נסיעת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק אדר א' תשע"ד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:40 pm

דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור.
ברכת הקודש פון כ''ק מרן רבינו שליט''א.jpg
ברכת הקודש פון כ''ק מרן רבינו שליט''א.jpg (64.6 KiB) געזען געווארן 200 מאל

און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין אונטער די חופה.
ריקודין בחופה.jpg
ריקודין בחופה.jpg (69.03 KiB) געזען געווארן 200 מאל

די סעודת החתונה פאר אנשי שלומינו תושבי ב"ב איז צוגעשטעלט געווארן בהיכל הביהמ"ד, די סעודת החתונה פאר די קרובי המשפחה און די חשוב'ע געסט איז געווען אין דעם זאל פון לב האצולה אין פתח תקוה, דארט וואו עס איז דערנאך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה.
אינדערצווישן בשעת די סעודת החתונה איז דער רבי ערשינען בבית הנגיד מוה"רמנחם שלמה פריעדמאן הי"ו אין בני ברק, וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה פאר נגידים לטובת המוסדות.
מסיבה פאר נגידי וחשובי אנ''ש אין שטוב פון הנגיד מוה''ר מנחם שלמה פריעדמאן הי''ו.jpg
מסיבה פאר נגידי וחשובי אנ''ש אין שטוב פון הנגיד מוה''ר מנחם שלמה פריעדמאן הי''ו.jpg (67.69 KiB) געזען געווארן 200 מאל

דערנאך זענען די פילע באסעס ארויסגעפארן פון שיכון פירנדיג דעם ציבור צום גרויסן זאל לב האצולה אין פתח תקוה, וואו צו די באשטימטע צייט זענען ערשינען אין זאל דער חתן מיט די מחותנים און מ'האט אנגעהויבן די פרייליכע ריקודין של שמחה.
חתן און מחותנים שליט''א ערשיינען צו די ריקודין.jpg
חתן און מחותנים שליט''א ערשיינען צו די ריקודין.jpg (70.97 KiB) געזען געווארן 200 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:46 pm

א קורצע צייט שפעטער איז מרן רבינו שליט"א ערשינען אין זאל און דער ציבור איז אריין אין התלהבות'דיגע ריקודין,
הופעת כ''ק מרן רבינו שליט''א.jpg
הופעת כ''ק מרן רבינו שליט''א.jpg (89.92 KiB) געזען געווארן 187 מאל

דער רבי האט געטאנצן מיט'ן חתן,
רקידה עם החתן.jpg
רקידה עם החתן.jpg (83.95 KiB) געזען געווארן 187 מאל

און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, שפעטער איז ערשינען אין זאל דער זיידע פונעם חתן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער איז אויך געטאנצן מיט'ן חתן אויפ'ן בימת הכבוד.
הופעת כ''ק אדמ''ר מ'וויזניץ שליט''א.jpg
הופעת כ''ק אדמ''ר מ'וויזניץ שליט''א.jpg (89.11 KiB) געזען געווארן 187 מאל

דערנאך האט מען ממשיך געווען א לענגערע צייט מיט די ריקודין של שמחה.
שיחה.jpg
שיחה.jpg (81.54 KiB) געזען געווארן 187 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:50 pm

די חתונה איז געפראוועט געווארן אויף גאר א געהויבענעם פארנעם מיט די באטייליגונג פון טויזענטער חסידים ואנשי מעשה און פילע אדמורי"ם ורבנים שליט"א.
בימת הכבוד.jpg
בימת הכבוד.jpg (95.21 KiB) געזען געווארן 177 מאל

צאנז.jpg
צאנז.jpg (78.31 KiB) געזען געווארן 177 מאל

נאכ'ן טאנצן איז רבינו שליט"א ארויסגעגאנגען פון זאל פאר א קורצע הפסקה בשעת מען האט צוגעגרייט דעם זאל צום מצוה טאנץ אויף א געניטן סדר דורך די עסקני קהלתינו הק' פון בני ברק.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ דער לייפניקער רב שליט"א א ברודער פונעם מחותן אבי הכלה. מיט די ערשטע צוויי ברכות הגה"צ אב"ד ד'קהלתינו וויליאמסבורג שליט"א,
אב''ד וומ''ס.jpg
אב''ד וומ''ס.jpg (65.73 KiB) געזען געווארן 177 מאל

דערנאך זענען מכובד געווארן מיט א ברכה הגה"צמ'ראצפערט בראזיל שליט"א א מחותן פונעם אבי החתן הגה"צ ראש ישיבתינו בב"ב שליט"א, הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא,
רא''מ.jpg
רא''מ.jpg (70.12 KiB) געזען געווארן 177 מאל

הגה"צ סעמיהאלי רב שליט"א און מיט ברכה אחריתה הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:56 pm

באלד דערנאך איז פארגעקומען דער געהויבענער מצוה טאנץ וואו דער בדחן איז געווען האברך ר' יואל הערשקאוויטש הי"ו פון בני ברק וואס האט אויסגערופן דעם רבי'ן מיט גאר הארציגע און טרעפליכע חרוזים וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין א התעוררות'דיגן שטימונג, נאכ'ן גראמען איידער דער רבי איז צוגעגאנגען צום מצוה טאנץ האט מען א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, און דערנאך איז פארגעקומען דער געהויבענער מצוה טאנץ ווען רבינו שליט"א איז געטאנצן באש קודש א לענגערע צייט, דאס איז געווען מעמד פון שמחה און התרגשות וואס וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן פון אלע באטייליגטע.
מצוה טאנץ 1.jpg
מצוה טאנץ 1.jpg (96.02 KiB) געזען געווארן 166 מאל

מצוה טאנץ 2.jpg
מצוה טאנץ 2.jpg (86.08 KiB) געזען געווארן 166 מאל

מ''ט חתן.jpg
מ''ט חתן.jpg (74.73 KiB) געזען געווארן 166 מאל

משפחה.jpg
משפחה.jpg (95.98 KiB) געזען געווארן 166 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:58 pm

רבי ב''פ רב.jpg
רבי ב''פ רב.jpg (81.37 KiB) געזען געווארן 165 מאל

רבי ר''י.jpg
רבי ר''י.jpg (89.38 KiB) געזען געווארן 165 מאל

דער רבי שליט"א אין א ריקוד מיט גיסו האדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א זיידע פון חתן און מיט נכדי בית וויזניץ
רבי מיט וויזניץ.jpg
רבי מיט וויזניץ.jpg (108.19 KiB) געזען געווארן 165 מאל

רבי מיט נכדי וויזניץ.jpg
רבי מיט נכדי וויזניץ.jpg (99.57 KiB) געזען געווארן 165 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:01 pm

דאן האט דער בדחן ממשיך געווען אויסצורופן צום מצוה טאנץ דעם זיידן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א,
וויזניץ מ''ט.jpg
וויזניץ מ''ט.jpg (91.13 KiB) געזען געווארן 1099 מאל

און דערנאך האבן געטאנצן דער זיידע הגה"צ רב דקהלתינו פון בארא פארק שליט"א,
ב''פ רב מ''ט.jpg
ב''פ רב מ''ט.jpg (63.58 KiB) געזען געווארן 1099 מאל

און דערנאך די מחותנים שליט"א
מצוה טאנץ פון אבי החתן שליט''א.jpg
מצוה טאנץ פון אבי החתן שליט''א.jpg (81.8 KiB) געזען געווארן 1099 מאל

מצוה טאנץ פון אבי הכלה 2.jpg
מצוה טאנץ פון אבי הכלה 2.jpg (95.94 KiB) געזען געווארן 1099 מאל

און חתן כלה. ויה"ר שמשמחה זו יושפע שפע רב לכל בית ישראל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:04 pm

ביקור קודש – דריטן טאג – ערש"ק פ' ויקהל העעל"ט

פרייטאג ערש"ק אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון, ווי דער רבי שליט"א האט בעפאר'ן דאווענען געצינדן ליכט לרגל הילולת הרה"ק בעל נועם אלימלך מ'ליזענסק און דאן געזאגט די תפילה פון הייליגן בעל הילולא זי"ע.
דער רבי צינדט ליכט לרגל הילולת הרה''ק מ'ליזענסק זי''ע.jpg
דער רבי צינדט ליכט לרגל הילולת הרה''ק מ'ליזענסק זי''ע.jpg (88.32 KiB) געזען געווארן 1097 מאל

שחרית.jpg
שחרית.jpg (96.56 KiB) געזען געווארן 1097 מאל


אין די מיטאג שטונדן איז אנגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן גיסו האדמו"ר מ'בעלזא שליט"א וואו ס'האט זיך אנטוויקלט א שיינע שמועס במנהגי בית בעלזא און בדברי תורה וסיפורי צדיקים און נאך.
(שוין געווען בילדער...)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:27 pm

די רבי האט יעצט פארענדיגט די פייערדיגע תורה ביים לחיים טיש בהשאטער אצל ציון התנא ר' עקיבא זי"ע. דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער האט דערנאך אויסגעריפען אז אלע בחורים וואס האבען באקימען א "צו גיוס" זאלען ארויפקומען נעמען שריים פינעם רבי'ן. דער עולם האט זיך גענומען טאנצען מיט ה' הוא מלכינו...... עצו עצה..... מיר יודעלעך אינאיינעם.......

מה נהדר היה המראה!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:10 pm

די רבי איז אויפן וועג קיין קרית צאנז אין נתני'

IMG-20140225-WA047.jpg
גרייט....
IMG-20140225-WA047.jpg (39.57 KiB) געזען געווארן 982 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:28 pm

ווי אלט איז דער חתן? ער קוקט אויס ווי 15 יאר אלט און אביסל ....
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 4749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:31 pm

14, און בכלל נישט
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:44 pm

נצור לשונך האט זיך אריינגעריקט
און ער מעקט און מאכט
א גיט יאר
כאטשיג בין איך געוואר געווארן אז די עקזעסטירסט
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 854 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:57 pm

IMG-20140225-WA053.jpg
IMG-20140225-WA053.jpg (46.74 KiB) געזען געווארן 940 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:06 pm

פארוואס האט אים צאנזער רב אויפגענומען אינדרויסן? זיין אינעווייניגסטע שטוב איז אונטער קאנסטרוקציע?
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 843 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:46 pm

באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 26, 2014 1:15 am

שיינע בילדער פרייליך. איך ווער צושפרינגען יעדע מאל איך זעה בילדער פון א"י, די ווייסע שטיינערנע הייזקעס, ובפרט פון מירון! מירון איז דאך א קוואל פון חיזוק פאר די גוף און נשמה ביינאזאם.
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:43 am

שמעקעדיג האט געשריבן:שיינע בילדער פרייליך. איך ווער צושפרינגען יעדע מאל איך זעה בילדער פון א"י, די ווייסע שטיינערנע הייזקעס, ובפרט פון מירון! מירון איז דאך א קוואל פון חיזוק פאר די גוף און נשמה ביינאזאם.

וועלעכע חלק מאכט דיך שפרינגען
די ווייסע שטיינערנע הייזקעס איז דא אין וואשינגטון אויכעט
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 854 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:31 am

פלעין יודיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:שיינע בילדער פרייליך. איך ווער צושפרינגען יעדע מאל איך זעה בילדער פון א"י, די ווייסע שטיינערנע הייזקעס, ובפרט פון מירון! מירון איז דאך א קוואל פון חיזוק פאר די גוף און נשמה ביינאזאם.

וועלעכע חלק מאכט דיך שפרינגען
די ווייסע שטיינערנע הייזקעס איז דא אין וואשינגטון אויכעט


דאס קדושה אין ארץ הקודש איז פארהאן טראץ די טמאים האבען עס פארשמירט בפשעיהם וחטאתם, וועלכע ערליכע איד די טרעפסט נאר אהן העט'ר זאגען וואסערע געהויבענקייט און קדושה עס שפירט זיך אין די אלע ערטער
די סאטמאר רב האט נאר געזאגט מחמת חיבתו צום הייליגען ארט אז מען ברויך שטארק זיך היטען פון די מכשולים דארט

כמו שנת' בארוכה פאריאר ווען די ברודער פון רבי'ן איז גיפארען מיט טויזענטער אנ''ש.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל

הודעהדורך התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:23 pm

שבע ברכות אין וויזניץ מיט דער דריי שוואגער'ס
בייגעלייגטע פיילס
photo 5.JPG
photo 5.JPG (73.28 KiB) געזען געווארן 687 מאל
התם ומתמם עם תמימים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 185
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:34 pm

דרשה אין בני ברק
בייגעלייגטע פיילס
file-126.jpeg
file-126.jpeg (55.83 KiB) געזען געווארן 554 מאל
file-142.jpeg
file-142.jpeg (41.52 KiB) געזען געווארן 554 מאל
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:42 pm

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:שבע ברכות אין וויזניץ מיט דער דריי שוואגער'ס

באקומען פון איינעם א באריכט מיט א בילד:

א שיינע שבע ברכות איז פארגעקומען צוגעשטעלט דורך וויזניצער רבי, מיט די באטיילונג פון קינדער און אייניקלעך פון וויזניץ רבי.

דער סאטמאר'ע רבי איז אנגעקומען ארום 4:30 זיך געוואשן, טועם געווען פיש. געווינטשן לחיים.

נאכדעם האט מען געזונגען שיינע ווארימע וויזניצע ניגונים אנגעפירט דורך יעקב דאסקאל און וויזניץ כאר מיט מאיר אדלער.

בעלזא רב איז אנגעקומען און זיך געוואשן און נאך פיש געווינטשן לחיים פאר די גאנצע אויבן אן.

מהאט געזונגען ווייטער און מהאט סערווירט זופ, פלייש פון וואס וויזניץ רבי האט צוזאם געמישט אלע 3 טעללער פון די אדמורי"ם און ארויף געגעבן שריים.

דערנאך האט א בדחן געגראמט און ארויס געהויבן די אלע צייטן וואס איז פארביי אין די שנה ראשונה פון סאטמאר און בעלזא רבי'ס ווי דער זיידע דער אמרי חיים ז"ל און דער שווער דער ישועות משה ז"ל האבן ארויסגעוויזן א ליבשאפט צו זיי.

מיט בענטשן איז מכובד געווארן רבי מנחם ערנסטער, ר"י וויזניץ
בעלזא רב ברכות ראשונות
סאטמאר רבי ברכה אחריתא

נאכדעם האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן אנכאפענדיג נעבן טיש, נאך אביסל איז געווארן א רינג.
ריקודין בוויזניץ.jpg
ריקודין בוויזניץ.jpg (44.44 KiB) געזען געווארן 494 מאל

מ'האט זיך אלע געווינטשן מז"ט און בעלזא רב איז ארויס און דערווייל האט די סאטמאר רבי זיך באגריסט מיט זיינע נעפיו'ס און איר נעפיו'ס, אלע אייניקלעך פונעם ישועות משה.

נאכדעם האט וויזניצע רבי ארויס באגלייט דעם סאטמאר'ן רבי'ן ביזן קאר.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:13 pm

פלעין יודיש האט געשריבן:נצור לשונך האט זיך אריינגעריקט
און ער מעקט און מאכט
א גיט יאר
כאטשיג בין איך געוואר געווארן אז די עקזעסטירסט

ניין. ס'דא ווען מ'דארף מעקן. עת לנטוע ועת לעקור נטוע....כה לחי. יישר כח. נצור לשונך מרע... :like :? 8-) :lol: :roll: :P :P :P :P :P :oops: :cry: :cry: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:20 pm

פלעין יודיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:שיינע בילדער פרייליך. איך ווער צושפרינגען יעדע מאל איך זעה בילדער פון א"י, די ווייסע שטיינערנע הייזקעס, ובפרט פון מירון! מירון איז דאך א קוואל פון חיזוק פאר די גוף און נשמה ביינאזאם.

וועלעכע חלק מאכט דיך שפרינגען
די ווייסע שטיינערנע הייזקעס איז דא אין וואשינגטון אויכעט

דו פאר קיין וואשינטאן. און אינז עמער אי"ה פארן צוזאמען מיט'ן רבי'ן שליט"א. אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר!!! :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :o :shock:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:22 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:שיינע בילדער פרייליך. איך ווער צושפרינגען יעדע מאל איך זעה בילדער פון א"י, די ווייסע שטיינערנע הייזקעס, ובפרט פון מירון! מירון איז דאך א קוואל פון חיזוק פאר די גוף און נשמה ביינאזאם.

וועלעכע חלק מאכט דיך שפרינגען
די ווייסע שטיינערנע הייזקעס איז דא אין וואשינגטון אויכעט

דו פאר קיין וואשינטאן. און אינז עמער אי"ה פארן צוזאמען מיט'ן רבי'ן שליט"א. אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר!!! :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :o :shock:

כ'האב פארגעסן: סוף פסוק: "המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד!!! :P (מחוצף)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:42 pm

ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א בארה"ק
המשך דריטן און פערטן טאג - ערש"ק ושב"ק פ' ויקהל העעל"ט


דערמיט טוען מיר זיך אנטשולדיגן פאר אונזערע טויזענטער ליינער אנשי שלומינו שיחיו, אז מחמת ריבוי העבודה וקוצר הזמן האבן מיר נאכנישט עספיעט אנצויאגן מיט'ן באריכט ביז היינט – מיר פרובירן אנצוקומען די שנעסלטע ווי נאר מעגליך, ועם הקוראים הסליחה.
פאלגענד זענען מיר ממשיך מיט א באריכט פון דעם געהויבענעם שב"ק און מוצאי שבת העעל"ט בצל הקודש אין בני ברק.

במשך דעם פרייטאג זענען אנגעקומען נאך א צאל געסט וועלכע זענען געווען דאנערשטאג נאכט אין ליזענסק על ציון הק' פון הרבי ר' אלימלך זי"ע ביומא דהילולא, אויך האבן זיך אנגעזעהן פילע געסט מאנ"ש פון איבער ארה"ק ווי אויך פילע נדיבי עם פון אמעריקע און אייראפע, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש.

ערש"ק נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א געגאנגען צו די נייע מקוה וואס איז לעצטנס געבויעט געווארן אין בבית מדרשינו זכרון מאיר אין בני ברק, וואו די הנהלת המקוה האבן געצייגט דעם רבי'ן אלע הלכה'דיגע איינריכטונגען פון די נייע מקוה.

א נארהאפטיגער טועמי' איז צוגעגרייט געווארן פאר אלע חשובע געסט אין ביהמ"ד עטרת זקנים בבנין הת"ת ביז'ן זמן פון הדה"נ.

בערך 45 מינוט נאכ'ו זמן איז מרן רבינו שליט"א אין באגלייטונג פון חתן ומחותנים שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הג' אין שיכון וואו רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מנחה כנהוג, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הר"ר חיים שלום האלברשטאם שליט"א בן האדמו"ר מ'באבוב שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד דקהילתינו ב"פ שליט"א, נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער עולם אדורכגעגאנגען גוט שבת זאגן אונטער א שיינעם סדר פון די עסקני הקהילה, עס האבן זיך אויך אנגעזעהן פילע תושבים פון די שטאט בני ברק וועלכע זענען געקומען שלום נעמען פון רבינו שליט"א.

די סעודת שבת פאר די אורחים און די בני המשפחה איז צוגעשטעלט געווארן אין די זאלן פון "ארמונות חן", ווי עס איז צוגעשטעלט און סערווירט געווארן די סעודות שב"ק אויף א רייכן שטייגער, און נאך די סעודה איז דער עולם אריבערגעגאנגען צום גרויסן אודיטאריום געביידע אויף רחוב רבינאוו וואו עס איז געפראוועט געווארן דער שולחן הטהור.

מרן רבינו שליט"א איז ערשינען צום שולחן הטהור אום 10:15 וואו דער טיש איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם מיט די באטייליגונג פון א ריזיגן ציבור ובראשם פילע רבני העיר שליט"א, ווי צווישן זיי האבן זיך געציילט עטליכע אדמור"י העיר וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם שלחן הטהור פון רבי'ן שליט"א נאכ'ן פראווען זייערע טישן בקרב קהילתם.

מיט כל מקדש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו ירושלים שליט"א, און מיט מנוחה ושמחה הגה"צ מטשערנאביל-אלעד שליט"אדערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט א לענגערן דרוש ופלפול וואס האט אריינגענומען דעם גאנצן עולם אין א חדוותא דשמעתתא אויפ'ן פסוק פון ויקהל משה אין די סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה ועשה.

מיט קה אכסוף האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ רב דקהל שבט הלוי שליט"א בן פוסה"ד הגאון בעל שבט הלוי שליט"א, מיט קה רבון הגה"צ רב שיכון ו' שליט"א פון ב"ב , דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען הר"ר יעקב מרדכי האגער שליט"א בן האדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א פארצוזינגען רחם בחסדך.

מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם מחותן אבי הכלה שליט"א, און ביי אמירת השבע ברכות האט דער רבי מיט ברכות ראשונות גיסו הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, און מיט ברכה אחריתה הגאון ר' משה שאול קליין שליט"א חבר בד"ץ שבט הלוי.

דערנאך האט דער בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגעטרעטן מיט הערליכע חרוזים לכ' די שמחה, און האט אויפגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ.

דאן האט רבינו שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן מצוה טאנץ א לענגערע צייט באש קודש בשעת ווען דער גאנצער ציבור טאנצט מיט בהתלהבות ובהתרגשות, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיט'ן חתן און די מחותנים שליט"א.

מיט אז ביום השביעי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' שלום קליין שליט"א מרבני קהלתינו, און מ'האט פארענדיגט דעם טיש ארום 2:00 פארטאגס.

שבת קודש אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א ערשינען צו די חברת תהלים פון די ילדי תשב"ר אין ביהמ"ד הג' וואו דער רבי שליט"א האט מיטגעזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים מיט די תינוקות של בית רבן. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל חברת תהלים מוה"ר יצחק אייזיק ווייס הי"ו וועלכער האט אראפגעגעבן וויאזוי די חברת תהלים איז נתייסד געווארן בפקודתו של רבינו שליט"א מיט 20 יאר צוריק בשנת תשנ"ד בשעת די נסיעה פון אביו מרן רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, און ר' אייזיק האט דערציילט וויפיל ישועות אידן האבן שוין געזען במשך די אלע יארן אין זכות פון דעם כח פון די חברת תהלים פון די תשב"ר.

דאן האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי חיזוק פאר די קינדער איבער דעם גרויסן כח פון אמירת תהלים און דער כח פון תפילת התשב"ר.

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית וואו עס איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהילתינו הק' בארא פארק יצ"ו. דערנאך האט רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית.

פאר קריאת התורה האט מען פארטיילט דעם נייעם ספר אורות חיים חידושים על עניני שבת קודש פון מחותן הגה"צ ראש ישיבתינו ב"ב שליט"א.

מיט פתיחת הארוה"ק איז מכובד געווארן בנש"ק הרב אהרן בן הרש"א טייטלבוים שליט"א מגדולי עסקני מוסדות יטב לב בארה"ק. די עלי' פון כהן האט עולה געווען הר"ר פינחס בינדער הי"ו חבר הנהלת העדה החרדית בירושלים. לוי – הנגיד בנש"ק הרב שלמה משה הלוי קלאגסברוין הי"ו. שלישי - הגה"צ אב"ד דקהילתינו בארא פארק שליט"א. רביעי - הגה"צ אב"ד דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א. חמישי - דער מחותן אבי הכלה שליט"א, שביעי - דער חתן שליט"א.
דערנאך זענען מכובד געווארן מיט עליות, הגה"צ רב באר שבע שליט"א, הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו ירושלים שליט"א, און דערנאך די חשוב'ע אורחים וועלכע האבן מנדב געווען סכומים הגונים פאר'ן נייעם בנין הבית חינוך לבנות: הרה"ח מוה"ר אברהם ווידער הי"ו ראה"ק דקרית יואל, הרה"ח מוה"ר מאיר הירש הי"ו מראה"ק ומנהל המוסדות קרית יואל, הרה"ח מוה"ר דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק קרית יואל, הרה"ח מוה"ר אהרן וועלץ הי"ו מנהל המוסדות בארא פארק, הרה"ח מוה"ר אליעזר ווייס הי"ו מראה"ק קרית יואל, הרה"ח מוה"ר גרשון מענדל ניימאן הי"ו מגדולי תומכי המוסדות, הרה"ח מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק ד'קהלתינו הק', הרה"ח מוה"ר מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' וומסב"ג, הרה"ח מוה"ר אברהם יודא ראזענבערג הי"ו חבר הנהלת קהלתינו, הרה"ח מוה"ר וואלף פערל הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב, הרה"ח מוה"ר יצחק פרענקל הי"ו, (און) הרה"ח מוה"ר ברוך מרדכי אבערלענדער הי"ו פון מאנטריאל, הרה"ח מוה"ר יעקב זוסמאן סופר הי"ו חבר הנהלת המתיבתא ק"י, הרה"ח מוה"ר חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק, הרה"ח מוה"ר אשר לעוו הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב באייראפע, הרה"ח מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' וומסב"ג, הרה"ח מוה"ר חיים לעבאוויטש הי"ו חבר הנהלת מקוה טהרה שע"י קהלתינו הק' וומסב"ג, הרה"ח מוה"ר אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו פון בארא פארק, הרה"ח מוה"ר הערשל זילבערשטיין הי"ו פון וויליאמסבורג, און הרה"ח מוה"ר יצחק שווארץ הי"ו פטרון חבורת תורתך שעשועי.
מיט די עלי' פון אחרון איז מכובד געווארן הרה"ח מוה"ר חיים לעווי הי"ו פון וויען. מפטיר האט עולה געווען הרה"ח מוה"ר אהרן משה שלאגער הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב. מיט הגבה איז מכובד געווארן מוה"ר שלמה הערש עקשטיין הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב, און מיט גלילה מוה"ר מאיר פערל הי"ו מנכ"ל מוסדות יטב לב בארה"ק.
די פילע געסט נדיבים בעם וועלכע האבן עולה געווען די אלע עליות האבן אלע מנדב געווען גאר גרויסע סכומים פאר'ן בנין החדש בפרט און פאר מוסדות יטב לב בארה"ק בכלל און אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען אסטראנאמישע סכומים להרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק'.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ ר' חיים צבי שליט"א אב"ד סיגוט בן מרן רבינו שליט"א, און דאן האט זיך איבערגחזר'ט דעם הערליכן סעודת שב"ק ושמחת השבע ברכות אינאיינעם מיט די געסט אין די זאלן פון ארמונות חן. מרן רבינו שליט"א האט געפראוועט דעם סעודת יום שב"ק פריוואט בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח מוה"ר משה חיים ווייס הי"ו מנהל המוסדות אין בני ברק.

צו תפילת מנחה איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הג' ביי קריאת התורה איז מכובד געווארן מיט פתיחה הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ תו"י אין וויליאמסבורג. כהן - ר' אליעזר דוד גליק הי"ו. לוי - הרה"ח מוה"ר מרדכי אלעזר הירש הי"ו אדמיניסטראטאר מוסדותינו הק' וויליאמסבורג. שלישי - הרה"ח מוה"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' וויליאמסבורג. רבינו שליט"א איז געגאנגען הגבה כנהוג, און מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח מוה"ר וואלף יאקאבאוויטש הי"ו.

סעודת שלישית איז געפראוועט געווארן ברוב התעוררות אין דעם גרויסן אודיטאריום געביידע אויף רחוב רבינאוו אויף א דערהויבענעם פארנעם. מיט אודה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' שלום קליין שליט"א, און מיט שיר המעלות הרה"ג ר' מאיר לוריא שליט"א.

ביי די תורה האט רבינו שליט"א זיך געשטעלט אויפ'ן ענין וואס די תורה האט מקדים געווען שבת למלאכת המשכן דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון קדושת שבת וואס דורך דעם איז מען זוכה צו א שלימות'דיגע תשובה מעומק הלב. און מיט דעם כח פון שבת האט מען געקענט מבטל זיין דעם כח פון המן הרשע.

מיט ידיד נפש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח הישיש מוה"ר יושע ווייס שליט"א, מיט קל מסתתר הרה"ח מוה"ר נחמן יאקאב שליט"א פון ירושלים עיה"ק, און מיט שושנת יעקב הרה"ג ר' חיים עזריאל יאזשעף שליט"א ר"מ בישיבה גדולה אין בני ברק. נאך שושנת יעקב האט מען געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שבע ברכות,
סעודת שלישית.jpg
סעודת שלישית.jpg (64.96 KiB) געזען געווארן 257 מאל

דערנאך האט רבינו שליט"א געבענטשט על הכוס און געזאגט די שבע ברכות, און דאן האט דער רבי געדאווענט מעריב
מעריב.jpg
מעריב.jpg (71.7 KiB) געזען געווארן 257 מאל

און געמאכט הבדלה.
הבדלה.jpg
הבדלה.jpg (76.22 KiB) געזען געווארן 257 מאל

הבדלה2.jpg
הבדלה2.jpg (72.42 KiB) געזען געווארן 257 מאל

•♦•
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שעפטל אום דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:25 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און איין גאסט