכן קיין אישו פון קיין טישו; און בכלל זאלן די פרויען /מיידלעך נישט אויפוואקסן זיך באדנדיג אין שוואוילטאג; ומצד שני מענער זאלן זיך מער קאמיטן מיט געטריישאפט פאר די פרויען אז זיי זאלן זעהן אז זיי זארגן זיך באמת פאר זייערע ווייבער'ס וואוילזיין, ס'זאל זיין פאר די ווייבלעך באקוועם דער טשעינדזש פון א געטרייע טאטע-מאמע ביז א פרעמדער מאן; מען זאל מער לערנען איבער סבלנות, אז סוף כל סוף וועלן זאכן פאלן אין פלאץ (ווי ביי רוב מערידזשעס), און מען זאל נישט מיינען אז מיטן לויפן צו א צווייטע זיווג דארט ליגט דער גליק; א.א.וו.

איך ווייס אז עס איז גרינגער געזאגט ווי געטון. מיר קענען אנהייבן ביי אונזערע אייגענע קינדער, און זיך נישט פארלאזן בלינדערהייט אויף די חתן מדריכים אדער כלה טיטשערס. ויפה שעה אחת קודם. מען מוז זיך אויפוועקן באצייטענס, ווייל מיר קענען ח"ו אלע ליידן צום סוף.

אויך מוזן מיר ענדיגן אריינקריכן אין יענעמ'ס קישקעס. ס'איז נישט תורה'דיג, נישט מענטשליך, און בכלל נישט דיינע געשעפטן. מיינד יואר אוהן ביזנעס. און אויך זאלסטו וויסן, אז וויפיל דו וועסט הערן און מיינען אז דו פארשטייסט, קען מען נישט אריינקריכן אין תוך תוכיות צו פארשטיין באמת וואס איז פארגעגאנגען צווישן די פארפאלק, ס'איז פשוט נישט מעגליך, נישט אלעס קען מען אויסשמועסן און נישט אלעס וואס מען זאגט איז אזוי פשוט, געווענליך ליגט טיפערס אונטער די ווערטער. בפרט אז דו הערסט נאר איין צד. וויפיל גיטין האב איך שוין געהערט די מיאוס'טע לשון הרע'ס אויפן אנדערן צד, און ווען כ'האב געטראפן איינעם מצד השני האב איך געהערט די מעשה פונקט קאפויער, ממש נישט צו גלייבן. ממילא אז דו הערסט איינער וואס האט זיך גע'גט, טאר דער ווארט "פארוואס" נישט אריינקומען אינעם שמועס. נאר זאגן: איך וואונטש אים/איר דאס בעסטע, מיט הצלחה אויף זיין דזשורני, און פארטיג!

אויב האט איר נאך סיבות פארוואס דאס פאסירט, אדער נאך עצות צו פארמיידן די אנשיקעניש, לאמיר הערן פון אייך אלע צדדים, ותשועה ברוב יועץ. כולי האי ואולי וועלן מיר ארויסקריכן פון די סעפעראציע סומאטוכע.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 185 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר