
נאטרוליסט האט געשריבן:איך האב געהערט אז די תורה פונעם רבי'ן איז געווען עפעס גג על גג על גג












שעפטל האט געשריבן:און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה, און דאן האט מען אריינגעלייגט די ספר תורה להיכל הארון קודש. און דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות.
תיכף נאך אמירת לדוד מזמור איז פארגעקומען א גאהר התרגשות'דיגער און געהויבענער מסיבת לחיים וואו דער ציבור האט אינאיינעם געזינגען ווארימע ניגונים ווי והאר עינינו, אהבה רבה, און נאך, מיט גרויס התעוררות.
נאך א לענגערע שעה פון נידוני דבקות דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און דאן משמיע געווען \ גאר פייערדיגע דברות קודש, ווי דער רבי האט צוערשט אנגעהויבן מיט דברי תורה מקשר צו זיין סוף התורה לתחילתה, און ארומגערעדט פון דעם וואס שטייט אין זוה"ק קוב"ה אורייתא וישראל חד היא, אז יעדער איד איז מקושר צו הקב"ה און צו די תורה הק' און דער רבי האט דאס משלב געווען מיט דברי מוסר והתעוררות ווי צום ערשט האט דער רבי ארויסגעברענגט בשבח קהלתינו אין בני ברק וואו ס'איז ב"ה נתוסף געווארן ספסלי ביהמ"ד מיט שיעורי תורה, און די אברכי הכולל וואס האבן זיך לעצטנס פארהערט אויף זייערע לימודים ביי די גדולי הרבנים, נאכדעם האט דער רבי מעורר געווען בעניני חינוך הבנים והבנות מען זאל זיך נישט שעמען מפני המלעיגים וואס לאכן אפ פון דעם חינוך הטהור, מען זאל זיין אפגעשיידט מיט א הבדלה פון די גאס און פון אלע צייטונגען, מען זאל אכטונג געבן אויף די שטוב מען זאל חלילה נישט רעדן אויף די טמא'נע העברעאישע שפראך, און מ'זאל איינהאלטן אלע תקנות פון שיכון. אויך האט דער רבי ארומגערעדט בעניני צניעות ביי נשים, דער רבי האט זיך באנוצט מיט די מליצה יש א"ם למסורת, אז יעדע מאמע איז מחויב איבערצוגעבן פאר די טעכטער די מסורת ישראל וואס עס הייסט צניעות און ערליכקייט. און אין דעם זכות פון זיך פירן בגדרי הצניעות וועלן נתקבל ווערן די תפלות פון אידישע קינדער פאר'ן הייליגן באשעפער.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו דעם נושא העומד על הפרק איבער די שרעקליכע גזירת הגיוס, און זיך באצויגן צו דעם וואס מ'האט זיך יעצט געפריידט מיט'ן חינוך ספר תורה, און אז ליידער זענען דא רשעי ישראל וואס ווילן מפריד זיין אידישע קינדער פון די תורה, להשכיחם תורתיך ולהעבירם מחוקי רצוניך, האט דער רבי געזאגט, היינט ווען מ'האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה זאגן מיר פאר די תורה הק' אונז גיי מיר בלייבן געטריי פאר די הייליגע תורה אונז זעמער גרייט אויף מסירות נפש, מיר וועלן גיין אין תפיסה, מיר וועלן זיך לאזן שלאגן און שמייסן, און מיר וועלן זיך נישט אפרייסן פון די הייליגע תורה. אידישע קינדער האבן שוין מיטגעמאכט אן אינקוויזיציע און א אוישוויץ און מיר וועלן ווייטער בלייבן געטריי פאר די תורה מיט אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים און די רשעי ישראל וועלן אונז נישט קענען אפרייסן פון די תורה, און אריינשלעפן אין אזעלכע פלעצער וואו מ'רייסט אוועק אידן פון שמירת התורה והמצוות.
דער רבי האט פארענדיגט אז המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, זיי וועלן האבן א מפלה אזוי ווי המן, און אידישע קינדער וועלן בלייבן מיט דעם הדר קבלוה מאהבה ורצון עד ביאת הגואל. וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק מ'זאל פטור ווערן פון די ביטערע צרה און מ'זאל שוין זוכה זיין צו ביאת המשיח בב"א.
נאך די פייערדיגע דברות קודש האט דער עולם זיך ארויסגעלאזט אין פלאמפייערדיגע ריקודין מיט א גייסט פון מסירות נפש פאר די תורה ומצוות, די גאהר התלהבות'דיגע ריקודין האבן אנגעהאלטן גאהר א לאנגע צייט בעת אינג און אלט טאנצן מיט בשמחת התורה.
אינמיטן טאנצן האט דער רבי שליט"א באפוילן אז די בחורי הישיבה זאלן ארפאקומען פון די פארענטשעס און טאנצן אינדערמיט, די אלע תלמידי הישיבה וועלכע זענען ליידער די באטראפענע פון די שווערע גזירה און האבן שוין ערהאלטן דעם צו גיוס פון די טמא'נע מיליטער האבן געטאנצן אינאיינעם ה' הוא מלכינו ולו אנו עבדים א לענגערע צייט מיט שמחה און התרגשות.
עס איז שוין געווען גאהר שפעט אין די נאכט ווען דער געהויבענער מעמד איז געקומען צו אן ענדע, און דער ציבור האט זיך צושיידט מיט געהויבענע געמיטער.
תיכף דערנאך איז סערווירט געווארן א רייכער סעודת מלוה מלכה פאר אלע חשובע געסט פון חו"ל אין די זאלן פון ארמונות ח"ן, ווי מען האט פארברענגט ביי סעודת דוד מלכא משיחא בשבת אחים גם יחד.





שעפטל האט געשריבן:פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צו א מסיבת שבע ברכות וואס איז צוגעשטעלט געווארן ספעציעל פאר די תלמידי הישיבה גדולה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט'ן אויפשטיין יעדן טאג פארטאגס, די מסיבת שבע ברכות איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד מוה"ר נפתלי הירצקא פרענקל הי"ו פון ב"ב מגדולי תומכי המוסדות,





גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט