שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
סקאטש טעיפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 23, 2014 6:04 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

שליחה דורך סקאטש טעיפ »

שלום עליכם

סקאטש טעיפ איז א גאסט אין שטיבעל, און דאס גייט זיין מיין ערשטע תגובה, און א וועג האב איך מיר נאר אריינגעסיינט וועגן דעם תגובה, אז איך וועל זעהן מיין שאלה וועט גוט ווערן פארענטפערט אפשר וועט מיר דאס געבן די געשמאק ווייטער צו בלייבן דא.

איז אזוי, איך הייב נאר לעצטנס אהן ארויסצוגיין פון מיין צמצומ'דיגער וויליאמסבורגער קאפ, און אין מיין מח דרייען זיך ארום פון איין זייט א ים פון נייע ידיעות און א נייע בליק אויף אלעס, און פון די אנדערע זייט איז דא פיל מחשבות וואס איך האב קשיות וואס דארף נאך ווערן פארענטפערט,

איינע פון די זאכן וואס אויף דעם באציהט זיך מיין אשכול איז אין עניני צניעות, אז איך בין געווען צוגעוואוינט אז שווארצע טייץ איז מער אן עקסטרעמע צניעות'דיגע וועג ווי פרויען גייען אנגעטון, געמיינט האב איך אז די מאה שערים'דיגע אדער די העלעבראנצעס גייען אזוי, משא''כ ווי ליכטיגע די טייץ איז, איז עס מער מאדערנע און אום צניעות'דיג, אזוי ווי איך האב אלס געקענט די דרשות פון רבין ז''ל בנוגע דורכזיכטיגע שטרימפ.

אזוי האב איך געמיינט, ביז איך בין אמאל געפארן באזיכן מיין שוועסטער און שוואגער וואס האבן זיך געצויגן קיין ירושלים, ביפארן אהיימפארן זאגט זי מיר, "זאג נישט פאר טאטי און מאמי אז איך גיי מיט שווארצע טייץ", איך האב דאן אפילו נישט אין אכט גענומען אז זי גייט אזוי אבער אז זי האט מיר געזאגט פרעג איך איר וואס איז די פראבלעם, זאגט זי מיר אז טאטי מאמי האבן נישט ליב ווען איך גיי פעשענעבול, און דא האט זיך געענדיגט די שמועס.

אבער ביי מיר אין קאפ האט זיך נאר דעמאלס אנגעהויבן די צומישעניש, וואס גייט דא פאר צניעות'דיג עקסטרעם אדער פעשענבויל?

און אזוי גירבלען מיר שוין די מחשבות א שטיק צייט ווען איך באטראכט טאקע פרויען, און איך באמערק טאקע אז די בעסערע בארא פארקער פרויען גייען טאקע טונקעל פעך שווארצע טייץ פונקט אזוי ווי די פרומסטע פרוי און וויליאמסבורג, און נאר די אינצווישען פרום און מאדערן'דיגע חסידישע פרויען גייען ברוינע טייץ.

סא קען איינער מיר ערקלערן וואס דא קומט פאר?

דער אשכול פארמאגט 184 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט