דורך דריידל » פרייטאג מערץ 07, 2014 12:11 am
ישר כח כבוד @ראש הישיבה פאר צושטעלן די לינקס. פונקט ווי אלע עלטערן בין איך אייביג נייגעריג צו ליינען און הערן בעניני חינוך און בויען א נאנטע קשר מיט די קינדער. דאס איז גאר א הייסע טאפיק, לעצטענס מער ווי אמאל. מ'זעט טאקע אז ביי אסאך דינערס און מלוה מלכה'ס ווי מ'זוכט צו כאפן אן עולם, פראקלאמירט מען אז ס'וועט זיין א דרשה פון א בארימטע בעל מחנך אדער א חינוך פאנעל. די סיבה פארוואס דער עולם כאפט זיך אזוי דערצו איז ווייל חינוך איז פון די וויכסטיגסטע, אויב נישט די וויכטיגסטע, זאכן ביי מענטשן, און ס'כמעט נישט דא איינער וואס זאל זיך שפירן אז ער איז מסודר מיט דעם.
און מיט רעכט!
לענ"ד איז נישט דא אן אויסגעטרעטענע מהלך וואס א מענטש קען נאכגיין ווען עס קומט צו חינוך. והא ראי' אז די גרעסטע בעל מחנכים האבן אסאך פון זיי אליינס נישט מצליח געווען ביי זייערע אייגענע קינדער. אוודאי בכלליות קען מען זאגן טו אזוי און יענס זאלסטי נישט טון, אבער ווען עס קומט למעשה שטעלט זיך עס נישט אויס אזוי גלאטיג ווי דער חינוך בעל דרשן האט עס אראפגעלייגט.
איך קען נישט דעם רב גרינבערג וואס שרייבט די בלעטער וואס די צייכענסט צו אבער איך זעה אז זיין געשרייבאכץ איז מער ווייניגער מיט די זעלבע מהלך ווי רוב אנדערע מחנכים, דהיינו אז זיי אדרעסירן נישט דעם פראבלעם מיט א לעזונג וויאזוי דאס צו פארעכטן נאר רעדן וועגן וואס מ'וואלט נישט געדארפט טון.
איך האלט נאכאלץ אז ס'איז וויכטיג צו ליינען פשוט ווייל עס געט אביסול צו פארשטיין וויאזוי א קינד'ס מהלך המחשבה גייט, וואס דאס העלפט אסאך ארויס. אבער זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז מיט זיין באהאווענט בעניני חינוך קען ער זיך מיט אלעס אן עצה געבן.
פארדריי די דיר דיין קאפ