דערציילן מעשיות פון השגחה פרטית

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

דערציילן מעשיות פון השגחה פרטית

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:30 pm

היינט האב איך צום ערשטן מאל געשריבן א תגובה אויף אייוועלט. אין אן אשכול וואס אנעים זמירות האט געעפנט בענין אויב עס איז דא א תועלת אין דערציילן מעשיות פון השגחה פרטית. ומשום על תמנע טוב וועל איך עס אהער קאפיען דער עולם דא זאל אויך הנאה האבן דערפון.


די ערשטע מצוה פון די עשרת הדברות איז אמונה בה' – צו גלייבן אין באשעפער. דער רמב"ם רעכנט דאס פון די תרי"ג מצות, אבער דער רמב"ן איז מחולק, ער האלט אז דאס איז נישט פון די מנין המצות, ווייל דאס איז נאך פאר די מצות, מען קען נישט הייסן טוהן מצות פאר מען גלייבט אז עס דא א מְצַוֶה, איינער וואס הייסט עס טוהן. אנדערע ראשונים גייען אויך מיטן רמב"ן מיט די טענה אז אמונה איז נישט א זאך וואס מען קען הייסן א מענטש, דאס דארף זיין - נאך פאר אלעס - מושרש אינעם מענטש צו גלייבן אין באשעפער, און דאן קען מען רעדן פון קיום המצוות.
דאס איז יעדער מודה אז א איד דארף גלייבן. אדער איז עס פון תרי"ג, אדער איז עס די שורש נאך קדמה לתרי"ג. אבער די פריערדיגע קשיא בלייבט נאך אלץ שווער, למעשה ווי אזוי קען מען הייסן א מענטש גלייבן?

די פאקט איז אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט מיט א בחירה, דער אייבערשטער איז באהאלטן און מען קען נישט אויפווייזן מיט ראיות חותכות אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ווייל איינמאל עס ווערט אויפגעוויזן איז שוין נישטא קיין בחירה. דער ציהל פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט איז אז דער מענטש זאל זיך געפינען אין אן עולם השקר, מען זעהט און מען פיהלט גארנישט, און פון דעסט וועגן דערהאלט מען זיך און מען גלייבט אין באשעפער. דאס איז "אמונה פשוטה", איך ווייס גארנישט און איך זעה גארנישט און דאך גלייב איך.
ווי אזוי קומט מען צו צו דעם? זאגן די ראשונים אז יעדער איד האט מושרש בטבעו צו גלייבן אין באשעפער, די ארבעט פונעם איד איז נאר אז ער זאל עס נישט ארויסרייסן. סיי דורך דעם וואס מען טוט עבירות, וואס דאס מאכט א מסך המבדיל בין ישראל לאביהם שבשמים, וואס דאס מיינט אויף פשוט אידיש אז דאס מאכט אז דער איד זאל פארגעסן פונעם אייבערשטן. און סיי אז מען זאל נישט הערן דברי מינות מען זאל נישט טוהן קיין פעולות אוועק צו נעמען די אמונה וואס ליגט אין יעדן ביי דיפאולט. און אפילו ספרי חקירה האט צדיקים געזאגט אז מען זאל נישט לערנען, ווייל דאס נעמט אוועק די אמונה פשוטה.
און פון די אנדערע זייט דארף טוהן פעולות צו חזר'ן און שטארקן די אמונה. צו אויפפלאמען די קליינע אמונה-פלאם וואס ליגט סיי ווי אין יעדן איד. און אויף דעם איז דא אסאך וועגן. איינס איז דורך זיך מתבונן זיין בגדולת הבורא, מען זעהט די וואונדער וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, דאס ברענגט חיזוק אין אמונה.
והעולה על כולנה איז דער נושא האשכול צו דערציילן און חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל די אמונה. נישט מיט קיין חקירות און הוכחות, נאר פשוט איבערצו'חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל די פשוטע אמונה פשוטה, אז עס איז דא א בורא כל עולמים וואס ער האט באשאפן און ער פירט די גאנצע וועלט.
מיין רבי (און מסתמא דיין רבי אויך) אין חדר האט געזאגט: "אז מען חזר'ט געדענקט מען". און ער איז גערעכט געווען. א זאך וואס מען חזר'ט געדענקט מען גוט. און דעריבער איז אונזער תפקיד צו חזר'ן שטענדיג די אמונה.

אז מען רעדט שוין פונעם רבי אין חדר, וועל איך דערמאנען נאך א נקודה הנוגע לענינינו. עס איז דא צוויי סארט מלמדים, ביידע ווילן זייער אז די קינדער זאלן קענען גוט די גמרא, אבער זיי האבן אנדערע מהלכים אנצוקומען דערצו. איינער וועט איבערזאגן די גמרא אזויפיל מאל ביז די קינדער וועלן עס קענען זאגן פון שלאף ארויס. אבער נאכדעם איז דא אן אנדערע מהלך אז מען נעמט די גמרא און מען מאכט דערפון א מעשה. שניהם אוחזין בטלית זה אומר אני מצאתיה וזה אומר אני מצאתיה, למשל מושי און יענקי ווארטן צופרי אויף די באס, און אינמיטן זעהן זיי א גרויסע באבל-רעפ ליגן ביי די גארביזש, ביידע כאפן עס, און יעדער פון זיי טענה'ט אז ער האט עס קודם געכאפט און עס באלאנג נאר פאר אים, און אזוי האלטנדיג די באבל-רעפ אין די הענט קומען זיי אן אין חדר און גייען גלייך צום מנהל'ס אפיס און לייגן פאר זייערע טענות, וואס דארף דער מנהל פסק'ענען אין אזא פאל?
זה זרזו יותר מן הראשון. דער מלמד האט געמאכט א בעסערן דזשאב. ווייל ער האט אראפגעברענגט די מציאות פון די גמרא צו די היינטיגע פאקטישע לעבן וואס די קינדער לעבן מיט יעדן טאג, און דאס גייט זיי גאר גוט אריין אין די ביינער.
און בכלל א מעשה כאפט מען אסאך שנעלער אויף, און מען האט מער אן אינטערעסע עס צו הערן. מען קען דאס זעהן אפילו ביי ערוואקסענע. ווען מען זיצט ביי א מסיבה אדער ביי א שמחה, דער בעל דרשן מוטשעט זיך מסביר צו זיין ווי אזוי די נעמען פון חתן כלה און די מחותנים זענען אזוי שיין מרומז אין די וואכעדיגע פרשה און מיט דעם ווערט זייער גוט פארענטפערט די מדרש פליאה, אדער דער צווייטער דרשן איז מסביר פארוואס עס איז פונקט אויסגעקומען צו מאכן דעם דינער די וואך, ווייל מען זעהט די וואך אין אוחה"ק ממש די נקודה אז מען זאל געבן געלט פאר די מוסדות. אבער דער עולם זיצט אין קראכט ניסלעך און שמועסט איבער די לעצטע מקוה נייעס, און קיינער איז בכלל נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן. פלוצלינג הייבט דער בעל דרשן אויף זיין קול און זאגט: אן אינטערעסאנטע מעשה האט פאסירט ביים הייליגן... דאן ווערט די זאל שטיל, יעדער שפיצט אן די אויערן צו הערן די מעשה. און נאך מער איז דאס ווען ער דערציילט אן אייגענע ערפארונג וואס ער האט געהאט, איז דאס העכסט אינטערעסאנט.

די זעלבע איז ווען עס קומט צו די סוגיא פון אמונה. ווען מען רעדט פון חזר'ן די אמונה, דארף מען אויך נוצן די ריכטיגע טאקטיקן עס צו טוהן אויפן בעסטן וועג. מען קען זיך נישט אויפשטעלן און איבערזאגן טויזנט מאל: עס איז דא א באשעפער, עס איז דא א באשעפער, וכו'. עס וועט האבן דעם זעלבן טעם ווי ווען דער רבי אין חדר האט געהייסן איבערשרייבן טויזנט מאל "איך גיי מער נישט אויסגיסן מילך אויפן פלאר"...

דאס איז די געוואלדיגע מעלה און חשיבות צו דערציילן מעשיות פון השגחה פרטית, ובפרט ווען עס איז א מעשה וואס איז געשעהן אין אונזער דור מיט אונזערע אומשטענדן. דאס הייסט מסביר געווען, דאס הייסט גע'חזר'ט, און דאס גייט גוט אריין אין קאפ. מען איז נישט אינטערעסירט קיינעם אויפציווייזן, נאר זיך אליין איבערצו'חזר'ן. אבער צו חזר'ן און מסביר זיין איז אויך דא געוויסע גוטע וועגן און טאקטיקן ווי אויבן ערקלערט.

איך פיר זיך טאקע צו דערציילן פאר מיינע קינדער יעדע וואך ביים שבת טיש סיפורי צדיקים און סיפורי השגחה פרטית סיי פון מיר און סיי פון אנדערע, און דאס איז א געוואלדיגע חיזוק אין אמונה. און איך נוץ טאקע אויך די גליון "השגחה פרטית מעשה" וואס קומט ארויס לעצטנס. כאטש טייל מאל זענען די מעשיות דארט נישט אזוי היימיש, פוץ איך עס אביסל צו אז עס זאל יא זיין היימיש און איך מאך דערפון מטעמים.
---

נאכדעם איז דא א צווייטע נקודה. נישט א "מעשה פון השגחה פרטית", נאר א "מעשה פון תפלה". איינער האט געבעטן דעם אייבערשטן עפעס און דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אויף אן אינטערעסאנטע וועג. דאס איז די זעלבע ווי השגחה פרטית נאר בנוסף צוגעלייגט אז עס איז געווען א תפלה פאר דעם.
דאס האט נאך א געוואלדיגע מעלה, אז אויסער וואס עס שטארקט די אמונה אז נאר דער אייבערשטער פירט די וועלט. ווייזט עס אז איך האב אויך שייכות מיטן אייבערשטן, איך קען אים בעטן און ער העלפט מיר.
מיין קינד דערציילט מיר א מעשה ווי דער אייבערשטער האט אים עפעס געהאלפן, איך זאג אים: !wow אזא שיינע "מעשה פון תפלה". זאגט ער מיר: ניין, איך האב נישט געבעטן אויף דעם. זאג איך אים: איך בין זיכער אז דו האסט אמאל עפעס געבעטן דעם אייבערשטן און דו האסט עס נישט באקומען, און דאן ביזטו געווען ברוגז פארוואס דער אייבערשטער האט נישט צוגעהערט דיין תפלה, אבער דער אמת איז אז דער אייבערשטער האט געוואוסט אז יענע זאך איז נישט גוט פאר דיר, האט ער עס דיר נישט געגעבן, אבער קיין איין תפלה גייט נישט לאיבוד, און יעצט האט יענע תפלה גע'פועל'ט אויף א זאך וואס דו האסט בכלל נישט געבעטן.
די תועלת פון אזא שמועס - וואס איך האב שוין געהאט מיט מיינע קינדער ווייניגסטנס צען טוזנט מאל – איז פילפאכיג. קודם שטארקט עס די אמונה, נאכדעם שטארקט עס תפלה און די קשר פון מענטש צום אייבערשטן, און נאכדעם נעמט עס אוועק די חלישת הדעת וואס מען האט ווען מען זעהט אז מען האט געבעטן אויף א זאך און מען איז נישט געהאלפן געווארן.
---

אין די שטיקל זוה"ק "פקודא בתר דא" וואס מען זאגט מיט גרויס התלהבות פסח ביינאכט. שטייט דארט א קשיא, פארוואס דארף מען דערציילן די גרויסע ניסים פון יציאת מצרים, דער אייבערשטער ווייסט דאך אלעס? נאר מיט דעם וואס מען דערציילט די ניסים מאכט מען גרויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, און דאן ווערט דער אייבערשטער געשטארקט.
ביז אהער ווייסט יעדער, אבער דארט שטייט נאך ווייטער אויך: און די זעלבע דארף א איד שטענדיג דערציילן אלע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטוהן מיט אים, איי דער אייבערשטער ווייסט דאך סיי ווי אלעס? אבער מיט דעם וואס מען דערציילט עס ווערט דעם אייבערשטנ'ס נאמען געשטארקט אויבן און אונטען.

פארשטייט זיך אז דער אייבערשטער איז גענוג שטארק, און ער דארף נישט אז מיר זאלן אים מאכן שטערקער. נאר די נקודה איז אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען ווערט געשטארקט ביי די מענטשן. ווען מענטשן הערן די גרויסע און וואונדערליכע זאכן וואס דער אייבערשטער האט געטוהן, ווערט ביי זיי אין הארץ געשטארקט די אמונה אין באשעפער.
---

איבער די נקודה אז אמאל זעהט מען אז די השגחה פרטית מעשה אדער די תפלות האבן זיך נישט גוט אויסגעלאזט האב איך לעצטנס געזעהן אן אינטערעסאנטע מעשה פון הרה"ק ר' יענקעלע פון פשעווארסק זי"ע.
ער איז געווען אמאל אויף אפרוה אין שווייץ, און יעדן טאג האט ער געדארפט גיין שפאצירן פאר געזונטהייט. פלעגט ער יעדן טאג פארן ארויסגיין אריינלייגן געלט אין רמבעהנ"ס פושקע און בעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל אים גארנישט פאסירן קיין שלעכטס, ער זאל גיין און צוריק קומען געזונטערהייט.
איין טאג אינמיטן די שפאציר האט ער זיך אויסגעגליטשט אויף עפעס און אראפגעפאלן. האט ער געזאגט פאר זיינע ארומיגע אז עס זאל זיי נישט שווער זיין אז ער האט דאך געגעבן צדקה און מתפלל געווען אז עס זאל גארנישט געשעהן און עס איז יא געשעהן. האט ער דערציילט א מעשה מיט א מאשקע וואס האט זיך פארזינדיגט פארן פריץ, און דער פריץ האט אים געהייסן אריינגעבן פופציג שמיץ, דער איד האט דאך געוואוסט אז די שמיץ זענען כדי להמית, איז ער די נאכט פריער אריבער געגאנגען צו דעם גוי וואס האט געדארפט אויספירן דעם פסק, און אים געוואלט אונטערקויפן אז ער זאל אים געבן פאלשע שמיץ, דער גוי וועט זיך מאכן אזוי ווי ער שלאגט שטארק, דער איד וועט זיך מאכן ווי עס טוט אים וויי, און דער פריץ וועט זיין צופרידן ושלום על ישראל.
דער גוי האט געזאגט אז פאר פופציג רייניש טוט ער עס פאר אים, דאס איז געווען גאר א גרויסע סכום און דער איד האט פרובירט צו האנדלן אויף די פרייז, אבער דער גוי האט נישט געוואלט נאכלאזן קיין פרוטה. און באין ברירה האט דער איד אים געגעבן דער גאנצע סכום.
וכך הוה, די נעקסטע טאג איז פארגעקומען דער שפיל, דער גוי האט זיך געמאכט ווי ער קלאפט שווערע קלעפ, דער איד האט געשריגן פון פאלשע ווייטאג. ביז ער איז אנגעקומען צו די פופציגסטע שמיץ, דאן האט דער גוי אים דערלאנגט א גוטס, אבער א גוטס... אז ער האט געפיהלט ווי ער טראגט עס נישט אריבער.
אויפן וועג ארויס פרעגט מאשקע דעם גוי וואס איז געשעהן מען האט דאך אפגעמאכט אז פאר דעם פרייז וועסטו מיר נישט געבן די ריכטיגע שמיץ? האט אים דער גוי מסביר געווען אז ער האט געטראכט אז ווען דער איד וועט אהיימקומען וועט ער טראכטן: צו וואס האט מיר אויסגעפעלט צו געבן אזויפיל געלט? איך וואלט ענדערש געדארפט נעמען די געהעריגע שמיץ און שוין. האב איך דיר געגעבן צו שפירן איין גוטס. יעצט וועסטו גוט וויסן אז עס האט זיך אויסגעצאלט יעדע פרוטה...
און רבי יענקעלע האט אויסגעפירט: דאס האט מיר דער אייבערשטער געוואלט ווייזן, יא עס פעלט אויס אז יעדן טאג זאלסטו נאכאמאל בעטן, אז עס זאל נישט פאסירן וואס עס האט יעצט פאסירט.
---

כלל היוצא. לדעתי איז א געוואלדיגע תועלת צו דערציילן ווי מער מעשיות פון השגחה פרטית. עס שטארקט זייער די אמונה. און עס איז די בעסטע מיטל צו חזר'ן די אמונה מיט זיך און מיט די קינדער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4006 מאל

הודעהדורך zurich » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:09 pm

הערליך ברעסלבער זייער שיין!!
די מעשה פון ר'יענקעלע איז זייער שטארק, ר' אביגדר מיללער זאגט כעין זה.
ער זאגט ווען א געשיר אין קיטשען פאלט אראפ און צוברעכט זיך זאל מען טראכטן חסדי השם די זעלבע זאך קען געשעהן א יעדען טאג און א יעדע מוניט ווי שטארק דארף מען דאנקן דעים אייבערשטען אז ס'נאר "יעצט" געשעהן!!
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:31 pm

עס איז זיכער אז סיפורי השגחה פרטית קענען דינען ווי חיזוק אין אמונה, אבער דאס איז נאר וויבאלד די געפילן נארן דעם מענטש אז די געשיכטע איז א ראיה אויף הנהגת הבורא. לאגיש גערעדט איז קלאר אז קאאינצידענטן זענען א חלק פון דער טבע, און פאר א מענטש וואס טראכט לאגיש, אפילו אויב ער איז דער גרעסטער מאמין, קען א השגחה פרטית געשיכטע נאר נערווירן, ווייל עס זאגט גארנישט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2988 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:40 pm

איך האב קלאר ארויסגעברענגט אז עס איז נישט קיין ראיה צו הנהגת הבורא, אבער עס איז נאך אלץ א חיזוק און חזרה.
א קאאינצעדענט איז אן אינטערעסאנטע זאך וואס מאכט אז א מענטש זאל זיך אפשטעלן טראכטן. ביי א מאמין וועט דאס אים געבן א חזר איבער אין זיין מח אז דער אייבערשטער האט דא געמאכט אן אינטערעסאנטע זאך, און ביי דעם אינו מאמין איז דאס סתם אזוי אינטערעסאנט.
דאס איז די נקודה וואס איך האב געשריבן אז די מעשיות זענען בלויז א געצייג צו נוצן פאר חזרת האמונה פשוטה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4006 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:59 pm

איך פארשטיי וואס דו האסט געשריבן, און דו האסט זייער שיין געשריבן. אבער לאגיש גערעדט איז א קאאינצידענט נישט קיין אינטערעסאנטע זאך. פארקערט, אויב וואלטן נישט געשען קיין קאאינצידענטן וואלט דאס געווען גאר אינטערעסאנט.

זע ליטלוואוד'ס געזעץ.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2988 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך kliger » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm

ברסלבער האט געשריבן:
ד

די פאקט איז אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט מיט א בחירה, דער אייבערשטער איז באהאלטן און מען קען נישט אויפווייזן מיט ראיות חותכות אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ווייל איינמאל עס ווערט אויפגעוויזן איז שוין נישטא קיין בחירה.


עס שטייט אין ערגעץ אז דאס איז די בחירה. דאס איז ווייט פון שכל
עס איז דא א יצר הרע פאר בחירה,
און בכלל איז נישט שייך קיין בחירה אזוי, ווייל ווער זאגט אז עס איז דא א בחירה ודו"ק
ווילסט זאגן אז אלע מענטשן ארום דער בעל שם טוב האבן פארלוירן די בחירה?
און וואס איז מיט דור המדבר??
און אויב איך ווער יעצט נתעורר דורך דיין ארטיקל. האסטו אווקגענומען פון מיר די בחירה! ניין?
וואס א חילוק פון התגלות אלוקית צו ברעין וואשינג??????
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט