נסיעת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק אדר א' תשע"ד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:59 pm

איך האב געהערט אז די תורה פונעם רבי'ן איז געווען עפעס גג על גג על גג, א פלפול עצום. פון דעם דערמאנט מען גארנישט. (אפשר פארשטייט נישט דער שרייבער...

ביטע עפעס באריכטן אויף וועלכע סוגיא דער רבי האט זיך געשטעלט וכו'.
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

הודעהדורך דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:19 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:איך האב געהערט אז די תורה פונעם רבי'ן איז געווען עפעס גג על גג על גג

איין דאך איז אראפגעפאלן. קיינער איז אבער ב"ה נישט געשעדיגט געווארן
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 956 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:06 pm

המשך ימי הביקור קודש אין ארה"ק
פיפטן טאג – מוצש"ק פ' ויקהל העעל"ט

מוצש"ק נאך הבדלה איז בבית האכסניא פון מרן רבינו שליט"א פארגעקומען דער שמחת הווארט-התנאים פון המחותנים מוה"ר חיים טאבאק הי"ו פון בני ברק – אבי החתן, און מוה"ר יעקב יאזשעף הי"ו פון בני ברק – אבי הכלה, ווי דער רבי שליט"א האט געליינט דעם תנאים.
תנאים.jpg
תנאים.jpg (76.38 KiB) געזען געווארן 674 מאל

דאן איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען אויף א באזוך ביים מרא דאתרא פון בני ברק הגאון רבי מי"ל לאנדא שליט"א, וואו עס איז אנטוויקעלט געווארן א הערליכער שמועס בעניני כשרות, וואו מ'האט גערעדט צווישן אנדערע פון דעם פראבלעם פון צומת הגידין ביי די עופות און פון די מעלות פון די מהודר'דיגע אריזאנע ווייץ פאר די מצות פאר פסח.
גאב''ד בני ברק.jpg
גאב''ד בני ברק.jpg (77.96 KiB) געזען געווארן 674 מאל

פון דארט איז רבינו שליט"א צוגעפארן צום שטוב פון מוה"ר יחזקאל משולם טעללער הי"ו, דער נדבן פון די נייע ספר תורה, וואו רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן א אות לסיום כתיבת הספר תורה,
כתיבת ספר תורה.jpg
כתיבת ספר תורה.jpg (89.67 KiB) געזען געווארן 674 מאל

און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר'ן חשוב'ן נדבן ובני משפחתו שיחי'.
מסיבת לחיים ס''ת.jpg
מסיבת לחיים ס''ת.jpg (87.37 KiB) געזען געווארן 674 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:10 pm

הגה"צ אב"ד דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א איז מכובד געווארן מיט הגבהת הספר תורה,
וומ''ס רב הגבה.jpg
וומ''ס רב הגבה.jpg (83.57 KiB) געזען געווארן 667 מאל

און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן ריקוד וואו דער רבי איז געטאנצן עטליכע מינוט מיט די ספר תורה, און דאן האט דער רבי שליט"א ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר ווערנדיג אנטפאנגען בשירה וזמרה דורך די אלפי חסידים ואנשי מעשה וואס האבן געטאנצן אויפ'ן גאס לכבוד התורה אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד הגדול אין שיכון קרית יואל.
רבי ארויסגעפירט די ספר תורה.jpg
רבי ארויסגעפירט די ספר תורה.jpg (80.95 KiB) געזען געווארן 667 מאל

א מחזה הוד וואס וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן ביי די אנוועזענדע איז געווען בשעת רבינו שליט"א האט אריינגעברענגט דעם ספר תורה אין היכל הביהמ"ד, ווען דער גאנצער ציבור איז אריין אין אן עקסטאז, עס האט זיך געשפירט אין א בחינה פון די הקפות אום שמח"ת, דער ביהמ"ד איז געווען געפאקט מקצה אל הקצה ארומגענומען מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס וואו די גאנצע עדה הקדושה האבן זיך געפריידט בשמחת התורה בשעת ווען רבינו שליט"א האט דורכגעפירט די הייליגע ריקודין של שמחה א לענגערע צייט.
ריקודין ס''ת.jpg
ריקודין ס''ת.jpg (84.03 KiB) געזען געווארן 667 מאל

דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה,
וומס רב ס''ת.jpg
וומס רב ס''ת.jpg (49.16 KiB) געזען געווארן 667 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:13 pm

און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה, און דאן האט מען אריינגעלייגט די ספר תורה להיכל הארון קודש. און דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות.
תיכף נאך אמירת לדוד מזמור איז פארגעקומען א גאהר התרגשות'דיגער און געהויבענער מסיבת לחיים וואו דער ציבור האט אינאיינעם געזינגען ווארימע ניגונים ווי והאר עינינו, אהבה רבה, און נאך, מיט גרויס התעוררות.
התרגשות'דיגער מסיבת לחיים.jpg
התרגשות'דיגער מסיבת לחיים.jpg (81.44 KiB) געזען געווארן 667 מאל


נאך א לענגערע שעה פון נידוני דבקות דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און דאן משמיע געווען \ גאר פייערדיגע דברות קודש, ווי דער רבי האט צוערשט אנגעהויבן מיט דברי תורה מקשר צו זיין סוף התורה לתחילתה, און ארומגערעדט פון דעם וואס שטייט אין זוה"ק קוב"ה אורייתא וישראל חד היא, אז יעדער איד איז מקושר צו הקב"ה און צו די תורה הק' און דער רבי האט דאס משלב געווען מיט דברי מוסר והתעוררות ווי צום ערשט האט דער רבי ארויסגעברענגט בשבח קהלתינו אין בני ברק וואו ס'איז ב"ה נתוסף געווארן ספסלי ביהמ"ד מיט שיעורי תורה, און די אברכי הכולל וואס האבן זיך לעצטנס פארהערט אויף זייערע לימודים ביי די גדולי הרבנים, נאכדעם האט דער רבי מעורר געווען בעניני חינוך הבנים והבנות מען זאל זיך נישט שעמען מפני המלעיגים וואס לאכן אפ פון דעם חינוך הטהור, מען זאל זיין אפגעשיידט מיט א הבדלה פון די גאס און פון אלע צייטונגען, מען זאל אכטונג געבן אויף די שטוב מען זאל חלילה נישט רעדן אויף די טמא'נע העברעאישע שפראך, און מ'זאל איינהאלטן אלע תקנות פון שיכון. אויך האט דער רבי ארומגערעדט בעניני צניעות ביי נשים, דער רבי האט זיך באנוצט מיט די מליצה יש א"ם למסורת, אז יעדע מאמע איז מחויב איבערצוגעבן פאר די טעכטער די מסורת ישראל וואס עס הייסט צניעות און ערליכקייט. און אין דעם זכות פון זיך פירן בגדרי הצניעות וועלן נתקבל ווערן די תפלות פון אידישע קינדער פאר'ן הייליגן באשעפער.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו דעם נושא העומד על הפרק איבער די שרעקליכע גזירת הגיוס, און זיך באצויגן צו דעם וואס מ'האט זיך יעצט געפריידט מיט'ן חינוך ספר תורה, און אז ליידער זענען דא רשעי ישראל וואס ווילן מפריד זיין אידישע קינדער פון די תורה, להשכיחם תורתיך ולהעבירם מחוקי רצוניך, האט דער רבי געזאגט, היינט ווען מ'האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה זאגן מיר פאר די תורה הק' אונז גיי מיר בלייבן געטריי פאר די הייליגע תורה אונז זעמער גרייט אויף מסירות נפש, מיר וועלן גיין אין תפיסה, מיר וועלן זיך לאזן שלאגן און שמייסן, און מיר וועלן זיך נישט אפרייסן פון די הייליגע תורה. אידישע קינדער האבן שוין מיטגעמאכט אן אינקוויזיציע און א אוישוויץ און מיר וועלן ווייטער בלייבן געטריי פאר די תורה מיט אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים און די רשעי ישראל וועלן אונז נישט קענען אפרייסן פון די תורה, און אריינשלעפן אין אזעלכע פלעצער וואו מ'רייסט אוועק אידן פון שמירת התורה והמצוות.

דער רבי האט פארענדיגט אז המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, זיי וועלן האבן א מפלה אזוי ווי המן, און אידישע קינדער וועלן בלייבן מיט דעם הדר קבלוה מאהבה ורצון עד ביאת הגואל. וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק מ'זאל פטור ווערן פון די ביטערע צרה און מ'זאל שוין זוכה זיין צו ביאת המשיח בב"א.
דברות קודש.jpg
דברות קודש.jpg (64.18 KiB) געזען געווארן 667 מאל


נאך די פייערדיגע דברות קודש האט דער עולם זיך ארויסגעלאזט אין פלאמפייערדיגע ריקודין מיט א גייסט פון מסירות נפש פאר די תורה ומצוות, די גאהר התלהבות'דיגע ריקודין האבן אנגעהאלטן גאהר א לאנגע צייט בעת אינג און אלט טאנצן מיט בשמחת התורה.
זינגן.jpg
זינגן.jpg (81.11 KiB) געזען געווארן 667 מאל


אינמיטן טאנצן האט דער רבי שליט"א באפוילן אז די בחורי הישיבה זאלן ארפאקומען פון די פארענטשעס און טאנצן אינדערמיט, די אלע תלמידי הישיבה וועלכע זענען ליידער די באטראפענע פון די שווערע גזירה און האבן שוין ערהאלטן דעם צו גיוס פון די טמא'נע מיליטער האבן געטאנצן אינאיינעם ה' הוא מלכינו ולו אנו עבדים א לענגערע צייט מיט שמחה און התרגשות.
בחורים.jpg
בחורים.jpg (108.44 KiB) געזען געווארן 667 מאל


עס איז שוין געווען גאהר שפעט אין די נאכט ווען דער געהויבענער מעמד איז געקומען צו אן ענדע, און דער ציבור האט זיך צושיידט מיט געהויבענע געמיטער.

תיכף דערנאך איז סערווירט געווארן א רייכער סעודת מלוה מלכה פאר אלע חשובע געסט פון חו"ל אין די זאלן פון ארמונות ח"ן, ווי מען האט פארברענגט ביי סעודת דוד מלכא משיחא בשבת אחים גם יחד.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:15 pm

ביקור קודש
זעקסטן טאג – זונטאג פ' פקודי העעל"ט

זונטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאוונט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הג' אין שיכון אינאיינעם מיט די ילדי התלמוד תורה, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן גאר א ווארימען דאווענען און דערביי ס'האט ווייט אפגעקלינגען דער קול קול יעקב, פון די הונדערטער צאן קדשים וואס ווערן נתחנך צווישן די ווענט פון אונזערע הייליגע מוסדות על טהרת הקודש.
זונטאג שחרית.jpg
זונטאג שחרית.jpg (78.47 KiB) געזען געווארן 662 מאל

נאכ'ן דאווענען האבן צוויי בחורים מצויינים זוכה געווען צו צוזאמלייגן די תפילין פון רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו די קינדער האבן געזינגען שיינע הארציגע ניגונים.
זונטאג לחיים.jpg
זונטאג לחיים.jpg (59.9 KiB) געזען געווארן 662 מאל

מיט פאסיגע ווערטער האט דער מנהל הר"ר יקותיאל יצחק בראך שליט"א וחבר הנהלת המוסדות מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א און האט איבערגעגעבן א גרוס פון הכנה דרבה וואס די קינדער האבן זיך געגרייט צום רבי'נס באזוך מיט לימוד התורה שעות רצופות מיט א סך הכל פון 2600 שעות רציפות.
נאכדעם האט דער מנהל הר"ר אלעזר יונה שטיינמעץ שליט"א איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן א רשימה פון די אלע נעמען פון די קינדער מיט די שעות וואס יעדער האט געלערנט אלס הכנה צום רבינ'ס קומען, וועלכער דער רבי שליט"א האט פריות'דיג דוירכגעקוקט מיט א קענטיגע הנאה און עונג רוחני.
שעות.jpg
שעות.jpg (68.01 KiB) געזען געווארן 662 מאל

דערנאך האט איינער פון די קינדער פון די תלמוד תורה פארגעזינגען שיינע חרוזים לכבוד דעם באזוך פון רבינו שליט"א, און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די קינדער וואו דער רבי האט ארומגערעדט איבער די ענינים פון אחדות און גוטע מדות וואס אין דעם זכות וועט אויפגעבויעט ווערן דער ביהמ"ק השלישי בקרוב ובמהרה.
נאך די דברות קודש האבן אלע קינדער געהאט די זכי' אדורכצודיין און ערהאלטן א מתנה פון רבי'ן שליט"א פערזענליך.
פארטיילט מתנות און ממתקים.jpg
פארטיילט מתנות און ממתקים.jpg (68.63 KiB) געזען געווארן 662 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:24 pm

נאך די מסיבה מיט די ילדי הת"ת, איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען צו די מיידל שולע, וואו עס האבן אפגעווארט די תלמידות פון די מיידל שולע וועלכע זענען געשטאנען מיט דרך ארץ און באשיידנקייט אויסגע'שורה'ט אין חצר אינדרויסן פון די שולע. דער רבי איז אריבערגעגאנגען די תלמידות אין באגלייטונג פון די נגידים תומכי המוסדות

מיידלעך.jpg
מיידלעך.jpg (76.21 KiB) געזען געווארן 651 מאל


און דערנאך רבי איז אריין אינעם בנין פון די מיידל שולע וואו דער רבי האט באטראכט פון די נאנט דעם שווערן צושטאנד פון דעם אלטן בנין. דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קודש פאר די איינגעשטעלטע אין די מיידל שולע.

באזיך אין שולע.jpg
באזיך אין שולע.jpg (74.31 KiB) געזען געווארן 651 מאל


ארום 5:00 אזייגער נאכמיטאג האט דער רבי געדאווענט מנחה אין שטוב פון הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א, נאך מנחה איז דער מעיאר פון בני ברק הרב חנוך זייבארד הי"ו געקומען נעמען א ברכה פונעם רבי'ן.

אויך זענען הנגידים החשובים מגדולי תומכי המוסדות מוה"ר אברהם יודא מאנדעל הי"ו, מוה"ר אברהם בראך הי"ו, און מו"ה אברהם יודא באנדא הי"ו, וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פליען נאך שבת צום מעמד הנחת אבן הפינה און געקומען שלום נעמען פון רבינו שליט"א. דערנאך איז רבינו שליט"א ארויסגעגאנגען אינאיינעם מיט די נגידים אויפ'ן וועג צום אבן הפינה.

קןרץ דערויף איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום שטח הגדול אויף רחוב השל"ה וואו עס וועט בעזהשי"ת געבויעט ווערן דער פרעכטיגער בנין פאר די מיידל שולע,

הופעת רבינו.jpg
הופעת רבינו.jpg (77.98 KiB) געזען געווארן 651 מאל


דער גאנצער שטח איז געווען אנגעפולט מיט אנ"ש תושבי העיר, און ארום די זייטן האט זיך אנגעזעהן די הויך-שטאקיגע פארענטשעס פאר די בחורי חמד און אברכים.

באזונדערע ערטער איז געווען צוגעשטעלט פון פארנט פאר די עלטערע אידן און די חשוב'ע געסט תומכי המוסדות, און אין שפיץ האט באצירט דער הערליכער אויבן אהן וועלכער איז געווען באזעצט מיט פילע גדולי אדמורי"ם ורבנים שליט"א, צווישן זיי האבן זיך באטייליגט הגאון ראב"ד ירושלים שליט"א, המרא דאתרא גאב"ד בני ברק שליט"א, הגה"צ רבי נפתלי פרענקל שליט"א חבר הביד"ץ, הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א חבר ביד"ץ שבט הלוי, האדמו"ר מבעלז-מאחנובקא שליט"א, האדמו"ר מבוהוש שליט"א, און נאך.

געעפענט דעם מעמד האט דער יו"ר הר"ר יקותיאל יצחק בראך שליט"א מנה"ר במוסדותינו הק', וועלכער האט דערציילט השתלשלות פון דעם התייסדות פונעם בית חינוך לבנות אין בני ברק דורך רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און האט ארויסגעברענגט דעם היסטארישן באדייט פון אזא טאג בקורות ימי סאטמאר בארצינו הק'.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הגרמי"ל לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן וואס איז געקומען מרומם זיין דעם כח התורה והחסידות אין די שטאט, דער רב האט דערמאנט דעם קשר פון זיין טאטן ז"ל דער בני ברק'ער רב מיט רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און די צוזאמענארבעט פון זיין טאטן מיט די הנהלת קהילתינו אלע יארן, און ארויסגעברענגט וויאזוי איידער דער רבי ז"ל האט געגרינדעט די סאטמארער ת"ת אין בני ברק האבן שוין אנדערע אויך פרובירט צו עפענען אבער עס האט נישט געהאט קיין קיום, און רביה"ק איז געווען דער ערשטער וואס האט מצליח געווען אויפצושטעלן אזא חשוב'ע תלמוד תורה וואס האט טאקע געהאט א קיום עד היום הזה בס"ד.

הגאון רבי מי''ל לאנדא שליט''א גאב''ד בני ברק.jpg
הגאון רבי מי''ל לאנדא שליט''א גאב''ד בני ברק.jpg (65.68 KiB) געזען געווארן 651 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:27 pm

דערנאך האט מען געהערט א דרשה פון הגאון ר' משה שאול קליין שליט"א חבר ביד"ץ שבט הלוי וועלכער איז געקומען בשליחותו פון מורו ורבו פוסה"ד בעל שבט הלוי שליט"א, צום ערשט האט דער רב געזאגט שיינע דברי תורה, און דערנאך האט ער איבערגעבן די דברי שליחות וואס הגאון בעל שבט הלוי שליט"א האט אים געהייסן איבערגעבן צום מעמד. ארויסצוברענגען די נחוצות פון דעם בית חינוך לבנות, אז טראץ וואס בשנים קדמוניות איז נישט געווען קיין בית חינוך לבנות, אבער בדורינו איז דאס ממש חיי נפש, און נאר בזכות דעם בויעט מען כשר'ע אידישע שטובע על דרך התורה והיראה.

הגאון ר' משה שאול קליין שליט''א.jpg
הגאון ר' משה שאול קליין שליט''א.jpg (74.33 KiB) געזען געווארן 651 מאל


דאן האט מען ביראת הכבוד זיך צוגעהערט צו די דרשה נלהבה פון הגאון הגדול ראב"ד ירושלים שליט"א וועלכער האט אנגעהויבן מיט די ווערטער זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, אז אין א צייט וואס די רשעים מיינען אז זיי וועלן חלילה קענען צוברעכן דעם כח התוה"ק, אין אזא צייט איז דער רבי געקומען און ער רופט אויס אז מיר וועלן בויען א בנין לה' ולתורתו.

דער ראב"ד שליט"א האט ארויסגעברענגט די שמחה אז מ'קען בויען אזא בנין פאר מיידלעך וואו מ'וועט לערנען אויף די אידישע שפראך. און ער האט דערציילט וויאזוי דער חזון איש זצ"ל האט געשיקט געלט פאר די מוסדות פון רביה"ק זי"ע אין בני ברק ווייל ער האט געוואלט זיין א שותף דערין. דערנאך האט דער ראב"ד ארומגערעדט איבער דעם שווערן גזירת הגיוס וואס איז יעצט אויפ'ן סדר היום בארה"ק.

הגאון הגדול ראב''ד ירושלים שליט''א.jpg
הגאון הגדול ראב''ד ירושלים שליט''א.jpg (88.22 KiB) געזען געווארן 651 מאל


דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן מיט די צענטראלע פייערדיגע דברות קודש. דער רבי שליט"א האט צוערשט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די גרויסקייט פון שטיצן תורה בטהרה, ווי דער רבי האט דערמאנט בין הדברים אז די אלע ערליכע בתי מדרשים און בתי חינוך וואס זענען נישט געבויט געווארן מיט די הילף פון די רשעי הציונים וועלן לעתיד זוכה זיין נקבע צו ווערן במקום המקדש אין בית המקדש.

דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דער בנין אדיר וואס גייט אצינד געבויעט ווערן דארף דינען פאר א מוסטער פאר אלע אנדערע מוסדות אז עס איז מעגליך צו בויען בנינים און אנגיין טאג טעגליך אן נהנה זיין משלחן איזבל במשהו, נאר מען דארף האבן די ריכטיגע רצון.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום נושא פון גזירת הגיוס, ווי דער רבי האט פייערדיג ארויסגעברענגט אז דאס איז א ריכטיגע גזירה אויף העברת הדת און מען איז זיך מחויב מוסר נפש צו זיין על קדושת שמו יתברך, און מען דארף זיין גרייט אויף יעדן סארט עונש סיי אויף תפיסה און אויך אויף פינאנציעלע שטראפן, דערנאך האט די רבי ארומגערעדט איבער די זוהמה פון די מיליטער וואס כל באיה לא ישובון, און האט די רבי שארף ארומגערעדט איבער די וואס ווילן מאכן פשרות אויף די שוואכערע בחורים.

דערויף האט דער רבי שליט"א דערמאנט דאס וואס ער האט געהערט פאר פופציג יאר צוריק מפה קדשו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, אז עס איז דא דריי גזירות אין ארצינו הק' וואס אויב וועט דאס ח"ו אויסגעפירט ווערן, דאן קען אן ערליכע איד נישט בלייבן וואוינען אין ארץ ישראל, און איינס דערפון איז דער גזירת הגיוס, האט דער רבי ארויסגעברענגט אז דאן זענען געווען אזעלכע וואס האבן דאס נישט פארשטאנען, אבער גענוי ווי ביי דאס ענין פון נעמען געלט ממקורות זרים האט דער רבי ז"ל דאן געשריגן אז אויב נעמט מען געלט פון די ציוניסטישע רעגירונג וועט די רעגירונג ווערן דער בעל הבית אויפ'ן חינוך, און דאן האבן אויך פילע אידן אנגעקוקט די זאך אלס א זאך וואס איז ווייט פון די מציאות, און היינט זעט יעדער ווער עס איז בעל הבית אויף די חינוך אין ארץ ישראל, ווען די רעגירונג זאגט דעות און זיי מאכן שינוים אין עניני החינוך. די זעלבע זאך מיט גיוס, האט דער רבי אויסגעשריגן "ווער עס פארשטייט, זעט אז אין די גזירה איז א גזירת גירוש אויף ערליכע אידן וואס ווילן מחנך זיין ערליכע דורות".

דער רבי האט ממשיך געווען ארויסברענגענדיגע נאכאמאל אז די גזירה איז נישט נאר א גזירה קעגן לימוד התורה, עס האנדעלט זיך איבער שמירת התורה ותרי"ג מצות, און אזוי האט די רבי ממשיך געווען א לענגערע צייט און דערנאך אויסגעפירט אז די מנהיגי ישראל דארפן זיין געווארנט נישט צו מאכן קיין פשרות, ולהזהיר גדולים על הקטנים, צו זיין גרייט אויף מסירת נפש אויף שמירת התורה והמצות, און אויב גאנץ כלל ישראל אלע שומרי תורה ומצות וועלן זיך צוזאמנעמען כאיש אחד בלב אחד און דאס אויסשרייען פאר די גאס, וועט די ממשלה זען דאס פעסטקייט פון כלל ישראל, דעמאלטס וועלן זיי נישט מצליח זיין אויסצופירן זייער ביטערע גזירה, וגזירה עבידי דבטלי אזוי ווי עס איז בטל געווארן בשעתו פאר זעכציג יאר צוריק די גזירה פון גיוס בנות נאר פאר דעם איינעם טעם ווייל די רעגירונג האט געזען דעם כח הציבור דאס אנטשלאסענקייט און דאס פעסטקייט פונעם ציבור. דאס זעלבע דארף מען היינט צו טאגס אויסשרייען ס'זאל יעדער איינער פארשטיין אין די רעגירונגס פענסטערס, אז ס'וועט זיי נישט געלונגען מבטל צו זיין נישט קיין בחורים און נישט קיין אינגעלייט, דעמאלטס בעזר שמו יתברך וועט די גזירה בטל ווערן, ולה' הישועה.

פייערדיגע דברות קודש.jpg
פייערדיגע דברות קודש.jpg (66.93 KiB) געזען געווארן 651 מאל


דערנאך איז מען צוגעגאנגען צו לייגן דעם אבן הפינה, ווען הרה"ח הישיש מוה"ר יושע ווייס שליט"א פון בני ברק - וועלכער האט נאך זוכה געווען צו זיין א תלמיד פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין קראלי, און שפעטער געהאט די זכי' צו שטיין לימין רביה"ק זי"ע בהקמת המוסדות אין בני ברק – האט איבערגעגעבן דעם שאוועל פארן רבי'ן אריינצוגיסן די צעמענט אויף דעם צוגעגרייטן פלאץ.

בשעת דער רבי האט געלייגט דעם אבן הפינה האט מען געזינגען ווארימע ניגונים, דערנאך זענען די אנוועזנדע רבנים מכובד געווארן צו לייגן דעם אבן הפינה, און דערנאך די נגידים נדבנים פונעם נייעם בנין. און נאכדעם האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין דאנקענדיג דעם רבוש"ע אויף די חסדים ביז אהער, און בעטנדיג אויך אויף ווייטער.

אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה.jpg
אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה.jpg (83.19 KiB) געזען געווארן 651 מאל


-אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה-
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך זלמן זאפיר » פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:02 pm

דער ראב"ד האט געשטורמעט ביי זיין דרשה קעגן ציונית אין גיוס בני ישבות
איך הייב פארשטיין פארוואס די מחבלים בבית ה' טוט אזוי וויי דעם עקזיסטענץ פינעם ראב"ד
ב"ה דער סאטמאר רבי שליט"א האט געהאט דעם כח אים צוריק צי לייגן אויף זיין שטעלע טראץ דעם גירא בעיני דשטנא
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך שעפטל » מאנטאג מערץ 03, 2014 2:53 pm

המשך ביקור קודש אין ארה"ק
פיפטן טאג – זונטאג פ' פקודי העעל"ט

פאלגענד איז ווי מיר האלטן מיט די באריכטן פון די געהויבענע טעג אין ארה"ק בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א:
נאכ'ן שיינעם מעמד הנחת אבן הפינה איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען אויף א באזוך אין שטוב פון האדמו"ר מ'בעלז-מאכניווקא שליט"א וואו עס האט זיך אנטוויקלט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים.
מאכניווקא.jpg
מאכניווקא.jpg (84.62 KiB) געזען געווארן 515 מאל

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען צו בית מדרשינו אין שכונת זכרון מאיר וואו עס זענען פארגעקומען די בחינות פון די חבורות תורתך שעשועי און יסודי התורה,
תורתך שעשועי.jpg
הרבני הנגיד הרב יצחק שווארטץ - דער מייסד ופטרון חבורת תורתך שעשועי באגריסט זיך מיטן רבי'ן
תורתך שעשועי.jpg (84.1 KiB) געזען געווארן 515 מאל

וואו דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט אויף די חברי החבורות בשעת די בחינות, און פאר שטיק צייט געשעפט א קענטיגע הנאה און תענוג רוחני.
תורתך שעשועי2.jpg
תורתך שעשועי2.jpg (88.56 KiB) געזען געווארן 515 מאל

און דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקערט לבית האכסניא.

באלד נאכ'ן דעם מעמד הנחת אבן הפינה האבן די באסעס געפירט דעם ציבור צום עוועניו זאל אין לוד
בוני המשכן1.jpg
בוני המשכן1.jpg (63.05 KiB) געזען געווארן 515 מאל

וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד "בוני המשכן" לרגל דאס אויפבוי פון די נייע מיידל שולע. די מסיבה איז געווען א דינער פאר אנשי שלומינו אין בני ברק וועלכע האבן זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים לטובת דעם נייעם בנין, ווי אויך האט דאס געדינט צו באעהרן די "נחשונים" די נגידים בעם וועלכע זענען אריינגעשפרינגען צו מנדב זיין די ערשטע גרעסערע סכומים פאר'ן נייעם בנין.
א גאהר רייכער און ספעציעל עלעגאנטער אווענט און צוגעגרייטער סעודה כיד המלך האט ערווארטעט דעם ציבור שיחיו ביים אנקומען אינע'ם הערליכן גיגאנטישן זאל, ווען מען איז מיט ספעציעלע איינטריט קארטלעך ערהאלטן איינטריט צום זאל – איינגעטיילט לויט וועלכער אפטיילונג איש על מחנהו ואיש על דגלו.
אינעם ברייטן קארידאר האט אפגעווארט הערליכע פאהרשטעלונגען איבער די היסטאריע פון די עקסזעסטירענדע בניני המוסדות אין בני ברק, און אזוי אויך באגריסונגען לכבוד נדיבי העם.
ספעציעלע עסקנים האבן פארטיילט דעם אויג-פארכאפענדן נארוואס-ערשינענעם ספר "ראשית ביקורי"ם" וועלכעס אנהאלט אוצרות פון היסטאריע, דאקומענטן און בילדער פון די באזוכן פון מרנן רבותיה"ק זי"ע אין שטאט בני ברק דוירכאויס די יאהרן, מעשי ידי אומן פון עטליכע אברכי קהלתינו הק' אין בני ברק, א ספר וואס האט באצויבערט אלע באטייליגטע.
דער ציבור האט זיך געוואשן צום סעודת השבע ברכות און איז פלאצירט געווארן בכבוד הראוי דורך די עסקני המעמד.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » מאנטאג מערץ 03, 2014 2:55 pm

אינדערצווישן בשעת דער עולם איז אנגעקומען צום מעמד בוני המשכן איז מרן רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען אויף א באזוך בבית גיסו האדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א
וויזניץ.jpg
וויזניץ.jpg (60.41 KiB) געזען געווארן 511 מאל

און דערנאך האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי האדמו"ר מ'סטריקוב שליט"א,
סטריקוב.jpg
סטריקוב.jpg (56.54 KiB) געזען געווארן 511 מאל

ווי ביי ביידע באזוכן איז אנטשטאנען הערליכע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים.

איידער דער רבינו שליט"א איז ערשינען צום מעמד איז פארגעשטעלט געווארן א הערליכע פרעזענטאציע איבער די היסטאריע פון די מוסדות הק' אין בני ברק, דורך טאלאנטפולע יונגעלייט און קינדער, וואס האט געהאלטן דעם ציבור גאהר געשפאנט.
כל נדרי פרעזענטאציע.jpg
כל נדרי פרעזענטאציע.jpg (64.11 KiB) געזען געווארן 511 מאל

נאך א שטיק צייט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום גיגאנטישן זאל ווי עס איז פאהרגעקומען דינער בוני המשכן, וואו דער רבי איז צום ערשט אריינגעגאנגען אין א פריוואטע צימער וואו עס זענען אריינגעגאנגען אל הקו"פ א צאל נגידים בעם וועלכע האבן גע'חתמ'ט שטרות אויף זכותים אין דעם נייעם בנין. און דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד.
הופעת מרן רבינו.jpg
הופעת מרן רבינו.jpg (80.56 KiB) געזען געווארן 511 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » מאנטאג מערץ 03, 2014 2:59 pm

ביים מעמד האט צו ערשט אויפגעטרעטן הרה"ח מוה"ר משה חיים ווייס הי"ו דער מסירות נפש'דיגער מנהל המוסדות פון בני ברק, וועלכער האט איבערגעגעבן זיינע הרגשים איבער די געוואלדיגע שמחה פון די הרחבת גבולי הקדושה אין די מוסדות, און האט אפעלירט צום ציבור אויסצושטרעקן א פלייצע מען זאל קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש אומגעשטערט.
ר' משה חיים ווייס מנהל המוסדות.jpg
ר' משה חיים ווייס מנהל המוסדות.jpg (67.46 KiB) געזען געווארן 502 מאל

דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד דקהילתינו פון וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן קשר וואס אנשי שלומינו פון בני ברק פארמאגן צו מרן רבינו שליט"א, און כמים פנים אל פנים די געוואלדיגע נאנטשאפט פון רבי'ן צו קהילתינו הק' אין בני ברק.
אב''ד וויליאמסבורג.jpg
אב''ד וויליאמסבורג.jpg (83.23 KiB) געזען געווארן 502 מאל

דער רב האט מדגיש געווען אז פון דעם לשון פונעם בריוו וואס דער רבי שליט"א האט געשריבן לטובת דעם נייעם בנין אין בני ברק, זעהט מען דעם געוואלדיגן חביבות פון די לשונות וואס מען זעהט נישט אין אנדערע בריוון און פון דעם וואס דער רבי האט גענומען דעם פראיעקט אלס זיין אייגענער פראיעקט צו טראגן דעם עול און אחריות.
אן עד איבער די בריוו.jpg
אן עד איבער די בריוו.jpg (110.18 KiB) געזען געווארן 502 מאל

דערנאך האט מען באעהרט בשער בת רבים די חשוב'ע פילאנטראפן נגידים חשובים וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן ריזיגע סכומים אפצוקויפן זכותים אין דעם נייעם בנין פון די מיידל שולע, ווי דערביי האבן די נדבנים שיחיו ערהאלטן ספעציעלע תעודות און ווארימע ברכת קודש פון רבינו שליט"א.
דאן האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש, ווי דער רבי האט קודם אנגעהויבן מיט דברי תורה, און דערנאך ארויסגעברענגט בשבח המוסדות הק' וועלכע פירן זיך אויף דעם זעלבן דרך וואס עס האט מייסד געווען דער הייליגער פעטער מרן רביה"ק זי"ע און אזוי ווי עס איז ווייטער געפירט געווארן דורכ'ן טאטן מרן רביה"ק זי"ע.
דער רבי האט מעורר געווען מען זאל טאקע שיקן די קינדער לערנען נאר אין די הייליגע מוסדות, סיי די יונגלעך סיי די מיידלעך און סיי די בחורים, מען זאל נישט שיקן די קינדער אין דער פרעמד, אל תלכו לרעות בשדות אחרות, וואו מען באקומט א השפעה פון די אלגעמיינע גאס.
באזונדער האט דער רבי שליט"א מעורר געווען מען זאל אכטונג געבן אויף די ארבעטס פלעצער וואו מ'שיקט ארויס די ערוואקסענע טעכטער אז דאס זאל זיין אויסגעהאלטן אן ערליך מקום מיט א ערליכע חברותא.
דערנאך האט דער רבי גערעדט בשבחם פון אנ"ש תושבי המקום, וואס שטרענגען זיך אן און זענען אליינס מנדב פאר די אייגענע מוסדות טראץ דעם וואס ס'קומט נישט אן גרינג. באזונדער האט דער רבי באדאנקט די נגידים תומכי המוסדות פון איבער די וועלט וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן ריזיגע סכומים להחזקת חינוך הטהור, און דער רבי האט זיי אנגעואונטשן ברכות לרוב.
משא הקודש פון מרן רבינו.jpg
משא הקודש פון מרן רבינו.jpg (76.68 KiB) געזען געווארן 502 מאל

די מסיבה האט זיך געענדיגט שפעט ביינאכט ארום 2:00 אזייגער, ווי דער ציבור משתתפים האבן זיך צושיידט מיט געהויבענע געמיטער.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » מאנטאג מערץ 03, 2014 6:36 pm

פילע פרטים'לך פינעם מסע הקודש
viewtopic.php?f=33&t=6006
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל

הודעהדורך נאטרוליסט » מאנטאג מערץ 03, 2014 7:08 pm

שעפטל האט געשריבן:און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה, און דאן האט מען אריינגעלייגט די ספר תורה להיכל הארון קודש. און דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות.
תיכף נאך אמירת לדוד מזמור איז פארגעקומען א גאהר התרגשות'דיגער און געהויבענער מסיבת לחיים וואו דער ציבור האט אינאיינעם געזינגען ווארימע ניגונים ווי והאר עינינו, אהבה רבה, און נאך, מיט גרויס התעוררות.
התרגשות'דיגער מסיבת לחיים.jpg


נאך א לענגערע שעה פון נידוני דבקות דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און דאן משמיע געווען \ גאר פייערדיגע דברות קודש, ווי דער רבי האט צוערשט אנגעהויבן מיט דברי תורה מקשר צו זיין סוף התורה לתחילתה, און ארומגערעדט פון דעם וואס שטייט אין זוה"ק קוב"ה אורייתא וישראל חד היא, אז יעדער איד איז מקושר צו הקב"ה און צו די תורה הק' און דער רבי האט דאס משלב געווען מיט דברי מוסר והתעוררות ווי צום ערשט האט דער רבי ארויסגעברענגט בשבח קהלתינו אין בני ברק וואו ס'איז ב"ה נתוסף געווארן ספסלי ביהמ"ד מיט שיעורי תורה, און די אברכי הכולל וואס האבן זיך לעצטנס פארהערט אויף זייערע לימודים ביי די גדולי הרבנים, נאכדעם האט דער רבי מעורר געווען בעניני חינוך הבנים והבנות מען זאל זיך נישט שעמען מפני המלעיגים וואס לאכן אפ פון דעם חינוך הטהור, מען זאל זיין אפגעשיידט מיט א הבדלה פון די גאס און פון אלע צייטונגען, מען זאל אכטונג געבן אויף די שטוב מען זאל חלילה נישט רעדן אויף די טמא'נע העברעאישע שפראך, און מ'זאל איינהאלטן אלע תקנות פון שיכון. אויך האט דער רבי ארומגערעדט בעניני צניעות ביי נשים, דער רבי האט זיך באנוצט מיט די מליצה יש א"ם למסורת, אז יעדע מאמע איז מחויב איבערצוגעבן פאר די טעכטער די מסורת ישראל וואס עס הייסט צניעות און ערליכקייט. און אין דעם זכות פון זיך פירן בגדרי הצניעות וועלן נתקבל ווערן די תפלות פון אידישע קינדער פאר'ן הייליגן באשעפער.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו דעם נושא העומד על הפרק איבער די שרעקליכע גזירת הגיוס, און זיך באצויגן צו דעם וואס מ'האט זיך יעצט געפריידט מיט'ן חינוך ספר תורה, און אז ליידער זענען דא רשעי ישראל וואס ווילן מפריד זיין אידישע קינדער פון די תורה, להשכיחם תורתיך ולהעבירם מחוקי רצוניך, האט דער רבי געזאגט, היינט ווען מ'האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה זאגן מיר פאר די תורה הק' אונז גיי מיר בלייבן געטריי פאר די הייליגע תורה אונז זעמער גרייט אויף מסירות נפש, מיר וועלן גיין אין תפיסה, מיר וועלן זיך לאזן שלאגן און שמייסן, און מיר וועלן זיך נישט אפרייסן פון די הייליגע תורה. אידישע קינדער האבן שוין מיטגעמאכט אן אינקוויזיציע און א אוישוויץ און מיר וועלן ווייטער בלייבן געטריי פאר די תורה מיט אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים און די רשעי ישראל וועלן אונז נישט קענען אפרייסן פון די תורה, און אריינשלעפן אין אזעלכע פלעצער וואו מ'רייסט אוועק אידן פון שמירת התורה והמצוות.

דער רבי האט פארענדיגט אז המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, זיי וועלן האבן א מפלה אזוי ווי המן, און אידישע קינדער וועלן בלייבן מיט דעם הדר קבלוה מאהבה ורצון עד ביאת הגואל. וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק מ'זאל פטור ווערן פון די ביטערע צרה און מ'זאל שוין זוכה זיין צו ביאת המשיח בב"א.
דברות קודש.jpg


נאך די פייערדיגע דברות קודש האט דער עולם זיך ארויסגעלאזט אין פלאמפייערדיגע ריקודין מיט א גייסט פון מסירות נפש פאר די תורה ומצוות, די גאהר התלהבות'דיגע ריקודין האבן אנגעהאלטן גאהר א לאנגע צייט בעת אינג און אלט טאנצן מיט בשמחת התורה.
זינגן.jpg


אינמיטן טאנצן האט דער רבי שליט"א באפוילן אז די בחורי הישיבה זאלן ארפאקומען פון די פארענטשעס און טאנצן אינדערמיט, די אלע תלמידי הישיבה וועלכע זענען ליידער די באטראפענע פון די שווערע גזירה און האבן שוין ערהאלטן דעם צו גיוס פון די טמא'נע מיליטער האבן געטאנצן אינאיינעם ה' הוא מלכינו ולו אנו עבדים א לענגערע צייט מיט שמחה און התרגשות.
בחורים.jpg


עס איז שוין געווען גאהר שפעט אין די נאכט ווען דער געהויבענער מעמד איז געקומען צו אן ענדע, און דער ציבור האט זיך צושיידט מיט געהויבענע געמיטער.

תיכף דערנאך איז סערווירט געווארן א רייכער סעודת מלוה מלכה פאר אלע חשובע געסט פון חו"ל אין די זאלן פון ארמונות ח"ן, ווי מען האט פארברענגט ביי סעודת דוד מלכא משיחא בשבת אחים גם יחד.



וויפיל בחורים בערך זענען שוין אינעם גיל פון מיליטער דינסט, וועלכע זענען אראפגעקומען טאנצן.
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

הודעהדורך sefish » מאנטאג מערץ 03, 2014 7:28 pm

רא''ט איז נאך אלץ דארט? נישט געוויסט
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג מערץ 04, 2014 1:59 pm

זעקסטער טאג – מאנטאג פ' פקודי העעל"ט

מאנטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה און די ישיבה קטנה אין בני ברק, אין דעם נייעם נארוואס-פארענדיגטן היכל שלמה משה נדבת בנש"ק הר"ר שלמה משה הלוי קלאגסברוין שליט"א,
היכל שלמה משה.jpg
שטייענדיג די רעכטע זייט פונעם רבי'ן איז דער נדבן הרבני הנגיד בנש"ק הר"ר שלמה משה הלוי קלאגסברוין שליט"א
היכל שלמה משה.jpg (87.99 KiB) געזען געווארן 279 מאל

און נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל ניילענדער הי"ו וואו דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
ברית.jpg
ברית.jpg (72.42 KiB) געזען געווארן 279 מאל

נאכ'ן דאווענען איז דער רבי אריינגעגאנגען אויף א באזוך אין דעם ביהמ"ד עטרת זקנים וואו עס קומט פאר טעגליך שיעורים פאר די זקני אנ"ש, וואו דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חשוב'ע זקנים און דערנאך האבן די עלטערע אידן גענומען שלום און ברכת קודש פונעם רבי'ן.
עטרת זקנים.jpg
עטרת זקנים.jpg (83.24 KiB) געזען געווארן 279 מאל

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו א מסיבת לחיים מיט די בחורים פון די ישיבה גדולה און ישיבה קטנה אין היכל שלמה משה, וואו די בחורים האבן געזינגען ווארימע ניגונים, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א דער מנה"ר פון די ישיבה קטנה וועלכער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הכנה מיט וואס די בחורים האבן זיך געגרייט צום רבי'נס קומען, און וויאזוי די בחורים האבן במשך די פארלאפענע צוויי יאר אויסגעפאלגט די אלע זאכן וואס דער רבי האט אויפגעפאדערט ביי די פאריגע באזוך בשנת תשע"ב העעל"ט, און דערביי האט דער חשוב'ער מנהל געבעטן אז דער רבי שליט"א זאל מעורר רחמים זיין פאר די בחורים זיי זאלן ניצול ווערן פון די אלע שווערע גזירות וואס הויערט ליידער אויף זייערע קעפ מיט דעם שרעקליכן גזירת הגיוס היל"ת.
נאכדעם האט אויפגעטרעטן דער חשוב'ער נדבן בנש"ק הר"ר שלמה משה הלוי קלאגסברוין שליט"א מיט א קורצע דרשה פאר די בחורים וואו ער האט געבעטן די בחורים זאלן מתפלל זיין להצלחתו ער זאל קענען ווייטער ממשיך זיין צו שטיצן די הייליגע מוסדות בארה"ק.
דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון מרן רבינו שליט"א, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער דעם ענין פון קדושת העינים, דער רבי שליט"א האט נאכגעזאגט א רמז אז צוויי מאל עי"ן איז בגימטריא במספר קטן אזוי ווי דער שם הוי"ה הק', און דער רבי האט מעורר געווען אויף דעם חיוב פון שמירת עינים.
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען אויף עניני תפילה איבער דעם גרויסן כח פון תפילה, און אז מ'זאל דאווענען מיט התלהבות, און איבער די וויכטיגקייט פון גיין אין מקוה און לערנען פאר'ן דאווענען.
לחיים קלאסגברוין.jpg
זיצענדיג לינקס פונעם רבי'ן איז דער נדבן הרבני הנגיד בנש"ק הר"ר שלמה משה הלוי קלאגסברוין שליט"א
לחיים קלאסגברוין.jpg (76 KiB) געזען געווארן 279 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 04, 2014 2:01 pm

יש"כ פארן אזוי שיין באשרייבן. דאס שרייבסטו טאקע אדער איז עס גענומען פון ערגעץ אנדערש?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 956 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג מערץ 04, 2014 2:06 pm

פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צו א מסיבת שבע ברכות וואס איז צוגעשטעלט געווארן ספעציעל פאר די תלמידי הישיבה גדולה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט'ן אויפשטיין יעדן טאג פארטאגס, די מסיבת שבע ברכות איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד מוה"ר נפתלי הירצקא פרענקל הי"ו פון ב"ב מגדולי תומכי המוסדות,
שבע ברכות ר' נפתלי הירצקא פרענקל.jpg
שבע ברכות ר' נפתלי הירצקא פרענקל.jpg (95.09 KiB) געזען געווארן 272 מאל

שבע ברכות נפתלי הירצקא פרענקל.jpg
שבע ברכות נפתלי הירצקא פרענקל.jpg (78.11 KiB) געזען געווארן 272 מאל

און דערנאך האט דער רבי אפגעשטאטעט א באזוך במעונו פון האדמו"ר מבוהוש שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס.
בוהוש.jpg
בוהוש.jpg (76.23 KiB) געזען געווארן 272 מאל

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רבי שליט"א געדאווענט מנחה בבית האכסניא און דערנאך האט דער רבי שליט"א פארלאזט בני ברק אויפ'ן וועג קיין גליל ווי מען האט אנגעהויבן די רייזע אויף מקומות הק' מתפלל צו זיין אינאיינעם מיט די אנ"ש תומכי המוסדות און תושבי ארה"ק, להפקד בדבר ישועה ורחמים.
עטוואס פריער האבן שוין די באסעס פון די נדבנים בעם זיך ארויסגעלאזט קיין צפת ווי עס האט אפגעווארט א רייכער אווענט, אנגעהויבן פון א ספעציעלער חינוך פאנעל אין האטעל ווי דער ציבור איז איינגעשטאנען, ווי די געסט האבן געהערט גאר א שיינעם חינוך דרשה פון הר"ר משה בלוי שליט"א מגדולי המחנכים בארה"ק.
אויפ'ן וועג קיין גליל האט זיך דער רבי שליט"א אפגעשטעלט אין כפר הרי"ף ווי דער רבי האט אפגעשטאהט א ביקור גומלין ביי גיסו האדמו"ר מ'בעלזא שליט"א
ביקור גומלין בעלזא.jpg
ביקור גומלין בעלזא.jpg (84.01 KiB) געזען געווארן 272 מאל

און פון דארט האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען דעם וועג קיין צפת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג מערץ 04, 2014 2:14 pm

ווי דערמאנט איז פאהרגעקומען א ספעציעלער מעמד הכרת הטוב אין צפת פאר די געסט די נגידים תומכי המוסדות,
עלעגאנטער מעמד הכרת הטוב.jpg
עלעגאנטער מעמד הכרת הטוב.jpg (76.41 KiB) געזען געווארן 262 מאל

ווי דער ציבור זיך געוואשן צו א סעודה און דערביי האט מען געהערט א הערליכע דרשה פונע'ם פום ממלל רברבן הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, וואס האט זיך באצויגן אויף עניני אמונה און בטחון ווי אויך דברי הכנה צו די מקומות הק' וואס מ'וועט פוקד זיין דעם קומענדיגן אינדערפרי.
נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין זאל האט דער בעל דרשן שליט"א ווייטער ממשיך געווען מיט זיין דרשה ווי ער האט ארויסגעברענגט זיין נאנטשאפט צו אונזערע מוסדות הק' פון ווי ער אליינס איז א תלמיד און איז אויפגעוואקסן אין די סאטמארער ת"ת אין בני ברק, ווי אויך איז זיין מאמע געווען א מחנכת ביי אונז אין בית חינוך, וואו מ'גרייט זיך אצינד בס"ד צו בויען דעם נייעם בנין.
רבי אלימלך בידערמאן.jpg
רבי אלימלך בידערמאן.jpg (72.54 KiB) געזען געווארן 262 מאל

דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק אלה פקודי המשכן, און האט ארומגערעדט בשבחם פון די וואס לאזן זיך קאסטן אויפצובויען א מקום פאר השראת השכינה. אויך האט דער רבי געזאגט ווארימע דברי הכנה לקראת די נסיעה צו די מקומות הק', דער רבי האט ערווענט אז דאס אליינס אז מ'געפונט זיך שוין אין די שטאט צפת וואו עס זענען נטמן אזעלכע קדושי עליונים איז שוין אויך א זכי'. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז לב יודע מרת נפשו יעדער איד פארמאגט זיך זיין אייגענעם פעקל אויף וואס מתפלל צו זיין און דער אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל טאקע קענען אויס'פועל'ן ישועות ורפואות פאר'ן כלל און פאר'ן פרט.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים אז מען זאל פועל'ן אלעס גוטס.
דב''ק הכרת הטוב.jpg
דב''ק הכרת הטוב.jpg (69.37 KiB) געזען געווארן 262 מאל

אנקומענד'יג אין די אכסניות וואס איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די הנהלת המוסדות אין די רייכע האטעל מלון כנען ספא, - ווי אויף א גאהר מסודר'דיגע אופן האבן שוין די עסקנים געהאט צוגעגרייט און אייגעטיילט די צימערן פאר די געסט אויף א מייסטערהאפטיגער אופן – איז דער ציבור אנטפאנגען געווארן מיט א ספעציעלן "תפילת פעקל" וועלכעס האט אנהאלטן אין זיך אלע נויטיגע צוגעהערן ווי א תהלים'ל, ליכט, קוויטל פאפיר אד"ג.
תפילת פעקל.jpg
תפילת פעקל.jpg (66.75 KiB) געזען געווארן 262 מאל

עס איז שוין געווען שפעט אין דער נאכט ווען דער ציבור איז זיך געגאנגען גרייטן צום מארגע'דיגער טאג.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » דינסטאג מערץ 04, 2014 2:17 pm

וואו איז כפר הרי"ף וואס דו דערמאנסט אויפן וועג קיין גליל?
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 843 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 04, 2014 5:06 pm

שעפטל האט געשריבן:פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צו א מסיבת שבע ברכות וואס איז צוגעשטעלט געווארן ספעציעל פאר די תלמידי הישיבה גדולה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט'ן אויפשטיין יעדן טאג פארטאגס, די מסיבת שבע ברכות איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד מוה"ר נפתלי הירצקא פרענקל הי"ו פון ב"ב מגדולי תומכי המוסדות,
שבע ברכות ר' נפתלי הירצקא פרענקל.jpg

שבע ברכות נפתלי הירצקא פרענקל.jpg


ווער איז דער פרענקל
א נייע נגיד אפיר געקימען???
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 854 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך מערץ 05, 2014 2:19 pm

זיבעטן טאג – דינסטאג פ' פקודי העעל"ט

דא גייען מיר ווייטער מיט'ן באריכט פונעם געהוביענעם מסע הקודש אין ארה"ק:
דינסטאג פארטאגס איז מרן רבינו שליט"א מיט א בלויזע באגלייטונג פון גבאים ומשב"ק אנגעקומען זיך טובל'ן אין מקוה פון אריה"ק,
מקוה האריז''ל.jpg
מקוה האריז''ל.jpg (81.55 KiB) געזען געווארן 100 מאל

און שפעטער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צאנזער קלויז ווי מען האט געדאווענט שחרית.
שחרית אין צאנזע'ר קלויז.jpg
שחרית אין צאנזע'ר קלויז.jpg (100.76 KiB) געזען געווארן 100 מאל

נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים צוגעשטעלט דורכ'ן הנהלת הביהמ"ד, ווי דערביי האט אויך אויפגעטרעטן הרה"ג ר' (יוסף) [יעקב] אלי' אונדארפער שליט"א רב דק' ראשית חכמה מאנטריאל,
קבלת פנים ולחיים.jpg
קבלת פנים ולחיים.jpg (87.03 KiB) געזען געווארן 100 מאל

און דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער צום טאכווער תלמוד תורה על טהרת הקודש ווי דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכות קדשו פאר די תלמידי הת"ת און די הנהלה,
ת''ת טאכוער.jpg
ת''ת טאכוער.jpg (74.71 KiB) געזען געווארן 100 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך מערץ 05, 2014 2:22 pm

און נאך א קורצע הפסקה אין די אכסניא איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א קורצע באזוך אין תלמוד תורה בת עין על טהרת הקודש ווי אויך דארט האט דער רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן פאר די צאן קדשים און די הנהלת המוסד.
ת''ת בת עין.jpg
ת''ת בת עין.jpg (80.96 KiB) געזען געווארן 93 מאל

באלד דערנאך איז דער רבי שליט"א און די פמליא אנגעקומען מתפלל זיין אויפ'ן ביה"ח העתיק אין צפת, ווי צוערשט האט מען זיך געשטעלט ביים ציון פון אריה"ק זי"ע ווי דער רבי שליט"א האט בהתעוררות רב פאהרגעזאגט תהלים פון קאפיטל צ' ביז קאפיטל ק"ח.
ביה''ח העתיקה אין צפת.jpg
ביה''ח העתיקה אין צפת.jpg (79.03 KiB) געזען געווארן 93 מאל

גרויס איז געווען דאס התעוררות ווען מען האט פוקד געווען די הייליגע ציונים וואס טראץ דער רעגנ'דיגער וועטער האט דער ציבור אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א א לענגערע צייט פארברענגט ביי די הייליגע מקומות מתפלל צו זיין לנו וכל ישראל.
דערנאך בעת דער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט געליינט קוויטלעך און הזכרות, האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודבקות. באזונדער האט דער רבי שליט"א מתפלל געווען פאר די תומכי מוסדות יטב לב מיט'ן ספעציעלן ספר הזכרונות ווי אלע תומכים האבן געהאט די געלעגנהייט אריינצושיקן זייער קוויטל.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אראפ צום ציון פון הייליגן בית יוסף זי"ע ווי דער רבי האט ממשיך געווען מיט אמירת תהלים ביז קאפיטל קי"ט, און אויך דארט זענען געזינגען געווארן ניגוני קודש בעת דער רבי שליט"א האט מעתיר געווען בתחינה ובקשה פאר'ן כלל און פאר'ן פרט.
הייליגן בית יוסף.jpg
הייליגן בית יוסף.jpg (104.97 KiB) געזען געווארן 93 מאל

דאן איז מען אריבער צום ציון מקום מנו"ק פון אלשיך הק' ווי דער רבי האט ממשיך געווען באמירת תהלים ביז קאפיטל קכ"ה,
ציון פון אלשיך הק'.jpg
ציון פון אלשיך הק'.jpg (75.34 KiB) געזען געווארן 90 מאל

און דערנאך ביים ציון פון הרה"ק מ'טאלטשאווע זי"ע ווי מען האט ווייטער געזאגט תהלים ביז קאפיטל ק"מ.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך מערץ 05, 2014 2:29 pm

דערנאך איז דער רבי שליט"א אראפ אונטן צום ציון הק' פון התנא רבי פנחס בן יאיר ווי מען האט מסיים געווען תהלים, און דערנאך פארלאזט דעם ביה"ח מיט האפענונג צו האבן געפויעלט אלס גוטס.
תנא רבי פנחס יאיר.jpg
תנא רבי פנחס יאיר.jpg (95.68 KiB) געזען געווארן 89 מאל

דאן האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקערט לבית האכסניא בעת די באסעס און קארס פון אלע תומכים און אזוי אויך די אנ"ש תושבי ארה"ק וועכלע זענען אינצווישן אנגעקומען מיטקצוקומען מיט'ן רבי'ן שליט"א פוקד זיין די הייליגע מקומות להפקד בדבר ישועה ורחמים מאכן זייער וועג צו אתרא קדישא מירון.
אויפ'ן וועג קיין מירון האט זיך דער רבי שליט"א אפגעשטעלט מתפלל זיין ביים ציון פון התנא רבי יהודה בר אילעאי ווי מען אנגעהויבן ספר תהלים ביז קאפיטל י' און דאן האט מען ממשיך געווען מיט'ן וועג קיין מירון.
התנא רבי יהודה בר אלעאי.jpg
התנא רבי יהודה בר אלעאי.jpg (89.22 KiB) געזען געווארן 89 מאל

אנקומענדיג קיין מירון ווי עס האט שוין אפגעווארט א ריזן ציבור אנשים נשים וטף, איז דער רבי שליט"א צוערשט אריין אין די מערה פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי ווי מען האט געדאווענט מנחה, דער בעל תפילה איז געווען הר"ר חיים דוב בנעט הי"ו.
מנחה אין די מערה פון רשב''י.jpg
מנחה אין די מערה פון רשב''י.jpg (59.6 KiB) געזען געווארן 89 מאל

דאן האט דער רבי שליט"א צוגעטרעטן צום ציון פון הייליגן תנא ווי דער רבי האט בקול בכי אנגעהויבן פאהרצוזאגן תהלים פון קאפיטל צ' מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש, און געזאגט ביז קאפיטל ק"ח און דערנאך דעם יהי רצון בעת די התעוררות און בכיות אין די גאנצע מערה גרייכט גאהר הויך.
תפילה אויפ'ן ציון פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.jpg
תפילה אויפ'ן ציון פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.jpg (54.41 KiB) געזען געווארן 89 מאל

א לענגערע וויילע האט דער רבי שליט"א דערנאך געליינט קוויטלעך ביים ציון הק' און באזונדער האט דאס מאהל אויך דער רבי מעורר רחמים געווען פאר די תומכי המוסדות.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך מערץ 05, 2014 2:30 pm

נאכ'ן מתפלל זיין אין די מערה איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען אין חצר ווי עס איז צו ערשט אפגעראכטן געווארן די חאלאקעס פון עטליכע קינדער פון אנ"ש,
מעמד החאלאקעס.jpg
מעמד החאלאקעס.jpg (85.54 KiB) געזען געווארן 88 מאל

און דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש.
דברות קודש מירון.jpg
דברות קודש מירון.jpg (71.28 KiB) געזען געווארן 88 מאל

נאך די דברות קודש האט מען ספאנטאן אויסגעבראכן אי א לעבעדיגע רקידה לכבוד התנא האלוקי רשב".
ריקודי קודש אין חצר פון די מערה.jpg
ריקודי קודש אין חצר פון די מערה.jpg (71.63 KiB) געזען געווארן 88 מאל

די פייערידעג טענץ מלא התלהבות דקדושה האט אנגעהאלטן א גאהר לאנגע צייט בעת אינעם גאנצן שטח און אויף די שטאקן ארום טאנצט מען מיט.
ריקודי קודש אין חצר פון די מערה2.jpg
ריקודי קודש אין חצר פון די מערה2.jpg (82.17 KiB) געזען געווארן 88 מאל

נאך די לענגערע ריקודין האט מען פארלאזט אתרא קדישא מירון מיט געהויבענע געפילן און מיט א תפילה לא-ל חי אז מען זאלן האבן געפויעלט אלעס גוטס, און מען האט זיך געלאזט אין וועג קיין טברי'.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און איין גאסט