נאך זייענדיג אונטערן רושם פון ונהפוך הוא....

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3088
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4496 מאל

נאך זייענדיג אונטערן רושם פון ונהפוך הוא....

שליחה דורך מאטי »

ונהפוך הוא...
== ווען אלעקסאנדער גרעהעם בעל וואלט ווען געבוירן געווארן נאך מאטי מעקקאנען. == 

האסט געהערט די לעצטע אויסטרעף? מ׳הערט א שטימע! ממש ווי עכט.. מ׳קען הערן/רעדן/לאכן/וויינען/שרייען, נישט בלויז שווארצע טרוקענע געשריבענע ווערטער אנע געפילן.

טעכנאלאגיע גאלאפירט און שלינגט איין דאס מענטשהייט, ווער קען איר נאכיאגן בכלל. מ׳דארף שוין נישט טייפן/שיקן, יא באקומען, נישט באקומען, מ׳רעדט און מ׳הערט תוך כדי דיבור, ממש משיח׳ס צייטן.

אויך אינעם אפיס פונעם ״אלטרע ארטאדאקסישן אידענטום פארזארגער״ איז די מאנשאפט פארנומען ביז איבערן קאפ. עסקנים דרייען זיך ארום אנע קעפ פאר גרויס זארג.

לאמיר זיך אריינכאפן אינעווייניג און פרובירן דערגיין על מה יצא הקצף.

״דאס וועט זיין א חורבן פארן גאנצן יהדות החרדית״ רופט אויס ר׳ איצא ציממערמאן ני״ו מראשי העסקנים.
״א אינגערמאן האט די מעגליכקייט״ -- קוויטשעט ער מיט עקסטאז -- ״צו דרוקן עטליכע קנעפלעך אויף א מאשינקע, און אויפן אנדערן זייט טרייבל קומט צו גיין א.....פרוי!! רח״ל. מ׳הערט איר שטימע, איר חנוועדיגע געלעכטער, מ׳דארף זיך שוין נישט טרעפן פנים אל פנים צו באגיין גראבע עבירות. א פשוטער טרייבל.. און היידא! אינעם שטן׳ס נעץ״. 

״נו וואס איז דער עצה״? פרעגט דער טשעירמאן פונעם אסיפה.

״מ׳דארף ארויסקומען מיט א שרייעדיגע קול קורא, אז יעדער איד וואס איז עמדו רגליו על הר סיני, אדער ישבו תחתוניו בשובבים תורת. צו בלייבן נאר מיט די גרויסע קאלירטע טעקסט וואטסעפפ מאשינדלעך, וואס רוב דערפון איז בלויז פאר טעקסט. און אפילו די וואס זענען יא אויסשטאפירט מיטן נייעם טעכנעלאגיע, און זענען יא רעדעוודיג. איז דאס אבער כאטש נישט מיוחד פאר רעדן, און די סכנה איז נישט אזוי גרויס. מיר בעטן און ווארענען בכל לשון של בקשה ואזהרה : בלייבטס בלויז מיט פשוטע טעקסט און וואטסעעפ דאס וואס אונזערע עלטערן און באבעס האבן אייביג געהאט, און אזוי אויפגעצויגן אונזערע דורות על דרך ישראל סבא.
 
ח״ו זיך איינהאנדלען דעם נייעם עמלק! דער אזויגערופענער ״לאנדס ליניע רעדעוודיגע מאשינקע״ וואס איז מיוחד בלויז צו רעדן און הערן רח״ל. די מכשולות דערפון רעדט פון זיך אליינס, דאס איז דער אבי אבות הטומאה, ממש א ס״מ בצורת טעלעפאן וואס האט באקומען רשות אונז אריינצולייגן אין אזעלכע נסיונות בלויז וועגן אונזערע חטאת נעורים.

 לאמיר זיך נישט פאפן און נארן זאגענדיג: ״ס׳פעלט אויס... פאר פרנסה, ס׳איז באקוועמער, מ׳דארף נישט דרוקן אלט מאדישע קנעפלעך. טראכט וואס איר געט אויף פאר די נארישע באקוועמליכקייט, פאר אביסל הנאה פאר׳סם׳ט איר אייערע קינדער, אייערע דורות.
 איר וועט זיך שפעטער רייסן די האר פון קאפ און אונזערע עסקנים וועלן אייך דאן שוין נישט קענען העלפן. זיי וועלן זאגן ״מיר האבן אייך געבעטן און געווארנט איר זאלט ח״ו נישט האלטן אין שטוב א משחית, א ״לאנדס ליניע טרייבל״ וואס מ׳קען אפילו נישט באהאלטן פון די קינדערלעך. יעצט קומט איר וויינען ? טא לעיט!!! 

און פאר די וואס ליינען דאס, און פאלגן, זאל קומען א ברכה אויף זייערע קעפ. 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר