דעבאטע: רעוואלוציע אינערהאלב חרדיזם אדער נישט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

דעבאטע: רעוואלוציע אינערהאלב חרדיזם אדער נישט?

שליחה דורך הוגה »

נעכטן בשעת וואס קאווע שטיבל האט זיך גע'אשכול'ט ווי שוואמען נאך א רעגן, האט זיך ביי א חסידישע צוזאמקום אין וואטסעפפ עיר התורה ערווארבן די פאלגענדע דעבאטע. איך גלייב אז רוב חברים דארט ליינען ק"ש און לכה"פ איינער (guess who...) שרייבט אויך. איך לייג דא ארויף די שמועס מיט די האפענונג צו הערן אייערע מיינונג אין דער נושא.
נ. ב. נעמען זענען געטוישט געווארן צוליב א טעם הכמוס אתי, די היתר ליגט ביים וויענ'ער רב שליט"א.

אברמי: אן ערענסטע רעוואלוציע קומט יעצט פאר אין קאווע שטיבל, די עולם איז צעהיצט.

ברוך: וואו?

אברמי:אין די אשכולות בנוגע צניעות, אסיפה, רבנים, רייכטום און בירט קאנטראל.

געציל: דאס איז טיפיקעל קאוועמעניו.

אברמי: ווי אזוי מיינסטו זעהט אויס די אנהייב פון א ריכטיגע רעוואלוציע, געציל?

געציל: אזוי ווי אין אוקראינה.

אברמי: דארט האט זיך עס אויך אנגעפאנגען אויף די פארומס און בלאגס.

געציל: כ'האב נישט געוואוסט.

אברמי: איך ווייס אז דו ביזט נישט קיין גרויסע גלייבער אין די כח פון ק"ש, אבער איך גלייב אז ק"ש וועט נאך איין טאג זיין אין די היסטאריע ביכער.

ברוך: איך האלט אויך אזוי.

געציל: מעגליך, אבער דאס מיינט נאך נישט אז מען האלט שוין יעצט ביי א רעוואלוציע. די פראבלעם איז אז רוב עולם איז אקעי, די מצב איז נישט אזוי שלעכט ווי מאנכע מאכן עס.

אברמי: מיר רעדן נישט דא פון עפעס א דעמאקראטישע פראצעס וואס דארף רוב. פופצן-צוואנציג פראצענט איז גענוג. קאווע שטיבל, אנדערע בלאגס אדער פ"ב גרופעס זענען נישט די רעוואלוציע, זיי שפיגלן אבער יא אפ די געפילן פון דעם עולם אז ס'שוין כמעט נתמלא סאתם.

געציל: א רעוואלוציע פארלאנגט אז לכה"פ פופציג פראצענט פונעם עולם זאל אריינגעשלעפט ווערן דערין, כדי עס זאל קענען מצליח זיין.

אברמי: וואס עפעס פופציג פראצענט? פארוואס איז נישט גענוג אז דרייסיג פראצענט טיילן זיך אפ און שטעלן צו א בעסערע אפציע פאר חסידישע אידן?

געציל: דאס הייסט נישט קיין רעוואלוציע.

אברמי: רוף עס וואס דו ווילסט. קיינער רעדט נישט פון טוישן די יושבי חשך, סך הכל וויל מען מנוחה. Live and let live.

געציל: אויף דעם פעלט דאך נישט אויס קיין דרייסיג פראצענט, אויף דעם איז גענוג א מנין יודן אויך. די פאקט אז ס'געשעהט נישט צייגט אז דער עולם איז פיין באקוועם.

אברמי: גערעכט, מיר זענען טאקע עטוואס באקוועם, אבער ס'ווערט ענגער פון טאג צו טאג.

געציל: וואס הייסט?

אברמי: Come on! דו זעסט דאך אליינס, קען זיין אז דו ביזט אקעי אבער דו זעסט וואס דא גייט פאר. א יעדע טאג פרישע תקנות וגזירות. מוסדות וקהילות מאכן סעלעקציעס. אפילו חסד ארגאניזאציעס מאכן סעלעקציעס ווער איז ווערד צו באקומען זייער הילף. און די רבנים זענען איין שטיק... וואס נאך ווילסטו? ווען די וועלט גייט איין וועג און חרדיזם גייט צום פארקערטע ריכטונג וועט די באבעל בהכרח מוזן פלאצן איין טאג. פארשטייט זיך אז עס וועט אלעמאל זיין חרדיזם און עס וועלן אלעמאל פונקציאנירן עקסטרעמיסטן. קוק נאר אן די עקסטרעמע rhetoric און פרעג דיר אליין וואס דא גייט פאר. אפילו אויב די אלע וואס שרייען און שעלטן זענען נישט גערעכט, צייגט עס נאך אלץ...

געציל: איך זעה גארנישט ניי אין די rhetoric. אדרבא, מיר זענען די וואס פארלירן.

אברמי: דעמאלטס קען זיין אז איך בין בייעסד. געציל זעהט נישט קיין שום עקסטרעמע rhetoric און אפטעמיסט קען נישט קיין איין היימישע איד וואס איז געגאנגן אין מיליטער פאר דרייסיג פערציג יאר צוריק... ;) פארוואס זאגסטו אז מיר פארלירן?

געציל: אויב זיי קענען צוזאם שלעפן צענדליגער טויזנטער מענטשן צו נארישע אינטערנעט אסיפות מיינט עס אז מיר - קאווע שטיבל קוועטשערס - פארלירן ביג טיים. די דינערס פאר די מוסדות זענען געפאקט. מענטשן צאלן רבי געלט צו קויפן "די וואך", וואך איין און וואך אויס.

דוד: טאקע אין די גאס זעהט אויס אז זיי געווינען. אסיפות און כינוסים זענען געפאקט. אבער אין די הייזער און אין די טאשן פון די זעלבע משתתפים לעבט די אינטערנעט ווייטער און לאכט. אגב געציל, מענטשן שפענדן אויך געלט א יעדע וואך צו קויפן people magazine און national enquirer.

אברמי: געציל, איך האלט אז די אסיפות דייקא העלפן אונז געווינען. די אסיפות צייגט פאר די גאס די אמת'ע פרצופים פון אונזערע מנהיגים און דער עולם ווערט fed up.

געציל: דוד, די פאקט אז מענטשן ווערן אינטערטעינד פון קוקן אויף בילדער פון רביים א יעדע וואך, ווייזט אז עס איז אדיקטיוו. מענטשן ווילן א רבי, ס'גייט זיי נישט אן אז ער איז אן אויסווארף.

דוד: איך ווייס נישט פארוואס מענטשן ווערן ענטערטעינד דערפון אבער דאס מיינט נאך נישט אז די רבנים האבן די מאכט. און אויב מענטשן ווערן ענטירטעינד פון קוקן אויף בילדער פון בראד פיט און אנדזשעלינא דזשאולי מיינט עס אז זיי האבן עפעס מאכט איבער אונז?

געציל: ס'ווייזט אז מענטשן דינען סעלעברעטיס און זיי האלטן זיך נישט צוריק דערפון ווייל זיי זענען נישט מאראליש.

אברמי: אדרבא, 'די וואך' איז די גרעסטע ראיה אז די רבנים פארלירן די מאכט. זיי זענען דאך געפערליך אקעגן בילדער.

געציל: הא הא... :-)

הערשי: ווי אזוי זעהט אויס א רעוואלוציע? ווען מוסדות הערן אויף אפצוזאגן קינדער פאר נארישע סיבות?

אברמי: איינער האט דאס דען געזאגט?

הערשי: איך פרעג. ווי אזוי זעהט עס אויס? וואספארא שינויים וועט זיך אנזעהן?

אברמי: איך מיין אז עס וועלן זיין מער lenient און עדזשוקעישאן מיינדעד מוסדות. באמת, ווער ווייסט?

הערשי: הייסט אז די יעצטיגע מוסדות וועלן טוישן זייער סטאנדארט און ווערן מער עדזשוקעישאן מיינדעד? דאס הייסט א רעוואלוציע?

אברמי: די ערשטע טריט פון א רעוואלוציע איז אז מענטשן הייבן זיך אויף און שרייען גענוג! מיר האבן גענוג געהאט!

הערשי: און דערנאך?

אברמי: נייע מוסדות, נייע קהילות, נישט אונטער זייערע הענט.

הערשי: נייע מוסדות געשעהט נישט אזוי גרינג. מען דארף מיליאנען דאלארן צו קענען פינאנצירן אזא רעוואלוציע.

אברמי: גערעכט. אבער איך האלט אז מען האלט כעת נאר ביי די אנהייב. ווי שנעל די רעוואלוציע וועט זיך אנטוויקלען ווענדט זיך אין ווי שטארק מ'וועט אונטערדרוקן דעם המון עם. ווי נאר זאכן וועלן זיך אנהייבן צו רוקן וועסטו שוין זעהן ווי אלעס וועט פאלן אין פלאץ. ליין נאר אביסל איבער די היסטאריע פון די ציווילע רעכטן באוועגונג וועסטו טרעפן אסאך similarities צו די יעצטיגע צושטאנד.

ברוך: איך גלייב אז נייע מוסדות זענען שוין אונטערוועגנס. ביז פינף יאר איז עס א פערטיגע מציאות.

הערשי: ווי אזוי קען מען זיין זיכער אז די נייע מוסדות וועלן נישט זיין א פשוט'ער קאפי פון די יעצטיגע מוסדות? מיט וואס פונקטליך וועלן זיי זיין אנדערש? פארוואס זעה איך נישט קיין רעוואלוציע?

דוד: ווען מ'הערט רעוואלוציע טראכט די עולם פון ווילדע ראיאטן איבער די גאסן און שאסייען מיט פליעדיגע פלאש באמבעס. נישט פון דעם רעדן מיר דא. מיר רעדן דא (און האפענטליך האלטן מיר שוין אויפן וועג) פון אפשטעלן דאס פלייץ און שטראם צו עקסטרעמיזם, קאנפארמיטי און יוניפארמיטי. ווען אפילו נאר א מינאריטעט פון עלטערן ווייסן אז ס'דא א מעגליכקייט צו רעדן צום מחותן איבער אן אפציע פון ב"ק פאר די ערשטע שטיק צייט נאכן חתונה. אויב עלטערן וואלטן געוויסט אז זיי האבן די אפציע צו שיקן צו א חסיד'ישע חדר און ישיבה וואס גיבט אויך א גוטע סעקולארער עדזשוקעישאן. אויב א בחור קען גיין אנהייבן צו באקומען א גוטע דעגרי אן דעם וואס עס זאל קאליע מאכן זיינע שאנסן פאר א גוטע שידוך, א.א.וו. דאס איז רעוואלוציענעריש. דאס איז די רעוואלוציע אויף וואס מיר קוקן ארויס. קיין ווילדע געפעכטן וועט דא נישט זיין אויסער אויב איין צד איז אריינגעצוואונגען דערין. קיינער וויל עס נישט.

געציל: דוד, דו רעדסט פון עוואלוציע נישט רעוואלוציע.

אברמי: געציל, אלץ ביסטו פארנומען מיט semantics. רוף עס וואס דו ווילסט, אבער עפעס גרויס געשעהט דא.

געציל: חסידישע יונגעלייט וואס זענען פארנומען מיט semantics איז א טייל פון די עוואלוציע/רעוואלוציע... ;)

וואלווי: וואס איז די מסקנה? ווען איז די רעוואלוציע?

אברמי: זונטאג נאכמיטאג האלב נאך אכט אין די שאטער הגדול.



.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 59 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר