מיין הארץ טריפט בליט, מיינע אויגן גיסן טרערן
צי טוסטו בכלל זעהן און מיין געשרייען הערן
איך זוץ מיט'ן פענע, און אויפן בלאט טו איך קוקען
אבער דאס שפראך איז צו ארעם, זיך צו קענען אויסצודריקן
ווען בלעטער וואלטן געוויינט, אלפעבטען געטאן יאמערן
ווען דער פענע יללות, און שריפט קען ווען שטורעמען
וואלטן די ווענט און דער ערד, געכליפעט אזוי ביטער
פארווייטאגט ביז גאר, פארטרויערט און דערשיטערט
ווי מיואש, אנטוישט, דאס געזיכט מיינס א בלאסע
דערקענט זיך גארנישט כ'בין די מענטשליכע ראסע
דאס איז דער מענטש, דער נבחר הבריות?
צובראכען ווי א שארב, מיט ווייטאג און מניעות
אוי, די אויגן אזוי נאס און פארשווארצט פון וויינען
איז דען דא האפענונג, אז די זון וועט נאך אמאל אויפשיינען?
ס'איז ביטער ווי א גאל! טאאאאאטעעעע!!!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:58 am
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
דער אשכול פארמאגט 14 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן